בדחן האט געשריבן:איך וויל נישט אריין גיין בתוך הדברים פון דיין תגובה, ווייל איך וויל נישט רעדן פון די פרשה, עס איז נאר אינטערסאנט צו זען ווי אזוי פון דיין גג על גג פשטעל ביסטע צוגעקימען צו א מסקנה וואס איך וואלט געטיען, און האסט עס אפילו אראפ געשריבען בדרך פשטות כאילו עס איז נערמאל אזוי.
גארנישט גג על גג, כ'האב עס נאר געוועלט מסביר זיין די ערשטע מאל קלאר און דייטליך, ברחל בתך (נישט די אויבערדערמאנטע, די אנדערע) הקטנה אז דו זאלסט נישט דארפן איבערפרעגן.
בדחן האט געשריבן:לאמיר דיר פרעגן א העטיך פעטעך פראגע שאסט פאר די סעיק ארגימענט, אלמלא איז א מציאות אז דער טאטע זאל קענן אפ׳הרגנן די קעיס מיטען זיך אויפשטעלן און זאגן אפן אז זייין טאטער איז א ליגענער, און זאגען אז זי האט אים געזאגט אז די מעשה איז ליקענט בלא בלא בלא, עס וואלט אויסגעקימען אז ער וואלט זיך צוקריגט מיט זיין טאכטער אבער ער וואלט געראטוועט די גאנצע אדישע וועלט די גאנצע קאמיונעטי פון די שרעקליכע חילול השם מסוף העולם ועד סופו.. האלסט אז ער וואלט עס געדארפט טיען לטובות הכלל?? און אלמלא ער וואלט עס נישט געדארפט טיען אבער ער טוט עס ווען וואלט ער געטיען א גיטע זאך? אשער א שלעכטע זאך?
מ'זאגט נאך א ווערטל, א קרוב מעג נישט עדות זאגן, שטעלט זיך די קושיא, מיילא אויף גוטס פארשטיי איך פארוואס מ'קען עם נישט גלייבן, אבער אויף שלעכסט? אויב קען ער עדות זאגן קעגן זיין אייגענע קרוב מוז דאך זיין אז ס'איז אמת? די תירוץ איז אז נאר א מענטש וואס איז בגדר אדם קען עדות זאגן, און איינער וואס קען עדות זאגן קעגן זיין בלוט און פלייש איז קיין מענטש ניקס.
יעצט צום פוינט, טאמער ווייסט די טאטע אז די מעשה וואס זיין טאכטער פארקויפט איז הוילע פאנטאזיעס, זי האט עם אליינס געזאגט פארוואס זי טוט דאס, אפילו דעמאלס קען מען נישט האבן קיין טענות אויף עם פארן זיך נישט וועלן ארויסשטעלן קעגן זיין טאכטער. משה רבינו וואלט די תורה אויך נישט געגלייבט ווען ער זאגט עדות קעגן אהרן. אבער אפשר דעמאלס קענסטו האבן א מקום צו זיין בייז אויפן טאטן, אבער איך גלייב אז די מעשה איז נישט אזוי, און אדער גלייבט ער איר, אדער איז ער מסופק, און אין אזא פאל, אפילו אויב ער האט נאר א קליינע ספק אז קען זיין אז דא איז יא פארגעקומען מעשים אשר לא יעשו, קען מען דען האבן טענות? דו פארלאנגסט פון עם צו האבן אזא מאס אכזריות קעגן זיין טאכטער וואס קען זיין זי איז דא די פולקאמע וויקטים?
איך פארשטיי אז ס'שווער צו קאנטעמפלעיטן אז דא איז דא א צד אז ס'איז אמת, און אז א טאטע אין אזא פאל וויל גלייבן זיין טאכטער, אבער אזוי זע איך עס.
און אויף דיין שאלה, יא, אויב האט ער נאר א ספק אז די זאך איז אמת, און ער שטעלט זיך ארויס קעגן זיין טאכטער האט ער געטוהן אן אומגעהויערע אכזריות.
בדחן האט געשריבן:בשעת די טראכסט א ענטפער, קיעפ און מיינד אז לעולם האלט ער דאך מיט נחמי אזוי האט ער געשריבען און צוויי עפענטליכע בריווען, וואס האלסטע ער וואלט געדארפט טיען אלמלא ער האט ווען אזא טשאנס?
ער שרייבט אזוי זיך צו פראטעקטן פון חיות טורפות, מוז נישט זיין ער האלט אזוי, און אלמלא ער האלט יא אזוי, וואס זאגט ער, אז ער האט עוסק געווען "להציל את ר' נחמיה", נישט אז ער האלט אז די מעשה איז אמת.
איך האף אז דאס איז נישט געווען גג על גג, איך האב מורא פון הייטס.