פרעזידענט פארמעסט 2016
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
פרעזידענט פארמעסט 2016
ויהי ממחרת, מ'האלט שוין נאך די הייסע 2012 פרעזעדענטליכע וואלן, אונזער מלך באראק כוסעין אבאמא איז ווידערערוויילט געווארן מיט א מערהייט פון אריבער דריי מיליאן שטימען. מיט ראמני האט שוין געפאקט די פעק, געסטאפט אלע קאמפיין קרעדיט קארטלעך און צוריק צום נארמאלע לעבן
ס'פאנגט זיך שוין אבער ווייטער אן... באמת קומט יעצט גאנץ רואיגע 2 יאר, הערשט אין 2014 וועט זיך אנהייבן די ריעל סטאף, אבער די שמועות און פינגער טייטלען הייבן זיך שוין אן איבער מי ומי ההולכים, ווער גייט אריינשפרינגן אינעם צוקונפטיגן 2016 פרעזעדענטליכע פארמעסט, און ווער ס'איז גרייט אז זיינע וועש (אויב ס'איז שמיציג וועט מען אים שוין לאזן וויסן מיט די צייט....) זאלן געוואשן ווערן פאר די אריבער 311 מיליאן אמעריקאנע באפעלקערונג.
אונזער יעצטיגע פרעזידענט אבאמא איז יעצט ביי זיין צווייטע און לעצטע טורם, ער קען מער נישט -שטאטוטן גערעדט- איבערלויפן, יעצט די דעמעקראטן האפן אז אבאמא וועט דערליווערן גוטע פעטע 4 יאר. און וועט עפענען א פענסטער פאר די דעמעקראטן צו רייטן אויף די געלונגענע יארן און זיי וועלן קענען פרובירן איבערצוצייגן דעם עולם אז מ'זאל אנהאלטן מיט די דעמעקראטישע פארטיי.
פאלגענד זענען די וואס מ'טייטעלט שוין די פינגערס אלס דעמעקראטישע קאנדידאטן:
1) הילערי קלינטאן
פרוי קלינטאן איז דער יעצטיגער סעקרעטערי אף סטעיט, זי איז נישט קיין גרינער אין פאליטיקס, חוץ איר יעצטיגע פאזיציע איז זי געווען סענעטאר אין ניו יארק אין די יארן פון 2001 ביז 2009, ווי אויך די 'פורסט לעדי' פונעם 42'טע פרעזידענט ביל קלינטאן און די יארן צווישן 1993 און 2001. ביל אליינס האט שטארק געשפילט א ראלע אין די איצטיגע אבאמא געווינס, חוץ פון געבן זיין קנאקעדיגע רעדע ביים דעמעקראטישע נאצינאלע קאנווענטשן, האט ער העפטיג קאמפיינט פאר אבאמא, אזוי ווייט אז געוויסע געבן פרעזידענט קלינטאן ממש די גאנצע קרעדיט איבער די אבאמא געווינס.
פרוי קלינטאן איז שוין געלאפן אין 2008 פאר די פאזיציע און גאר געווען די 'פראונט ראנער' ביז אבאמא האט איר ארויסגעשטיפט.
פרוי קלינטאן אלס פרוי, פארזיכערט זיך היפש שטארק די פרויערישע וויילער.
פון די אנדערע זייט האט פרוי קלינטאן שוין געזאגט אז זי פלאנט נישט צו לויפן, און אייגענטליך איבערצולאזן איר איצטיגע פאסטן קומענדיגע יאר. אויך וועט פרוי קלינטאן זיין 69 אין 2016, וואס איז אויך א שטיקעלע פראבלעם
2) דזשאו ביידען
דער איצטיגער פריש ערוועלטער (47'טע) וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען איז אויך ווייט פון א פנים חדשות, חוץ זיין דינען פאר די לעצטע פיר יאר אלס וויצע פרעזידענט האט ער געדינט אלס סענעטאר אין דעלעווער זינט 1973 און אויך שוין געלאפן צוויי מאל -אין 1988 און אין 2008- פאר די פאזיציע.
ביידען איז געפרעגט געווארן ווען ער האט יעצט אפגעגעבן זיין שטימע פאר אבאמא און זיך צו דאס איז דאס לעצטע מאל וואס ער שטימט פאר זיך, און זיין ענטפער איז קלאר געווען "ניין! איך גלייב אז נישט!".
פון די אנדערע זייט וועט ביידן זיין 73 אין 2016 וואס וועט אים אביסל אינטערשטעלונג לייגן צווישן פרישע אינגע קאנדידאטן.
3) ענדראו קאומאו
דער ניו יארק'ער גאווערנער ענדראו קאומאו האט זיך אפיציעל שטארק געמאכט מיט פאבליסעטי יעצט ביים האריקעין סענדי, ווי אויך אלס געוועזענער עטארני דזשענערל פון 2007 ביז 2010 און געוועזענע סעקרעטערי פון די האוזינג און ארבען דעוועלאפמענט פון 1997 ביז 2001. ווי ער האט געהייסן א גאר געלונגענע פירער. ווי אויך האט זיך גאווערנער קאומאו שטארק ארויסגעשטעלט ביי די סעים-....-מערידזש אישו וואס איז א שטארקע זאך ביי די דעמעקראטן.
אינטערסאנט נאר, ווי זיין פאטער דער געוועזענער גאווערנער "מאריא" האט אייביג געהייסן א פרעזידענט קאנדידאט אבער קיינמאל נישט אריינגעטאנצן.
אויך דער לעצטער ניו יארקער געבוירענער פאליטישאן צו ווערן פרעזידענט איז געווען פרענקלין רוזעוועלט.
4) מארטין אומעלי
גאווערנער מארטין אומעלי פון מערילענד, געוועזענער מעיאר פון באלטימאר איז ברייט באקאנט געווארן מיט זיין דרשה ביים דעמעקראטישן נאצינאלע קאנווענטשן און דינט אלס דער טשערמאן פון די דעמעקראטישע גאווערנער'ס עסאוסיעישאן. (א פאזיציע וואס געוועזענער פרעזידענט ביל קלינטאן האט געהאט, און אויך קאנדידאטן האווערד דיען און ביל רידזשערדסאן).
גאווערנער אומעלי איז טאקע נישט אזוי באקאנט נאצינאל אבער איז א שטארקער העלד אין אסאך דעמעקראטישע אישו'ס ווי עדיוקעישאן, אימיגראציע און סעים-...-מערידזש.
אומעלי איז א גאר שטארקע סופארטער פאר אבאמא און טייל זאגן אז ער קען ערווארטן דעם אינדראסירונג פונעם איצטיגען פרעזידענט.
5) ביאו ביידען
דער דעלעווער עטורני דזשענעראל סיאו ביידען איז דער זון פונעם איצטיגן וויצע פרעזידענט. וואס געט אים א עדווענטידזש פון באקומען אינדראסירונגן פון שטארקע פאליטישע פירערס.
ביאו איז א מעדזשאר אין די ארמי נעשענאל גארדס. און אויך גערעדט ביי די פארגאנגענע צוויי דעמעקראטישע נאצינאלע קאנווענטשן'ס.
6) דעוועל פעטריק
גאווערנער דעוועל פעטריק פון מעסעטשוטשעס, האט טאקע נאכן דעמעקראטישע נאצינאלע קאנווענטשן ווי ער האט אפגעגעבן א רעדע געזאגט "אויב ס'וועט זיין די צייט צוריקצוקומען צו א פאבליק לעבן האף איך אז איך וועל עס קענען טוהן, כ'גלייב נארנישט אז ס'וועט שוין זיין אין 2016". אבער אנדערע זאגן אז ער פארמירט זיך א שטיקעלע קאמפיין דערפאר.
7) קריסטין דזשיליבראנד
דער ניו יארקער סענעטאר וואס האט צום ערשטן מאל געווינען א פולע טערמין, איבערנעמענדיג הילערי קלינטאן, קריסטין דזשיליבראנד, קען זיין א מעגליכער קאנדידאט נאכצוגיין איר פארגייער קלינטאן, זי האט שוין אויפגעטרעטן אין אייוועאו ביים דעמעקראטישע נאצינאלע קאנווענטשן.
8) קאורי בוקער
דער העלדישער מעיאר פון נוארק ניו דזשערסי קאורי בוקער, וואס איז באקאנט מיט זיינע גוטע און פירענדע טאהטן ביי געוויסע קאטאסטראפעס. אויך געגעבן א גאר מעכטיגע רעדע ביים דעמעקראטישע נאצינאלע קאנווענטשן.
אויף בוקער זאגט מען גראדע אויך אז ער גייט מסתמה לויפן אנטקעגן קריס קריסטי פארן גאווערנער פאזיציע אין ניו דזשערסי.
9) מארק ווארנער
דער סענעטאר מארק ווארנער פוון ווירדזשיניע, געוועזענער גאווערנער דארט פון 2000 ביז 2006, איז גאר פאפולער געווען ביים פארלאזן די גאווערנער פאזיציע, זיין צופרידענהייט ראטע איז געווען 70%! און האט טאקע געווינען אין 2008 דעם סענאט זיץ מיט א איבעראשענדע מערהייט (פאר א דעמעקראט) מיט 65% שטימען.
ווארנער וועט קענען אויפטרייבן אסאך געלט, האבן די קאנעקשאן'ס מיט אסאך ביזנעסעס, ער אליינס איז ווערט איבער 200 מיליאן דאלער.
ווארנער אבער האט גאר שוואכע ערפארונג מיט אויסערליכע פאליטיק און בכלל גאנץ ווייניג אויפגעטוען אין סענאט אין די לעצטע פיר יאר.
10) עליזיבעדז ווארען
פרוי ווארען איז יעצט שטארק ארויסגעקומען אויף די פאליטישע ארענע מיטן געווינען אקעגן סקאט ברוין דעם מעסעטשוטשעס סענאט זיץ.
חוץ פון אירע פאפעלערעטי איבער איבער איר שטארקע געפעכט מיט 'וואל סטריט' און גרינדן די 'קונסומערס פינאנציעלע פראטעקשאן ביוראו'.
11) ענטאניא ווילערעיגאוסע
דער מעיאר פון לאס אנדזשעלעס ענטאניא ווילערעיגאוסע האט געדינט אלס טשערמאן פונעם דעמעקראטישע נאצינאלע קאנווענטשן. ער האט אייביג אוועקגעדרייט דעם שמועס ווען מ'האט אים געפרעגט איבערן לויפן פאר פרעזידענט. אבער האט א שטארקע שאנס מיטן קענען ווערן די ערשטע "לאטינאו" פרעזידענט.
12) דזשוליען קאסטרא:
דער מעיאר פון סען-ענטאניע טעקסעס דער יונגער 38 יעריגער דזשוליען קאסטרא, איז ארויפגעקומען אלס אפשר קאנדידאט נאכן געבן זיין כאריזמאטישע סוקסעספולע רעדע ביים דעמעקראטישן קאנווענטשן.
אינטערסאנט איז אז קאסטרא האט שוין גערעדט דערפון ווען ער האט געזאגט "די לאנד איז שוין גרייט פאר די ערשטע לאטינא פרעזידענט, אבער ס'וועט מסתמה נישט זיין איך".
מאנכע זאגן אז קאסטרא וועט ערשט טעסטן די וואסערן מיט לויפן אלס ערשטן לאטינא גאווערנער אין טעקסעס, ערשט אין 2014.
נא, ס'וועלן דאך נישט לויפן נאר דעמעקראטן... פארשטייט זיך אסאך רעפאבליקאנע האפן (אומדערעקט...) אז די דעמעקראטן וועלן טוהן א שלעכטע ארבייט די קומענדיגע פיר יאר, אזוי וועט זיי עס גרינגער מאכן אז א רעפאבליקאנער זאל געווינען די קומענדיגע פארמעסט. די פראגע איז נאר ווער ס'וועט זיין דער רעפאבליקאנער לויפער.
באמת איז צו פרי צו זאגן ווער ס'האט די מערסטע שאנסן, ספעציעל ווען מ'האט אייביג געזעהן אז דער 'פראונט ראנער' אנפאנג מיינט ממש גארנישט! דאך פרובירט יעדער צו האבן די מאמענטאם געניג פרי.
1) פאול רייען
ווער ווייסט נישט יעצט ווער דער אינגער קאנגרעסמאן פון וויסקאנסן, פאול רייען איז? ער איז יעצט געווען אויף די ספאט-לייטס אין א פארמעסט לויפענדיג אלס וויצע פרעזידענט פאר די רעפאבליקאנע טיקעט און מיט ראמני, און כמעט געווינען...
רייען איז פארבליבן מיט זיין זיץ אין קאנגרעס, נאכדעם וואס די געזעץ פון וויסקאנסן ערלויבט צו לויפן פאר צוויי פאזיציעס. און דינט אויך אלס טשערמאן פונעם 'הויז באדזשעט קאמיטי'. און איז באוויסט אלס דער רעפאבליקאנער פיסקל עקספערט.
ער איז גאר באליבט ביי די קאנסערוועטיווע לאגער. אבער די רעפאבליקאנע האבן א שטיקל היסטאריע פון נישט נעמען קיין פארלוירענע קאנדידאטן.. ספעציעל אויב ס'שטעלט זיך ארויס אז וויילער זענען געווען אומצופרידן מיט זיין עקסטרעמיסטישקייטן איבער שניידן די פעדעראלע שפענדונגען און טעקסעס.
2) קריס קריסטי
דער גרויס מויל און גאווערנער פון ניו דזשערסי קריס קריסטי איז עטליכע מאל געבעטן געווארן ביי רעפאבליקאנע אז ער זאל לויפן אין 2012, אבער ער האט עס כסדר אפגעזאגט, ווי אויך איז ער געווען א שטארקע קאנדידאט פאר מיט ראמני'ס וויצע פרעזידענטשאפט.
קריסטי איז בארימט מיט ארבייטן מיט דעמעקראטן אויך, און איז שטארק אויסגעלויבט געווארן וויאזוי ער האט געהאנדעלט יעצט ביים האריקעין סענדי קריזיס (חוץ פון די רעפאבליקאנע מויל מאכער'ס די טאלק שאו האוסטס וואס האבן אים שטארק אראפגעריסן פארן באדאנקן און אויפנעמען אבאמא אין אזעלכע קריטישע מאמענטן פאר די וואלן...) וואס דאס קען אים אפילו ברענגן פארעווע דעמעקראטישע וויילער.
קריסטי'ס לויז פיסק האט -אינטערסאנטערהייט- געברעגט צופרידענע שטיצע אויף זיין זייט, און זיין דרשה ביי די רעפאבליקאנע נאציניאלע קאנווענטשן האט אים אפילו מער פאסיג געמאכט אלס א פרעזידענט קאנדידאט ווי ראמני.
פון די אנדערע זייט, מיט זיין ביי-פארטיסען ארבייט, קען אוועקשטיפן שטארק קאנסערוועטיווע וויילער, ספעציעל ווי מ'זעהט ווי ס'האט בעק-פייערט דזשאון האלצמאן (רעפאבליקאנער קאנדידאט אין 2012) אין די שטעט ווי ס'איז וויכטיג אפילו גאר אנפאנג, אייווע און סאוט קארליינע (ווי ריק סענטארעם אין נוט גינגרידזש האבן געווינען אין 2012).
3) מארקא רוביא
נאך א שטארקע קאנדידאט (אפשר די שטערקסטע) פאר מיט ראמני'ס וויצע פרעזידענטשאפט איז געווען דער פלארידע סענעטאר מארקאו רוביא, רוביא האט א שטארקייט ווען ס'קומט צו אויסערליכע פאליטיק, דינענדיג אויפן סענאט קאמיטי אויף אינטעלידזשענס, און אויפן קאמיטי פון פאריגעין רילעישאנס.
נאך גאר גוטע מעלות וואס רוביא האט איז סיי ער איז א קיובא'ן אמעריקאנער וואס קען ארויסשלעפן אסאך שפאנישע וויילער זיינס גלייכן, און איך אויך אין א קריטיש וויכטיגע סווינג סטעיט פלארידע.
אבער נישט אלעס איז א מעלה... רוביא האט אבער א צומישטע רעקארד איבער אימעגרעישאן, וואס קען אים צוגרינד לייגן אין די שטארק קאנסערוועטיווע לאגער.
4) באבי דזשינדל:
דער אינגער אינדעיאנער אפשטאמיגער באבי דזשינדל, גאווערנער אין לוזיאנע, האט אנגעהויבן זיין פאליטישע קאריער זייענדיג אינגאנצן 25 יאר ווערנדיג דער סעקרעטערי אויף דער לוזיאנער דעפארטמענט אף העלטה און שפיטאלן אין 1996. ער האט געראטעוועט די לוזיאנע וועלפער סיסטעם פון בענקראפסי און עס ארויפגעברענגט צו א סורפלאס פראגראם. דאס האט אים געברענגט אז פרעזידענט דזשאורדזש וו. בוש האט אים נאמענירט אין 2001 אלס דער עסיסטענס סעקרעטערי פון העלטה און הומען סערוויסעס.
אין 2003 האט ער רעזעגנירט צו קענען לויפן אלס גאווערנער אין לוזיאנע וואס ער האט פארלוירן. אין 2004 איז ער געלאפן פאר קאנגרעס און געווינען מיט 78% שטימען. אין 2006 איז ער איבערגעלאפן פאר קאנגרעס און גאר געווינען מיט 88%. ער האט אויך געדינט אלס סיניער לידערשיפ פון די הויז אסיסטענס מיאריטעט וויפ.
אין 2007 איז ער פריש געלאפן פאר גאווערנער און האט געווינען מיט 54%. ער איז יעצט דער אינגסטער גאווערנער אין אמעריקע. און האט אן אפראוועל ראטע פון 77%.
דזשינדל איז א סוקסעס פאר אימיגראציע. אבער קען אויסשטיין א שווערע פארמעסט איבער זיין אינגקייט, ער וועט זיין 45 יאר אין 2016 וואס אינגאנצן צוויי אנדערע פרעזידענטן (דזשאן עף קענעדי און טעדי רוזעוועלט) זענען געווען אינגער.
5) באב מאקדאנעל
דער ווערדזשיניע גאווערנער און טשערמאן פון די רעפאבליקאנע גאווערנערס אסאשיעישאן, באב מאקדאנעל, געוועזענער עטארני דזשענערל אין ווירדזשיניע פון 2006 ביז 2009. ער איז שטארק פאר פרא-לייף, אנערגי, קעגן גאנס, קעגן סעים-....-מערידזש,
6) מייק האקעבי
דער געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט אין 2008 און געוועזענער ארקענסעס גאווערנער מייק האקעבי, איצטיגער רעדנער און שאו האוסט אויף פאקס ניוס, איז אויך אויף וועם מ'דארק קוקן.
האקעבי א שטארקער קאנסערוועטיווער קען אויך ברענגן אסאך וויילער וואס זענען ברוגז אויף רוב שטארקע רעפאבליקאנע קאנדידאטן וואס זענען אנגעקניפט מיט גרויסע און רייכע ביזנעסער (ווי מ'האט געטייטעלט אויף ראמני).
האקעבי ווען ס'קומט אבער צו אויסערליכע פאליסיס אדער צו יונגלעך חתונות.. האט ער זיך שטארק פאר'הרג'ט און ס'קען אוועקטרייבן אסאך יונגערע וויילער.
7) רענד פאול
אן אלעקשאן אן קיין 'פאול' משפחה מיטגליד איז קיין אלעקשאן'ס.... דער סענעטאר פון קענטאקי רענד פאול איז די זון פונעם ליבעטעריען הירא, און געוועזענער פריזידענט קאנדידאט ראן פאול, און וועט ווייטער פאנדרעיזען פאר די "פאול ברענד..." זייערע געלטער וואס זייערע אקטיוויסטן און שטיצער שלעפן צאם.
פארוואס ער איז נישט קיין גוטע קאנדידאט מיינעך דארף מען ניטאמאל ארויפברענגן..... זיין פאטער האט כאטש געצויגן אסאך אינגערע וויילער און די לעבעטיריענס. רענד האט טאקע אויך די ליבעטיריען בליק איבער מלחמות (און דראגס..) ספעציעל אז מ'זאל היינט אהיימברענגן אלע אמעריקאנע טרופן פון איבער די וועלט, אבער ריבו דריבו רעפאבליקאנע ווילן דערפון נישט הערן.
אזוי צו אזוי, ס'וועלן זיכער נאך זיין פרישע אריינטאנצערס, און ס'וועט זיך נאך אויסשטעלן אז די טייל פון די אויבנדערמאנטע קאנדידאטן וועלן בכלל נישט אריינטאנצן אין דעם פארמעסט. וועלן מיר זיצן און ווארטן.

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
א צייטונג אין באפעלאו האט נארוואס אינדארסט קלינטאן אין 2016
http://www.buffalonews.com/apps/pbcs.dl ... 19774/1074

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 98
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
יאנקל האט געשריבן:און אגב, אין 1988, פיר יאר פאר קלינטאן איז ערוויילט געווארן, איז זיין נאמען בכלל ערשינען אויף אזא ליסטע?
ניין ער איז נישט געווען אויף די ליסטע, און טאקע דערפאר איז יענע וואל סעזאן עפעס וואס איז געבליבן אין היסטאריע.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט א פאפולערע מלחמה פרעזידענט, און אלע גרויסע דעמאקראטישע שישקעס וואס מען האט גערעדט אז זיי וועלן לויפן, האבן מורא געהאט זיך אריינצולאזן אינעם פארמעסט, זייענדיג זיכער אז מען גייט פארלירן. ממילא איז ענדערש אויסציווארטן פיר יאר, און דערנאך וועט מען האבן א אפענע טיר אריין אין ווייסן הויז.
נו נו, היסטאריע האט אנדערש געוויזן, אז פון ווען די סעזאן האט זיך אנגעהויבן ביז די פאקטישע וואלן האט די עקאנאמיע געכאפט א זעץ. און דער אינגע ענערגישע ביז-דאן-אומבאקאנטע גאווערנער פון ארקענסאו, וואס האט באוויזן וואונדער אין די פריימעריס (קאמבעק-קיד), האט געפירט א גוטן קאמפיין, און בצירוף מיט דעם וואס ראס פעראו איז געלאפן פון רעכטס פונעם אמטירנדן פרעזידענט, האט קלינטאן באוויזן ארויסצוקוועטשן א זיג. (ער האט באקומען אביסל מער ווי פערציג פראצענט פון די פאפולערע שטימען)
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Exclusive: Jeb Bush Meets with Former Aides near White House
http://www.nationalreview.com/corner/33 ... bert-costa
http://www.nationalreview.com/corner/33 ... bert-costa
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
ראפאבליקן געוועזענע סענעטאר 'ריק סענטארם פון פענסעלוועיניע האט געזאגט אז די אפציע פון נאכאמאל לויפן פאר די פרעזעדענטליכע פארמעסט איז אפען. צוגעבנדיג "די וועג איז נאך א לאנגע, איך פרוביר צו בלייבן אינוואלד אין די זאך, און מאכן זיכער אז יעצט גייט אלעס גוט.."
סענטארם האט געהאט א שווערע פארמעסט אין 2012 קעגן מיט ראמני, און געהאט אסאך שטיצע ביז ער האט זיך ארויסגעצויגן אין אפריל איבערלאזענדיג ראמני צו ווערן נאמענירט אלס דער רעפאבליקאנער קאנדידאט
די נייעס קומט די א טאג נאכדעם וואס דער געוועזענער הויז רעדנער... נוט גינגריטש האט זינטאג געזאגט אז ער ווייסט נאכנישט צו ער גייט לויפן אין 2016, אבער די אפציע איז נאכנישט אראפ פון טיש.
סענטארם האט געהאט א שווערע פארמעסט אין 2012 קעגן מיט ראמני, און געהאט אסאך שטיצע ביז ער האט זיך ארויסגעצויגן אין אפריל איבערלאזענדיג ראמני צו ווערן נאמענירט אלס דער רעפאבליקאנער קאנדידאט
די נייעס קומט די א טאג נאכדעם וואס דער געוועזענער הויז רעדנער... נוט גינגריטש האט זינטאג געזאגט אז ער ווייסט נאכנישט צו ער גייט לויפן אין 2016, אבער די אפציע איז נאכנישט אראפ פון טיש.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- אוי טאטי
- היימישער באניצער
- הודעות: 530
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
גאווערנער קריסטי האט היינט געפערליך אראפגעריסן זיין פארטיי אז זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג פון די סענדי געליטענע, מאנכע טאנען אז דאס קען איהם נאר העלפען אינעם פרעזידענטליכע פארמעסט, ווייל דאס ווייזט אז ער שרעקט זיך נישט פאר גארנישט, נאר ער טוט וואס מען ברויך, און פון די אנדערע זייט שרייט מען אז דאס וועט איהם נאר שאדן מאכן...
לאזטס ענק הערן, וועט איהם דאס העלפען, אדער שאדן מאכן?

!..If you go black, you'll never go back
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
בעפאר ער גייט נישט אויף דייעט איז נישט דא פון צו רעדן, דאס אמעריקאנער פאלק וועט נישט זיין גרייט אויפצופיקען די העכערע געז קאסטן וואס זיין שווערע וואג ברענגט מיט זיך, בכלל דארף עס וויסען אז די בענקל און אין אוועל אפיס איז דיזיינט אז נאר איין מענטש זאל פיטען דערין נישט א שתים שהן ארבע.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
אלץ דער פותח האשכול האב איך געקלערט צוצולייגן נאך אפאר נייע אנטוויקלונגן, קען טאקע זיין ס'איז נישט קיין נייעס דא אבער וויבאלד ס'איז נאכנישט דא באריכטעט וועל איך עס יא לייגן.
קודם איבער פרוי קלינטאן, ס'איז פאריגע וואך געווען א באריכט, אז זי זי האט אויפגענומען די "הערי וואלקער אגענטור" וואס געט זיך אפ מיטן אראנזשירן טייער באצאלטע רעדעס, וואס מיט דעם זאגן פילע פאליטישע מוילמאכערס אז זי האט געלייגט אלע פאליטישע פלענער אינדערזייט און וועט נישט לויפן פאר פרעזידענט אין יארע '16
אנדערע זאגו אז די רעדעס געלטער וועלן פשוט גיין צו באצאלן איר דורכגעפאלענע '08 קאמפיין פארבליבענע חובות, און דערנאך וועט זי מיט א פרישקייט אנהייבן איר '16 פרעזעדענטליכע קאמפיין.
א באריכט איז אויך ארויסגעקומען אז א הויכעראנגיקע דעמאקראטישער קאנגרעסמאן האט האט געזאגט אז "פרוי קלינטאן וועט אפרוימען אלע אירע פאטענמיעלע דעמאקראטישע קעגנער אין די פריימעריס"
א קוויניפעק אנקעטע אין ניו דזשערסי האט געוויזן אז אין נאציאנאלע וואלן וועט קלינטאן געווינען 49 פראצענט קעגן קריסטי'ס 45 פראצענט
*
א פרישע קאנדידאט איז מעגליך ארויפגעקומען אויף די דעמאקראטישע ארענע...
13) ראם עמאנועל
עמאנועל דינט יעצט אלס שיקאגא מעיאר און איז געווען א קאמגרעסמאן, ער האט אויך געדינט אין די קלינטאן אדמיניסטראציע -וואס צוליב דעם איז דא א באריכט אז ער וועט נאר לויפן אויב הילערי קלינטאן לויפט נישט-, אזוי אויך האט ער געדינט אלס שטאב הויפט פאר פרעזידענט אבאמא.
דער באריכט איז ארויסגעקומען נאכדעם. עמאנועל טרייבט יעצט אויף שטיצע און געלט פאר זיין מעיאר ווידערוויילונג קאמפיין. אבער נאכדעם וואס ער האט זיך אויך געטראפן מיט הויכראנגיקע ביישטייערער פון די דעמאקראטישע פארטיי אין אמעריקע וואס דאס האט אויפגעברענגט די שפעקילאציעס אז ער פלאנט ערענסט פארן א פרעזעדענטליכע קאמפיין.
ווי גערישט האט זיין סעקרעטאר אין מעיאר אפיס אפגעלייקענט די באריכט אוו אפילו ארומגעשיקט א בילד ווי עמאנועל שרייבט אויף א צעטל "איך וועל קיינמאל נישט לויפן פאר פרעזידענט" (מסתמה נישט די ערשטע ליגענט וואס א פאליטישאן וואגט זיך צו זאגן...)
א שטיקעלע סקאנדאל איז געווארן ביי די יעניגע וואס זיכן דאס אייביג.. נאכדעם וואס סענעטאר מארקא רוביא האט געכאפט א טרינק פון א באטל וואסער ביי זיין ערשטע פרעסטיזשפולע רעדע "דער אפיציעלע ענטפער אויף פרעזידענט אבאמא'ס סטעיט אויף די יוניאן" די יעניגע האבן געוויזן אז רוביא איז נישט גרייט פריע פרעשער.. און געוויסע עקספערטן האבן גאר צוגעגעבן אז דאס איז גאר די ענדע צו זיין פאליטישע קאריערע.
שעפטל האט געשריבן: