ווען איך האב ווען א מוסד אין אנטווערפן וואלט איך אנגעוואנדן יעדן מיטל נישט צו דארפן ארייננעמען די קינדער. ווען איך בין ווען אנטווערפענער רב וואלט איך אנגעוואנדן יעדן מיטל אז די קינדער זאלן האבן וואו צו לערנען.
דו קלערסט נישט אז דער שטעלונג איז זיך סותר מיניה וביה?
ר' יאיר איר זעהט צומאל האט מען מען נישט קיין ברירה אן מען מוז צוקומען צו ר' שליט'ס בייסיגע שאלה.
ר' יאנקל, נא איף באטס ענד מעיבי נאר א טרוקענע יא אדער ניין, אויב דו ביסט א מנהל פון א מוסד וואלסטו אנגענומן דעם טינוףס קינדער נאכדעם וואס די ווייסט אלע מעשיות אויף עם יא צו ניין?
מאיר_וואלף האט געשריבן:איך האלט נישט אז די וועג זיך אומצוגיין מיט אים, איז מלחמה,
מלחמה איז נישט די וועג? אמת׳דיג? נאר קעגן רבנים און לאנדן איז עס די וועג? אדער קעגן אנדערע רבנים? WOW
די האסט מיר אנגערירט אין פינטל, אבער איך האב שטארק הנאה פון דיין פראגע, און די תירץ איז אז, יא, מיט רבנים דארף מען צו פירען מלחמה, ווייל זיי פירען אפ כלל ישראל פון אידשע'ן וועג, מיט מנהיגי שקר האט מען אלץ געדארפט פירען מלחמה, אבער מיט א פריוואטער מענטש, אפילו ער שטעלט זיך ארויס, ווערט ער נאך אלץ נישט קיין פירער צוליב דעם, און געוויינטלעך ווערט די מצב נאר ארגער מיט מלחמה
היימיש האט געשריבן:הדד בן בדד - עס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען, יעדע מוסד וואס האט נישט געהאט צו טון מיט סאטמאר איז געווען גרייט אריינצונעמען, און די מעשה גייט פונקט פארקערט אז עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט גענומען טאקע וועגן סאטמאר און זיין טאטע אברהם חיים האבן פארפירט אז מען זאל נישט נעמען מיט דעם ליגנט אז עס איז דא וואס מורא צו האבן.
אדרבה זאל איינער פון ענק מיך זאגן וואס א מוסד דארף מורא האבן? זאל איינער מיך זאגן קאנקריט וועלכע פראבלעם פונקטליך האט איינער פון די מוסדות געהאט ווי די קינדער האבן געלערנט? וועלכע פראבלעם האט בית שרה למשל היינט אדער בעפאר מיט דעם אז די קינדער האבן דארט געלערנט? און אזוי אויך חב״ד און באיאן? עס איז אלעס שטותים און הבלים און אויסגעטראכטע ליגנטס! פארדרייטס נישט קיין קאפ מיט קיין רענט און אנדערע שטותים וואס האט גארנישט מיט קיין מוסד א געשעפט.
היימיש, נאך די תגובה טראכט איך שוין אויב איז זאל דיר בכלל ענטפערן, ווייל מער און מער זעהסטו מיר אויס נישט צו זיין מיט אלעמען. אבער דאס מאל וועל איך נאך טרייען.
נישט געשטויגן און נישט געפלויגן? איך בין געווען דער וואס איז געגאנגען רעדן מיט מוסדות, סאו פאר מיר קענסטו נישט פארקויפן שטותים. די מוסדות האבן זיך נאכגעפרעגט און זענען צוריק געקומען צו מיר מיט האר אויפשטעלנדע מעשיות. יעדער האט מורא געהאט מיט אים צוטוהן צו האבן.
נעקסט. יעדע מוסד וואס האט נישט געהאט צו טון מיט סאטמאר איז געווען גרייט אריינצונעמען? אויב אזוי פארוואס זענען זיי נישט אריין אהין? וואס האט ער געדארפט צוריק גיין קיין וויען און זיך ארום שלאגן מיט די מוסדות דארט, און יעצט אין אנטווערפען? פארוואס זענען זיי נישט אין די "אלע" מוסדות וואס זענען געווען גרייט אריינצונעמען?
און דו קלערסט פאר א רגע אז די מוסדות זענען געגאנגען פרעגן אינפארמאציע ביי זיין טאטן?
ווער פארדרייט א קאפ מיט רענט? דו זאגסט אז א ריזיגער עולם ביי אונז צאלט בכלל נישט קיין רענט. דו ביסט אדער א לץ אדער אראפ פון זינען. וואסא מין קשיא איז דאס וואס האט א מוסד מורא צו האבן? פון א מענטש וואס מסר'ט און סועט אויף רעכטס און לינקס, יעדע מוסד (און אפילו פריוואטער מענטש) ציטערט פון אזא איינעם.
מאיר_וואלף האט געשריבן:איך האלט נישט אז די וועג זיך אומצוגיין מיט אים, איז מלחמה,
מלחמה איז נישט די וועג? אמת׳דיג? נאר קעגן רבנים און לאנדן איז עס די וועג? אדער קעגן אנדערע רבנים? WOW
די האסט מיר אנגערירט אין פינטל, אבער איך האב שטארק הנאה פון דיין פראגע, און די תירץ איז אז, יא, מיט רבנים דארף מען צו פירען מלחמה, ווייל זיי פירען אפ כלל ישראל פון אידשע'ן וועג, מיט מנהיגי שקר האט מען אלץ געדארפט פירען מלחמה, אבער מיט א פריוואטער מענטש, אפילו ער שטעלט זיך ארויס, ווערט ער נאך אלץ נישט קיין פירער צוליב דעם, און געוויינטלעך ווערט די מצב נאר ארגער מיט מלחמה
אבער נאכן אפלייענען דעם אשכול שעם איך מיך פון מיר אליינס אז איך האב אפילו אים געענטפערט. פון די גאנצע מעשה וואס ער אליינס ברענגט אין דעם לינק זעהט מען קלאר ארויס וואס פאר א מסור ער איז און וואס די מעשה מיט גלאנץ איז. און דער שפראך אז ער איז גוט מיט רבנים איז דאך ממש ער אליינס. ער רעדט זיך באמת איין אז ער איז א גרויסער רב (אויבערראבינער פון וויען) און אז אנדערע רבנים וואלטן ווען געוואלט האבן א בילד מיט אים. אוי איז דאס גוט... חחח...
וויפיל אזייגער איז אין אנטווערפן? אדער מיט וויפיל שעה איז ארץ ישראל פאראויס פון אנטעווערפענע זייגער? ס'איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן ווען היימיש וועט צוריק קומען, אונז מסביר זיין בטוב טעם ודעת פארוואס, מ'מוז אננעמען אין א מוסד מ"א פריעדמאן'ס קינדער, ווען ער וועט צאפן די מוסד'ס בלוט ווייל אים שמעקט נישט עפעס א נארישקייט. אדער פארוואס ער האט גאנצע פעקלעך פוטער אויף זיין קאפ, וועגן נישט באצאלן רענט, ועוד כהנה וכהנה מענטשן וואס רייסן זיך די האר פון קאפ.
אפשר איז נאך גוט, אז מ"א איז נישט צוריק אויף אונגארן, די אנטיסעמיטן דארט וואלטן געווען גערעכט מיט זייערע טענות, אז די אידן בא'גנב'ן די אונגארישע. יו אלוועיס העוו טו סי די גוד סייד.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
איך וויל זעהר בעטן קיינער זאל נישט נעמען פערזענליך, אדער ח״ו זיין באליידיגט, איך בין א ניוטראל מענטש און פראביר זייער עהרליך דא צו באריכטן און זיך קאנצענטרירן נאר אויף די אמת׳דיגע פאקטן.
און יעצט בקיצור נמרץ צו הדד בן בדד- עס איז בפירוש געווען זיין משפחה וואס איז געשטאנען אונטער די ווינער סאטמארער הנהלה פון די מחזיקי הדת ארויס צו ווארפן די קינדער, און זיך פאררופן אויף כאילו די פרשה מיט איראן, מיט די שקר טענה אז עס קען ארויסקומען א טובה אז זיי וועלן מוזן אוועקפארן פון וויען אויף אמעריקא, ווייל סאטמאר וועט ארייננעמען די קינדער......
די המשך אין וויען איז באקאנט, אינצווישן איז וויען אריין אין צרות, צווישען איז די משפחה געפארן אויף אמעריקא צו זעהן אויב בכלל יש דברים בגו אז סאטמאר נעמט אריין, און זיי זענען שאקירט געווארן אין אמעריקא אז נישט נאר סאטמאר און זיין משפחה זאגט ניין, נאר זיי שטעלן זיך אויכעט אין די לענג און אין די ברייט אז קיין איין אנדערע מוסד וואס איז געקומען לידיעתם זאלן בשום אופן נישט ארייננעמען.
די וויענער זענען געווארן שטארק בייז אויף זיין משפחה און סאטמאר אויף דעי מעשה סדום, די משפחה הייבט זיך אויף און פארט צוריק קיין וויען, און די קינדער ווערן אויפגענומען צוריק אין די מוסדות מחזיקי הדת אין וויען בזרועות פתוחות, אין די זעלבע קלאסן און די זעלבע לעהרער אזוי ווי פריער, לשביעת רצון שני הצדדים.
א צייט שפעטער משה אריה ווערט ציאניסט פארט אריבער אויף אמעריקא, און איז מסדר די קינדער אין פארשידענע מוסדות ווי סאטמאר האבן נישט קיין שליטה, אין בארא פארק און פלעטבוש, ווי זיי זענען געבליבן ביזן לעצטן טאג בשלום ובשלוה על צד היותר טוב, ביז זיי זענען צוריקגעפארן אויף אנטווערפן אל ארצם ואל מולדתם.
בקיצער נמרץ, אויסער די שקרים פון זיין משפחה און די פאר סאטמארער איז קלאר ווי די טאג אז קיינער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעים אין קיין שום הינזיכט, און ס׳איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען, קיינער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום פראבלעם, און פון מורא האבן איז נישט געווען און קען נישט זיין קיין שום רעדע.
לגבי די רענט פון די היימישע עולם, איז באקאנט וויפיל עוויקשען קעיסעס ס׳איז דא אין די קארט פון היימישע יודען קעגן אונז היימישע יודן, והמפורסמות אין צריכין ראיה.
איבער די מיאוסע ראלע פון משה אריה׳ס טאטע אברהם חיים איז באקאנט, אבער איך וויל אבער אין דעים דא יעצט נישט אריינגיין.
היימיש האט געשריבן:איבער די מיאוסע ראלע פון משה אריה׳ס טאטע אברהם חיים איז באקאנט, אבער איך וויל אבער אין דעים דא יעצט נישט אריינגיין.
דו מיינסט אוודאי דעס וואס אברהם חיים האט אויסגעצאלט אפ-פראנט שכר לימוד פאר די היזיגע מוסדות כדי מען זאל זיי אריינעמען, טאקע א מיאוס'ע זאך, אבער וואס קען מען האבן טענות צו א טאטע?
ווי שוין געזאגט מערערע מאל, רעדט זיך עס טאקע פון מוסדות ווייט פון סאטמאר.
נאך מער פון דעים, האט משה אריה פריעדמאן׳ס טאטע קודם בכלל נישט געוויסט אז ער איז דאהי און אוודאי נישט אז ער האט אריינגעלייגט קינדער אין מוסדות, איך הער אז אברהם חיים האט דעמאלס געהאט זיין אפיס אויף 13th Avenue ביי 41st street משה אריה האט געוואוינט אפאר גאסן אוועק אויף 36st street און ווי איך ווייס חדשים לאנג אפילו נישט באגעגנט.
נאך מער פון דעים, האט זיך משה ארי׳ שפעטער אריבערגעצויגן און געוואוינט א לאנגע צייט אין 2 דירות אויף 4102 13th avenue פונקט אקעיגן איבער זיין טאטע׳ס אפיס, אנע דעים וואס ער, זיין ווייב אדיר די קינדער זאלן מיט אים רעדן אפילו צוויי ווערטער.
איך האב שוין א שטיק צייט צוריק וועגן אנדערע סיבות שטארק מברר געווען וויאזוי עס איז צוגעגאנגען משה ארי׳ אנקומען און אריינלייגען זיינע קינדער אין די מוסדות דא אין אמעריקא, און איך קען ענק מיט די גרעסטע שטארקייט דאס פאלגענדע מאשר זיין:
אז משה ארי׳ האט זיך גלייך ביים אנהייב ביים אריינלייגן די קינדער זייער שיין אהערגעשטעלט מיט שיינע סכומים געלט אין מזומן, און אז זיין טאטע האט בפירוש א לענגערע צייט נישט געוויסט אין וועלכע סקול׳ס און חדרים זיינע קינדער גייען. אדרבה איך האב מיך שוין געבעטן ביי אייך אליין אנצוריפען דירעקט די מוסדות און אליין מברר זיין.
עטס קענטס אללע מברר זיין ביי זיין שוואגער א חשובער יונגערמאן א בן תורה, ער הייסט ר׳ [...] נ״י גבאי פון ביהמ״ד [...] אין בארא פארק, ער האט מיטגעהאלטן פון די נאנט וויאזוי ס׳איז צוגעגאנגען דאס אריינלייגען די קינדער אין די מוסדות דאהי.
הרב ר' משה אריה שליט"א, אויב דיין טאטע איז שולדיג, איז נאר ווייל ער איז דיר געשטאנען צו די האנט אלעמאל, אז ער האט זיך געכאפט שפעט, אז די פארסט אריין אין תהום, באשולדיגסטו אום, די טראכסט איין מנוט אז די גייסט אום געווינען
מאיר_וואלף האט געשריבן:משה אריה, אויב דיין טאטע איז שולדיג, איז נאר ווייל ער איז דיר געשטאנען צו די האנט אלעמאל, אז ער האט זיך געכאפט שפעט, אז די פארסט אריין אין תהום, באשולדיגסטו אום, די טראכסט איין מנוט אז די גייסט אום געווינען
פארוואס פארדרייט מען שוין ווידער דעם שמועס - ס׳רעדט זיך נישט פון משה אריה, די אישו איז בכלל נישט וואס מען האט געמאכט אדער מען טוט צו אים, ס׳רעדט זיך נאר פון די געוואלדיגע עוולות וואס מען טוט קעגן זיינע קינדער.