דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי, איז ווי פארשטענדליך אלץ געווען א "וואקאציע" פאר זיך און פאר די קינדער, וואס מען האט אויסגענוצט פאר רואיגקייט און מנוחה, און אזוי ארום האט מען הנאה געהאט דערפון ברוחניות ובגשמיות.
און מיט א בליק אויף צוריק, איז די קאנטרי במשך לאנגע יארן באטראכט געווארן ווי א 'גרויסע מצוה' און א 'קליינע אויסגאבע'...
א "גרויסע מצוה" - ווייל אין שטאט במשך די זומער חדשים איז זייער שווער צו זיין אפגעהיטן, די גאסן זענען מער שמוציג ר"ל, און עס ווערט אלץ ערגער און ערגער, און צו בלייבן אין שטאט קען זיך גרעניצן מיט פארשידענע מכשולות.
א "קליינע אויסגאבע" - ווייל מ'האט אלץ געוואוסט אז די זומער הוצאות זענען בדרך כלל ווייניגער ווי אין די ווינטער חדשים. מ'איז דאך פאקטיש נישט אינדערהיים, און מ'דארף נישט זיין אזוי באקוועם ווי אינדערהיים. מ'האט זיך באגנוגנט מיט א קליינע באנגעלאו, ביליגע מעבל, גאנץ פשוט'ע קליידונג, אן איינפאכע נאכטמאל א.א.וו.
אבער, דער גאנצער מושג פון די קאנטרי ווערט געטוישט פון יאר צו יאר, ס'איז שוין היינט א גאנץ נארמאלע און לכתחילה'דיגע זאך, אז זונטאג זאל די גאנצע משפחה אינאיינעם זיך ארויסלאזן און ארומפארן "שאפינג" אין די גרויסע גוי'שע דעפארטמענט סטארס, סופערמארקעטס, א.ד.ג., וואו מען קען זיך ליידער אנזען מיט אלע ראיות אסורות, פונקט ווי אין שטאט, און אפשר נאך ארגער.
דאס גיט א שטיקל טרייסל דעם גאנצן "צוועק" פון פארן אין קאנטרי. ווייל אויב איז מען גרייט צו צאלן געלט, און אוועקפארן פון שטאט, צוליב די מצוה "שמירת עינים", וויאזוי קען מען פארגעסן פון אלעם און זיך ארויסלאזן "שאפינג" אדער סתם פארוויילן אין גוי'אישע פארקס, וכדומה?
ווייטער ווען עס רעדט זיך פון גשמיות, איז שוין היינט בכלל נישט ביליגער דער זומער ווי דער ווינטער, נאר עס איז גאר געווארן פונקט פארקערט. די זומער-קאסטן זענען היינט פילפאכיג מער, און אנשטאט צוריקצוקומען נאכ'ן זומער אויסגערוהט, מיט פולע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע באגאזשן, נאכ'ן פארברענגען אין א רואיגע און ריינע אטמאספערע 8-9 וואקאציע-וואכן, קומט מען צוריק מער אויסגעמוטשעט און דערצו גאר מעגליך מיט גרויסע חובות, וואס באדראעט דעם צוקונפט, אזוי אז ס'איז יצא שכרו בהפסדו, און דער "געשעפט" לוינט זיך נישט.
דער פאקט איז ליידער, אז יאר יערליך נאכ'ן זומער באקומט - "קרן עזר" פרישע קעיסעס, פון יונגעלייט און בעלי בתים, וועלכע זענען אריינגעפאלן אין פינאנציעלע פראבלעמען, זיי זעען נישט קיין וועג ארויס, און זיי שטייען ביים שוועל פון אונטערברעכן ה"י, וואס נאכ'ן גרונטליך שטודירן איבערצייגן מיר זיך קלאר, אז ביי רוב פעלער איז דער אנהייב, דער אומסטאביליזירטער "זומער סעזאן", די אומזיסטע און איבערגעטריבענע אויסגאבן, וואס דאס ברענגט שוין נאכדעם א קייט פון חובות און עגמת נפש, וואס מען ווערט נישט אזוי שנעל פטור דערפון. ס'האט אונז פארציילט א יונגערמאן, וואס בדידי' הוה עובדא, ביים וויילן דאס ערשטע יאר אין קאנטרי, אז ער האט פון אנהייב גערעכנט אז זיינע קאסטן "ברייטערהייט" וועלן אנקומען צו א סך הכל פון 6,000$ , אבער למעשה האט ער זיך אחרי ככלות הכל דערזען מיט חובות פון 11-10 טויזנט דאלאר! יא, איר ליינט גוט...! א יונגערמאן מיט בערך עלף טויזנט דאלאר "חובות"!!! אלעס פון "איין" זומער סעזאן...!!!
זייענדיג בעז"ה אין אט די 'ליין', וואס אונזער אויפגאבע איז ארויסצוהעלפן און צוריקשטעלן פארפלאנטערטע אידן אויף די פיס, איז נאכ'ן שטודירן און גוט אדורכלערנען די אלע קעיסעס און דערגיין דעם שורש פון די פראבלעמען, שפירן מיר פשוט אלס א חיוב און אחריות "צייטליך" ארויסצוהעלפן, דאס מיינט: אינפארמירן און אויפמערקזאם מאכן דעם ציבור, אז מ'זאל וויסן און האלטן פאר די אויגן אין וואס מ'לאזט זיך דא אריין, מ'זאל נישט האבן קיין טעות, מ'זאל וויסן דעם אמת וואס דאס מיינט "קאנטרי"!
"איזהו חכם הרואה את הנולד", א קלוגער מענטש איז דער וואס קוקט אביסל אויף פאראויס. אין אונזער פאל: קוקט נישט בלויז אויף די "יעצטיגע" רייץ און גוטן אפעטיט, זיך צו געפינען אין א געשמאקע אטמאספערע צווישן שיינע גרינע ביימער. נאר קוקט אביסל אויף פאראויס, און זעהט וואספארא קאסטן דאס קען אומווילנדיג צוברענגען, און מיט וויפיל חובות מענטשן קומען ליידער צוריק פון די קאנטרי!
איר קענט אויך זיין א "חכם הרואה את הנולד", דורכ'ן זיין אייער אייגענער און אויפריכטיגער בוכהאלטער. געדענקט און נעמט אין אכט, אז דער זומער לויפט גאנץ שנעל אדורך, און נאך די גרויסע זומער הוצאות קומט אט דער ימים טובים סעזאן, וואס באדייט פרישע גרויסע הוצאות, און זעהט אז איר זאלט ח"ו נישט פארשפילן אייער "שמחת יום טוב" און "שמחת החיים"!
און אז מ'רעדט שוין פון "חכם הרואה את הנולד", איזאין פלאץ ארויסצוברענגען א הויפט נקודה בכלליות איבער דעם ענין, נישט דייקא בשייכות מיט'ן זומער סעזאן.
אמת, מ'קען נישט טוישן די וועלט. מענטשן זוכן צו לעבן אנשטענדיג, פראקטיש און באקוועם און נישט מצומצם, אבער אויך אין פאל פון א "באקוועם לעבן" איז שטארק אקטועל דער "חכם הרואה את הנולד", מ'דארף זיין רעאליסטיש און קוקן אויפ'ן מציאות. דער פאקט איז, אז "רוב" מענטשן זענען נישט קיין עשירים, און מ'מוטשעט זיך שטארק אין די שפעטערע יארן ביים חתונה מאכן וכדו', וואס א הויפט סיבה דערצו איז דער ברייטער לעבנס סטאנדארט. דעריבער, ווי מער באקוועם, פראקטיש און רואיגער איז, ווען מ'ווייסט דאס פון פאראויס, און מ'לייגט אוועק ביסלעכווייז א דאלאר אויף א דאלאר, איבערהויפט יונגע יונגעלייט, ביי וועלכע די הוצאות זענען אויף א נידריגן שטאפל, און שפעטער האט מען גאר שטארק נוצן דערפון, און מ'איז נישט קיין "בעל חוב" ווי יענער "באקוועמער" איד... יא, פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול. אז מ'שפארט כסדר געלט - פון "באקוועמע" הוצאות - קען מען שפעטער זיך דערזען מיט א גרויסן סכום אפגעשפארטע געלט אין די באנק. נו אדרבה זאגט איר אליין, איז דען נישט מער געשמאק און באקוועם אזא סארט לעבן, ווי איידער צו לעבן אן קיין מחשבה און ריכטיגע התבוננות, און אויסגעבן די געלט אויף "צייטווייליגע" באקוועמליכקייטן, און שפעטער זיין א "בעל בתי'שער" ארימאן?!...
דעריבער, אנשטאט מ'זאל נאכגיין דעם שטראם בלינדערהייט; אנשטאט עס זאל זיין א פשוט'ע און זעלבסטפארשטענדליכע זאך אז "מען פארט אין קאנטרי"! זאל מען ענדערש אריינטראכטן בעפאראון זיך פרעגן: "מען פארט טאקע אין קאנטרי"?....
אַן אחריות'דיגער ראש המשפחה אדער עקרת הבית דארף זיך אפשטעלן א מינוט און טראכטן: זאל איך בכלל פארן? ס'פעלט מיר טאקע אויס? האב איך גענוג געלט דערצו? בין איך גרייט פאר די אלע זייטיגע הוצאות וואס די קאנטרי וועט מיר ברענגען?... באמת גערעדט, אן אחריות'דיגער מענטש, וואס ווייסט וואס ס'מיינט א דאלאר און ווי שווער מ'פלאגט זיך דערויף, וועט אוודאי וויסן און געדענקען אז ווי שווערער מ'פלאגט זיך אויף געלט, אלס מער דארף מען זיין א שטארקער בעל הבית אויף זיין געלט, צו וויסן וויאזוי זיי צו קאנטראלירן, וואס אט דער "יסוד" איז דער מהלך המחשבה פאר'ן זומער סעזאן, דהיינו טראכטן: צי זאל איך בכלל אריינשפרונגען אין אזא קאסטבארע פראיעקט, וואס איז שווער אויסגעהאלטן לויט מיין בודזשעט?
על אחת כמה וכמה, א יונגערמאן וואס האט שוין ליידער היבשע חובות פון די גאנציעריגע הוצאות, דארף פיל שטארקער און טיפער טראכטן פאר'ן זומער סעזאן, און נישט זיך לאזן נארן און איינרעדן פאלשע געדאנקען, אז מ'האט שוין סיי ווי אפאר טויזנט דאלאר חובות וועט שוין נישט אויסמאכן נאך אפאר טויזנט דאלאר....!!! חס ושלום! מ'דארף געדענקען דעם כלל: פרוטה ופרוטה מצטרפת... איבערהויפט חובות אָן קיין חשבון וואקסן לחשבון גדול מיט גרויסע פראצענטן.... החכם עיניו בראשו...!
אט דאס זענען די ערשטע יסודות וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט, איידער מען פאסט א באשלוס איבער "קאנטרי

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הרב_שלום, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
http://amzn.to/1SLdXKv
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 28, 2012 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
זייער פיין געשריבען.
דאס יאר ברויך מען אויך אריינעמען אין חשבון די טייערע געז ,פאר די וואס דארפען וועכענטלך אריינקומען אין שטאט.

- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
אסאך האבן א מנהג צו נעמען די טעקס רעטורען טשעק, וואס איז א צענעריל און לייגן עס אוועק פאר די קאנטרי הוצאות.
מע קען מער אויפטוהן מיט די געלט אבער אסאך ווערן רואיגער ווען מע האט א תירוץ פון ווי מע נעמט די געלט.

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
ליידער איז דא וואס קומען מיט א פאלטשע טענה אז די קאנטרי גיבט זיי ממש געזונט צום לעבן, און פונקט ווי מען דארף עסן און שלאפן דארף מען קאנטרי'ן... עפ"י רוב איז דאס פרויען וואס טענה'ן אזוי, און די מענער מוזן בעל כרחך מיטשטימען מיט די פרוי.
די פרויען ווייסן אבער נישט אז די "געזונטע" קאנטרי מאכט "קראנק" אסאך פון די מענער זייערע צוליב די גרויסע געלט הוצאות.
די פרויען ווייסן אבער נישט אז די "געזונטע" קאנטרי מאכט "קראנק" אסאך פון די מענער זייערע צוליב די גרויסע געלט הוצאות.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 310
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
ס'זאגט זיך גרינג דאס נישט גיין.
פאר א ווייבל וואס זיצט אין א איין רומיגע דירה מיט דריי קינדער איז קאנטרי לעבנס וויכטיג
די פראבלעם איז אז מיר לעבן פארקוועטשט און פארדריקט און דאס באצווינגט אונז צו אנטלויפן אין די לאנגע זומער טעג. גיט א קוק די אידן פון מאנסי און ק'י לויפן נישט קיין קאנטרי אזוי
פאר א ווייבל וואס זיצט אין א איין רומיגע דירה מיט דריי קינדער איז קאנטרי לעבנס וויכטיג
די פראבלעם איז אז מיר לעבן פארקוועטשט און פארדריקט און דאס באצווינגט אונז צו אנטלויפן אין די לאנגע זומער טעג. גיט א קוק די אידן פון מאנסי און ק'י לויפן נישט קיין קאנטרי אזוי
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
אז מ'זיצט פארקוועטשט און ס'וויל זיך אנטלויפן איז פיל ביליגער און גרינגער צו מופן קיין מאנסי אדער קרית יואל, ווי איידער בלייבן אין שטאט און צאלן סיי הויעך רענט פאר די שטאטישע דירה און סיי די קאסטן פון די קאנטרי בנוסף די קאסטן פון קעמפ פאר די קינדער (וואס איז אויסער די רעגלמעסיגע שכר לימוד).
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
אמאליגע צייטן ווען אידן האבן געוואוינט אין כאטקעלעך און אין האלב איינגעפאלענע הייזער מיט מייז און ראטן איז עמעצן בייגעפאלן צו אנטלויפן זומער אין א בעסערן מקום?
די היינטיגע דור איז אזוי געספוילט, אז מ'קוקט נישט אויף געלט הוצאות, מ'קוקט נאר דאס גוף צו באפרידיגן.
די היינטיגע דור איז אזוי געספוילט, אז מ'קוקט נישט אויף געלט הוצאות, מ'קוקט נאר דאס גוף צו באפרידיגן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
קען זיין אז קאנטערי איז א גוטע זאך אבער מעג מען הארגענן די מענער צוליב דעם
דאס איז א ריכטיגע מצוה הבא בעבירה
דאס איז א ריכטיגע מצוה הבא בעבירה
http://amzn.to/1SLdXKv
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 53
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 09, 2012 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
לייג דאס צו צו די ליסטע פון זונלאזע הנהגות אונזערע. האלעווי קען מען ווען קוועטשן א ריסעט קנעפל און צוריקגיין 20-30 יאר און מאכן א דו אוווער.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
ברוין האט געשריבן:ס'זאגט זיך גרינג דאס נישט גיין.
פאר א ווייבל וואס זיצט אין א איין רומיגע דירה מיט דריי קינדער איז קאנטרי לעבנס וויכטיג
די פראבלעם איז אז מיר לעבן פארקוועטשט און פארדריקט און דאס באצווינגט אונז צו אנטלויפן אין די לאנגע זומער טעג. גיט א קוק די אידן פון מאנסי און ק'י לויפן נישט קיין קאנטרי אזוי
מען האט שוין אויסגעדראשן די טענות סיי אויף איי.וועלט און סיי אין בעה"ב פארום.
אז מען דארף וואקאציע איז 2 וואכן פונקט גענוג. וואס עפעס 9 וואכן?
אויב שמירת עינים איז די זאך, וואס עפעס בלויז 9 וואכן? וואס איז מיטן "והסר שטן מלפנינו ומאחרינו"? קען מען נישט סוף חודש אלול, אינמיטן סליחות, זעהן אויסגעלאסענע גויים גענוי ווי אינמיטן תמוז??
די זעלבע זאך איז מיט קעמפס? נישט אריינגייענדיג אין פאליטיק, כאטש כ'האב פיינט די גאנצע מחלוקה, האב איך געוואלט זייער זעהן איין יאר ווי א געוויסע קהלה באקומט נישט קיין פערמיט צו עפענען די קעמפ, און דורכברעכן די אייז און זיך איבערצייגן אז מען קען פארבלייבן אין שטאט! אדער פארן מיט די קינדער 2-3 וואכן און גענוג!
אמאל האבן אונזערע עלטערן נישט געהאט עירקאנדישאן, און נאך פראבלעמען. ווי געשריבן אויבן, געז איז געווען ביליג!!
היינט??
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
די פארום איז בעיקר געווידמערט פאר יונערלייט וואס האבען שוין געהאט די מעגליכקייט פון צוריקהאלטען זייער בני בית פון גיין אין קאנטרי און זיי זאלען מיט-טיילען מיטן עולם ווי אזוי דאס איז צושטאנד געקומען
זעלבס פארשטענדליך אז יעצט איז די צייט דאס אדוירעך צושמוסען אין נישט א וואך פארן זומער וואס דעמאלט וועט שוין זיין צושפעט
זעלבס פארשטענדליך אז יעצט איז די צייט דאס אדוירעך צושמוסען אין נישט א וואך פארן זומער וואס דעמאלט וועט שוין זיין צושפעט
http://amzn.to/1SLdXKv
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
- גלות יוד
- ידיד השטיבל
- הודעות: 255
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
- געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
- קאנטאקט:
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
וואס טיט זיך מיט קעמפ דארט רייסט מען אויכט געלט איך וואלט אויפגעלעזט און אנשטאט געגעבן 2 וואכן off פון חדר i bet יעדער וואלט געווען צופרידן
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
שמואל הלוי האט געשריבן:אמאליגע צייטן ווען אידן האבן געוואוינט אין כאטקעלעך און אין האלב איינגעפאלענע הייזער מיט מייז און ראטן איז עמעצן בייגעפאלן צו אנטלויפן זומער אין א בעסערן מקום?
די היינטיגע דור איז אזוי געספוילט, אז מ'קוקט נישט אויף געלט הוצאות, מ'קוקט נאר דאס גוף צו באפרידיגן.
כ׳בין זיכער אז זיי וואלטן געוואלט אנטלויפן ס׳איז נאר נישט געווען וואו.....
וויצן אין א זייט געלייגט.... דאס איז דער דור און היינט לעבן מענטשן אין לוקסוס. און מען האט זיך איינגעוואוינט דערצו. דאס ברענגט נאר אויף די ברענענדיגע שאלה (וואס דו האסט אויפגעברענגט אין דיין פריערדיגע תגובה); נו אז מיר ווילן יא זיין באקוועם, פארוואס נישט אוועקמופן פון וויליאמסבורג?
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
You are all wrong because all our zeides & fathers went to the country just the difference is a bungalow (how ever it looked)cost only about $500. 00. WOW
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Re: דאס ארויספארן זומער אין די קאנטרי
יאנקל האט געשריבן:הרב_שלום האט געשריבן:און מיט א בליק אויף צוריק, איז די קאנטרי במשך לאנגע יארן באטראכט געווארן ווי א 'גרויסע מצוה' און א 'קליינע אויסגאבע'...
א "גרויסע מצוה" - ווייל אין שטאט במשך די זומער חדשים איז זייער שווער צו זיין אפגעהיטן, די גאסן
זענען מער שמוציג ר"ל, און עס ווערט אלץ ערגער און ערגער, און צו בלייבן אין שטאט קען זיך גרעניצן מיט
פארשידענע מכשולות.
זייער שיין געשריבן. איך וויל נאר מעורר זיין אז דאס אז מ'פארט אין קאנטרי צו פארמיידן פירצות איז לא דובים ולא יער - קאנטרי איז נישט איינגעפירט געווארן ווי א תקנה און א מנהג, נאר קומענדיג קיין אמעריקע האט מען פשוט נאכגעטון די מנהגי המדינה, און צוויי חדשים פון דער זומער האט מען זיך נוהג געווען צו גיין אויף אפרו און געניסן פון שוואוילטאג.
ערשט שפעטער, ווען די רבנים און דער ציבור זענען געווארן פרימער, און האבן אנגעהויבן שפירן אומבאקוועם מיט דעם פאקט אז מ'גיט זיך נאך גופניות'דיגע תאוות, האט מען עס אנגעהויבן ראציאנאליזירן מיט דעם אז מ'פארט אוועק כדי זיך צו היטן פון ראיות אסורות.
זאל איך שרייבן אויך דער ריזיגען חורבן וואס די קאנטרי מאכט יאר איין יאר אויס?
נע עס איז ידוע לכל דעם גייסטישען אונטערגאנג וואס איין קאנטרי קען אנמאכן.
וואס קענען דען די פיינע מענער טוהן אין שטאט ווען זייערע ווייבעלעך בראטן זיך אויף די זון אין די בערג?
די בעסטע עצה צו מבטל זיין דעי גזירה איז צו שיקן א פאר גוטע בילדער און קליפס פאר די נשים צדקניות פון די מענער וואס טוען זאכן וואס די ווייבער וואלטן נישט זייער געוואלט זייערע מענער זאלן עוסק זיין... מילד גערעד.
פארמיידן פירצות האב איך געלייענט?
די רבנים ווייסן שוין היינט גאר גוט אז קאנטרי איז א דירעקטע גורם צו די גרעסטע פירצות וואס ערליכע יונגעלייט זענען פורץ אין די זומער וואכן.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
איינעמ'ס קאממענט
וע"ז כבר צווח הצעלים'ער רב זצ"ל, ואמר שאם היתה גזירה שמחויבים לצאת לקונטרי, אז היו עושים יום תפילה לקרוע רוע הגזירה, אבל היות ולקחו גלות זו מרצונם, ע"כ בכל שנה סובלים 8 שבועות מכל המרעין בישין, מכל הרוחשים והזוחלים, ועוד משלמים עשרות אלפי דורלים ע"ז,
וזה נקרא מנוחה.
אנו במאנסי יש לנו מנוחה ונופש כל השנה, ועוד במחיר מוזל, יותר מבערים הגדולים
ע"כ אין מה לקנא בהם
http://www.jdn.co.il/news/89472

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
בארשט בעלט
אזוי ווערט די קעסקילס אנגערופן. קאמידיענס פלעגן טון זייערע קאמעדי שטיק אין די קעטסקילס רעזארטן און האטעלן. סעוועדזש האט אמאל אינטערוויוד דזשעקי מעיסאן האבן זיי ארוםגערעדט פון די "בארשט בעלט" קעטסקיל מאונטענס.
http://en.wikipedia.org/wiki/Borscht_Belt
http://en.wikipedia.org/wiki/Borscht_Belt
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
- ראש המדברים
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
ווען נישט דאס געלט וואס עטליכע יחידים מאכן פון די קעמפ'ס און קאנטרי וואלטן שוין אלע רבנים ארויף געלייגט א איסור גמור צו גיין
אמת אנהייב איז עס געווען וויכטיג סיי ווייל די ווילאמסבורגער יודן פון די כ-ל יארן וואס האבן געהאט א 2 בעט רום דירה מיט 10 קינדער און אן א ערקאנדישן האבן געמיזט פארן אין קאנטרי און אז מ'איז געפארן אין קאנטרי האבן שוין די מוסדות געמאכט קעמפ'ס
אבער כהיום איז דאס גארנישט וויכטיג און א רשעות און אכזריות צו צווינגען עלטערן צו שיקן זייערע קינדער אין קעמפ אויף 8 וואכן
נאר אז דע מנהלי המוסדות מאכן שיין פרנסה פון די פראגראמען וכדומה און די בעלי הקאנטרי'ס מאכן שיין פרנסה פון פארדינגען די באנגעלוס וועט קיינער נישט מבטל זיין די מנהג אכזרי.
לאמיר האפן אז אזוי ווי די חתונה תקנות איז ב"ה אריין וועט קומען א קעטסקיל תקנות בקרוב

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
די הכנות גייט יעצט אן מיט איהר גאנצע קנאק,
דער געלט איז זיכער נישט קיין פראבלעם, א קאר האט מען, דער באנגאלא דארף מען נאר אויסרוימען,
אין ...ויסעו
זאגט זיך גרינגער ווי געטוהן, אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער...
א שיין באשרייבענוג פון כעלעם'ער מגיד:
viewtopic.php?f=4&t=989

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל