מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

ר' בונעס איירעס, האסט ארויסגעשפיגן דריי מאל אזויפיל ווי עס פאסט זיך אויף מיין קליינעם סקרין, און איך האב פארשטאנען בערך אזא 3% פראצענט דערפון. איך ווייס נישט ווער דו ביסט, און אז דו זאגסט אונז האבן זיך געטראפן, נו, מסתם ביסטו גענוג א וואוילער איד מיט וועם צו מאכן א לחיים אויף א גלעזל שליוואוויץ נאך אן 11:00 שחרית, אבער דאך האסטו דא קיין קלארע ווערטער נישט גערעדט. איך ווייס נישט מיט וויפיל "בעלי מעשה" דו האסט גערעדט, צו דאהי צו אין "אלטן לאנד כנען", און איך זעה נישט וואס אן אהנקער עס האט צו מיר.

לאמיך אייך געבן צו פארשטיין א פשוט'ע זאך. פאר אזא 20 יאר צוריק איז געווען אזא סטייל אז א גוי האט געטראפן א חסיד האט ער געמאכט א וויץ עפעס וועגן דימאנטן. פארוואס? ווייל דער גוי איז נישט געקומען קיין בארא פארק צו וויליאמסבורג אויף צו זוכן חסידים, ער האט געוואוסט נאר פון די חסידים וואס זענען געקומען צו 'אים' אינדערהיים, קיין מאנהעטטען. ממילא, וואספארא חסיד טרעפט מען אין מאנהעטטען? א דימאנטן סוחר, גאנץ איינפאך! פארשטייט זיך אז דער גוי איז געקומען צו א פשוטע, שכל'דיגע החלטה: חסידים, בדרך כלל, זענען דימאנטן סוחרים. איי, עס איז דא א וויליאמסבורג וואו עס געפינען זיך אידן באס דרייווערס און עלעקטרישענס און מוכרי ספרים און גבאים ביי אדמורים אין שטוב? העטעך פעטעך, ער'ט זיי קיינמאל נישט געטראפן און ממילא זעט ער נישט פארוואס זיין אייזענע סברא זאל פלוצלינג ווערן מוטל בספק.

דאס זעלבע טענה'סטו: דו האסט געטראפן אפאר מענטשן וואס דו האסט אפגעמאכט אז זיי זענען גענוג "בעלי מעשה" פאר דיינע החלטות. נו, געזונטערהייט. וועסט מיר אבער מוחל זיין אז איך קוק דאס נישט אן בעסער ווי דער גוי וואס מיינט אז יעדע חסיד איז א דימאנטן סוחר.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

משכיל האט געשריבן:ו,י

קוק למשל א חסידות ווי סטולין עס איז כמעט נישטא קיין איין אפגעפארענער ווייל עס מאכט סענס,י


??????
I have a dream
Martin Luther King ~
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

שלום דין האט געשריבן:ר' בונעס איירעס, האסט ארויסגעשפיגן דריי מאל אזויפיל ווי עס פאסט זיך אויף מיין קליינעם סקרין, און איך האב פארשטאנען בערך אזא 3% פראצענט דערפון. איך ווייס נישט ווער דו ביסט, און אז דו זאגסט אונז האבן זיך געטראפן, נו, מסתם ביסטו גענוג א וואוילער איד מיט וועם צו מאכן א לחיים אויף א גלעזל שליוואוויץ נאך אן 11:00 שחרית, אבער דאך האסטו דא קיין קלארע ווערטער נישט גערעדט. איך ווייס נישט מיט וויפיל "בעלי מעשה" דו האסט גערעדט, צו דאהי צו אין "אלטן לאנד כנען", און איך זעה נישט וואס אן אהנקער עס האט צו מיר.

לאמיך אייך געבן צו פארשטיין א פשוט'ע זאך. פאר אזא 20 יאר צוריק איז געווען אזא סטייל אז א גוי האט געטראפן א חסיד האט ער געמאכט א וויץ עפעס וועגן דימאנטן. פארוואס? ווייל דער גוי איז נישט געקומען קיין בארא פארק צו וויליאמסבורג אויף צו זוכן חסידים, ער האט געוואוסט נאר פון די חסידים וואס זענען געקומען צו 'אים' אינדערהיים, קיין מאנהעטטען. ממילא, וואספארא חסיד טרעפט מען אין מאנהעטטען? א דימאנטן סוחר, גאנץ איינפאך! פארשטייט זיך אז דער גוי איז געקומען צו א פשוטע, שכל'דיגע החלטה: חסידים, בדרך כלל, זענען דימאנטן סוחרים. איי, עס איז דא א וויליאמסבורג וואו עס געפינען זיך אידן באס דרייווערס און עלעקטרישענס און מוכרי ספרים און גבאים ביי אדמורים אין שטוב? העטעך פעטעך, ער'ט זיי קיינמאל נישט געטראפן און ממילא זעט ער נישט פארוואס זיין אייזענע סברא זאל פלוצלינג ווערן מוטל בספק.

דאס זעלבע טענה'סטו: דו האסט געטראפן אפאר מענטשן וואס דו האסט אפגעמאכט אז זיי זענען גענוג "בעלי מעשה" פאר דיינע החלטות. נו, געזונטערהייט. וועסט מיר אבער מוחל זיין אז איך קוק דאס נישט אן בעסער ווי דער גוי וואס מיינט אז יעדע חסיד איז א דימאנטן סוחר.



א גרויסן יישר כח פארן מיך צוהעלפן בויען מיין נקודת האמת....!! נא פון וואס דען האב איך גערעדט אויב נישט פון דעים?? מיר קומען אלץ נאכמאל צוריק צום אלטן...!!!

אז די טויזענטער "בעלי מעשה" וואס קומען צוריק טאג טעגליך פון אלע טיילן (נישט פון אונזער ענגער חיידער) אויף "זיי" קען איך נישט בויען ווייל ווער זענען זיי?? ווייטער שוין פון די אנדערע זייט..... איך קען נאר בויען אויף די זעלבע געציילטע אויסגעדראשענע דורכגעפאלענע פאר "בעלי מעשה" וואס זענען נאך דארט פון אונזער חיידער (וואס רוב פון זיי נאך זייענדיג בהרי החושך גיבן שוין אויך א חצי הודעה וואס מיר אלע זעין בחוש דעם בוטערניש וואו ער פלאגט זיך א לעבן) אין זיי גייען מיר נאר זאגען וואס ער וויל איך זאל "נישט" הערן,

אלזא בהכרך צוריק צו מיין אויספיר:
צום ווידער זעין ווען איר זענט בעזר ה' אויפן וועג צוריק צו אונז, און איר ווערט פאראייניגט מיט אייער אומשולדיגע נעבעכדיגע קינדערליך... און איר פיטערט ווייטער אייער דארשטיגען נשמה וואס לאזט אייך נישט מנוחה....
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

דער איד קומט מיר ברענגען א ראי: אלע בעלי מעשה וואס זענען צוריקגעקומען האבן מיר בפירוש געזאגט טעיתי. נו, זענען זיי דאך צוריקגעקומען, וואס דען זאלן זיי זאגן? איי פרעג פון די וואס קומען נישט צוריק? האט ער מורא ז'עלען אים זאגן וואס ער וויל נישט הערן.

שוין, נו אז דו ווילסט נישט רעדן צו דער זאך קען איך דיר נישט העלפן. איט וואז נייס נאואינג יו.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שלום איך מיין אז מיר אלע קאווע שטיבל זיצערס זענען דאנקבאר אז אזא טאלאנפולער יונגערמאן ווי אייך וואס פארשטייט איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט, שרייבט דא. איך געדענק אייערע מאמרים אין די ערשטע יארן אויפן בלאג איך פלעג זיי ליינען אויף א פרי פעיד סעלל פאן איך בין ממש משוגע געווען פאר חאסידיק רעבעל. אפשר וואלט איר אונז דא איבערגעטייטשט אויף אידיש עטליכע פון זיי? איך געדענק די חסידישע מוזיק מעשה אין דעם היטש איז געווען עפעס מורא'דיק. איר פלעגט שרייבן איבער דעם רבינס טיש און וואנדערונגען אלס חסיד אין נישט אידישע פלעצער וכדומה אלע זענען געווען אויסערגעווענטליך.

אגב אויב איך מעג פרעגן. ווי איך פארשטיי האט איר באקומען א קאנטראקט אויף א בוך וואס וועט הייסן שייגעץ (?), קענט איר אונז מיטטיילן אביסל וואס דער אינהאלט וועט זיין און ווען קומט עס ארויס?
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

בן תמליון האט געשריבן:ייש"כ ר' שלום פאר א תוכנ'דיקע תגובה וואס ברענגט טרערן אין די אויגן. איך וואונטש אייך מעומק הלב עס זאל ביי אייך מקוים ווערן והשיב לב בנים על אבותם און אולי איין טאג אויך לב אבות על בנים. איך מיין איר וועט נישט ברוגז זיין איך וועל אייך וואונטשן איר זאלט איין טאג נאך לערנען אור החיים מיט א קצות מיט די קינדער און אייניקלאך און זינגען ביי איין טיש אודה לקל בשבת אחים.
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

בן תמליון האט געשריבן:שלום איך מיין אז מיר אלע קאווע שטיבל זיצערס זענען דאנקבאר אז אזא טאלאנפולער יונגערמאן ווי אייך וואס פארשטייט איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט, שרייבט דא. איך געדענק אייערע מאמרים אין די ערשטע יארן אויפן בלאג איך פלעג זיי ליינען אויף א פרי פעיד סעלל פאן איך בין ממש משוגע געווען פאר חאסידיק רעבעל. אפשר וואלט איר אונז דא איבערגעטייטשט אויף אידיש עטליכע פון זיי? איך געדענק די חסידישע מוזיק מעשה אין דעם היטש איז געווען עפעס מורא'דיק. איר פלעגט שרייבן איבער דעם רבינס טיש און וואנדערונגען אלס חסיד אין נישט אידישע פלעצער וכדומה אלע זענען געווען אויסערגעווענטליך.

אגב אויב איך מעג פרעגן. ווי איך פארשטיי האט איר באקומען א קאנטראקט אויף א בוך וואס וועט הייסן שייגעץ (?), קענט איר אונז מיטטיילן אביסל וואס דער אינהאלט וועט זיין און ווען קומט עס ארויס?

איך פארשטיי נישט דער ר' שלום אונזערער וואוינט נאך היינט אים סקווירא שטעטעל? (דז'ו לענד בלע"ז)
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

בן תמליון האט געשריבן:שלום איך מיין אז מיר אלע קאווע שטיבל זיצערס זענען דאנקבאר אז אזא טאלאנפולער יונגערמאן ווי אייך וואס פארשטייט איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט, שרייבט דא. איך געדענק אייערע מאמרים אין די ערשטע יארן אויפן בלאג איך פלעג זיי ליינען אויף א פרי פעיד סעלל פאן איך בין ממש משוגע געווען פאר חאסידיק רעבעל. אפשר וואלט איר אונז דא איבערגעטייטשט אויף אידיש עטליכע פון זיי? איך געדענק די חסידישע מוזיק מעשה אין דעם היטש איז געווען עפעס מורא'דיק. איר פלעגט שרייבן איבער דעם רבינס טיש און וואנדערונגען אלס חסיד אין נישט אידישע פלעצער וכדומה אלע זענען געווען אויסערגעווענטליך.

אגב אויב איך מעג פרעגן. ווי איך פארשטיי האט איר באקומען א קאנטראקט אויף א בוך וואס וועט הייסן שייגעץ (?), קענט איר אונז מיטטיילן אביסל וואס דער אינהאלט וועט זיין און ווען קומט עס ארויס?


אויב מעג איך פרעגן בתמימות אויב גייט איר ממש משוגע דערפאר פארוואס זענט איר נאך דא? פארוואס גייט איר נישט און "רבי" שלומע'ס זאל זיין געזונט פיס טריט??
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

בונעס איירעס האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:שלום איך מיין אז מיר אלע קאווע שטיבל זיצערס זענען דאנקבאר אז אזא טאלאנפולער יונגערמאן ווי אייך וואס פארשטייט איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט, שרייבט דא. איך געדענק אייערע מאמרים אין די ערשטע יארן אויפן בלאג איך פלעג זיי ליינען אויף א פרי פעיד סעלל פאן איך בין ממש משוגע געווען פאר חאסידיק רעבעל. אפשר וואלט איר אונז דא איבערגעטייטשט אויף אידיש עטליכע פון זיי? איך געדענק די חסידישע מוזיק מעשה אין דעם היטש איז געווען עפעס מורא'דיק. איר פלעגט שרייבן איבער דעם רבינס טיש און וואנדערונגען אלס חסיד אין נישט אידישע פלעצער וכדומה אלע זענען געווען אויסערגעווענטליך.

אגב אויב איך מעג פרעגן. ווי איך פארשטיי האט איר באקומען א קאנטראקט אויף א בוך וואס וועט הייסן שייגעץ (?), קענט איר אונז מיטטיילן אביסל וואס דער אינהאלט וועט זיין און ווען קומט עס ארויס?


אויב מעג איך פרעגן בתמימות אויב גייט איר ממש משוגע דערפאר פארוואס זענט איר נאך דא? פארוואס גייט איר נישט און "רבי" שלומע'ס זאל זיין געזונט פיס טריט??


ווי בין איך פונקטליך? אגב שלום האט געשריבן זיין בלאג ווען ער האט געוואוינט אין סקווער.זיין הויך קוואליטעט שרייבעריי אלס חסיד איז געווען א גרויסער חידוש.
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

בן תמליון האט געשריבן: איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט,
[/quote][/quote]

אויב פרשטיי איך גוט "אונז" רעכענט איר זיך פאר א אונזעריגער וואס זיצט אינעם סיסטעם..
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

אפםשר קען איינער געבן דא אביסל מער אינפארמאציע איבער דעם שלום דיען, אויב נישט ברבים עכ"פ באישי
מי האיש, מה טיבו
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טעפל, האסט אזא הו"א?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פה ושם

הייסט ער שלום בערגער אדער שלום דיען? וואס איז זיין עכטע נאמען און וואס איז זיין ניק נאמען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין, אונזער באקאנטער דר. (זכריה) שלום בערגער האט שלום דין אויף אן אינטערוויו אויף זיין (בערגער'ס) בלאג. קאפטשאנת??
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

מוח שליט האט געשריבן:די מיטעל פין מלחמה איז געווען התבדלות. די סוקסעס רעיט פין דעם מיטעל איז געווען בערך 90% זענען נעבעך אוועק פין כלל ישראל אין 10% געבליבען.

לכשעצמי, נאך אזא סוקסעס רעיט ביים ערשטען גרויסע ענלייטמענט, וואלט איך פרובירט אנדער מעטאדען ווי טאטעל התבדלות.


די שאלה איז וואס מיינט 'סוקסעס', לויט חז"ל איז דאס טאקע געווען די פלאן פון די וועלט, א בחירה חופשית, מיט שטארקע נסיונות און נאר דער וואס גייט אלעס אריבער דער איז זוכה צום תכלית, די פלאן איז קיינמאל נישט געווען אז דער 'פאלק' דער 'סיסטעם' זאל וואקסן און קיינמאל נישט פאלן, אדרבה, כי לא מרובכם חשק השם בכם כי אתם המעט מכל העמים, ווער עס וויל האט אלס געהאט די בחירה און ווער נישט איז ליידער ארויסגעפאלן .

און לויט ווי חז"ל זאגן וועט פאר ביאת המשיח זיין א גרויסער בירור, דאס מיינט גרויסע נסיונות, איז התבדלות א גוטע עצה פאר איינער וואס וויל אלעס אדורכשוויצן.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ר' דוטקום
ביסט זיכער אז דאס איז טאקע א לכתחילה'דיגע פלאן?
מיר קלינגט דאס מער א תירוץ בדיעבד.
אויב קענסט ברענגען צויי און א האלב חז"לים פאר דיין טענה, דאכצימיר מקען ברענגען טויזענט חז"לים פארקערט, און בצירוף השכל הישר, וואס זאגט אז א רבי ווי אפאר קינדער פארשטייען נישט איז דאס זייער פראבלעם, אויב אבער דאס רוב פארשטייען נישט ווייזט דאס שוין אויף א פראבלעם פון די תלמידים נאר ענדערש פון די רבי.

קען דען א מנהיג וואס זיין אחריות איז ממשיך זיין יידושקייט זיך פטר'ן מיט די סארט טענה?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

וואס הייסט זיך פטר'ן? ער גיט נאר א עצה! אז איינער וויל נישט איז נישט!

פלאן פון די וועלט מיין איך צו זאגן די בחירה מיט נסיונות, נישט דאס אוועקפאלן, דאס אוועקפאלן איז נאר א ווייטאגליכער פאקט, א רעזולטאט פונעם פלאן.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

ווענד זיך אינעם קאנדישען פונעם תלמיד, צו א מזיד און מתכוון למרוד, אדער א שוגג א שנשבה'ניק

וואו אין רוב פעלער פון טיילונגען גענצליך-התבדלות איז געווען מתכוונים..

פארגעס נישט די רבנים די פיאנערן פון דעם התבדלות אויפטרעף,
זענען געווען היפשע תלמידי חכמים לויט וואו ווייט מיין זכרון ארבייט און וויסענשאפט גרייכט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

און ביטע דער וואס האט פארגעשלאגן אז דער התבדלות האט נישט סוקסעסירט, ביטע וואסארא אלטערנאטיוו וואלט איר געהאלטן וואלט יא געשניטן מער פרוכט?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דער וואס טענה'ט דאס איז נישט מיר נאר גדולי ישראל מובהקים דוגמת ר' שמשון רפאל הירש, אדער הרב קוק, זכר צדיקים לברכה. און זיי האבען פארגעשלאגען וואסארא עצות עס קען לדעתם יא העלפען.
איך האב נישט קיין צייט יעצט דאס אלץ ארויסשמועסען און מסביר זיין, יבואו חכמים ונבונים און זאלען זיי דאס אלץ דורכשמועסען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

אבער ס'קיינמאל קיין 1 סייז פיט'ס אלל.... אמת ס'דא וואס האלטן דירעקט נישט פון התבדלות, מען זעהט אבער נישט אז די פלעצער וואס פירן זיך עפ"י שיטת רש"ר זאלן זיין ווייניגער דראפאוטס, און פארקערט אויף די וואס פירן זיך יא מיט התבדלות זעהט מען אויך נישט אז דער סיסטעם זאל זיך האלטן, ס"ה איז התבדלות א עצה נאר פאר די מענטשן וואס זענען בוחר אין דעם.

אבער דאס איז זיכער אז דער יחיד וואס איז בוחר התבדלות און דאס העלפט אים מקיים זיין תורה ומצוות, איז זיכער אז ער האט ערפילט זיין תפקיד אויף דער וועלט.

און דאס איז אויך זיכער אז דער יחיד וואס פאלט אוועק פון אידישקייט, אפילו זאל ער זיין קלוג ווי שלמה המלך און געלונגען ווי דוד המלך בשעתם, ער האט אבער געפעילט מיזרעבל מיט זיין תפקיד.

נסיונות איז אייביג דא מיט סיי וואספארא וועג מען זאל נאר גיין, ווייל דאס איז דעם באשעפער'ס פלאן.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

DotCom האט געשריבן:אבער ס'קיינמאל קיין 1 סייז פיט'ס אלל.... אמת ס'דא וואס האלטן דירעקט נישט פון התבדלות, מען זעהט אבער נישט אז די פלעצער וואס פירן זיך עפ"י שיטת רש"ר זאלן זיין ווייניגער דראפאוטס, און פארקערט אויף די וואס פירן זיך יא מיט התבדלות זעהט מען אויך נישט אז דער סיסטעם זאל זיך האלטן, ס"ה איז התבדלות א עצה נאר פאר די מענטשן וואס זענען בוחר אין דעם.

אבער דאס איז זיכער אז דער יחיד וואס איז בוחר התבדלות און דאס העלפט אים מקיים זיין תורה ומצוות, איז זיכער אז ער האט ערפילט זיין תפקיד אויף דער וועלט.

און דאס איז אויך זיכער אז דער יחיד וואס פאלט אוועק פון אידישקייט, אפילו זאל ער זיין קלוג ווי שלמה המלך און געלונגען ווי דוד המלך בשעתם, ער האט אבער געפעילט מיזרעבל מיט זיין תפקיד.

נסיונות איז אייביג דא סיי וואספארא וועג מען זאל נאר גיין, ווייל דאס איז דער תכלית.


טרעף מיר אפשר איינער פון די דוגלים בשיטת ההתבדלות וואס איז מסכים מיט דיין ערשטער הנחה אז עס איז נישט איין סיז פאר אלע און אז ווער עס וויל מעג בוחר זיין א צווייטער וועג. די גאנצע שיטה ארבעט דאך אז מדארף אלע פארמאכען צו סיי יעדער אנדערע וועג הן בתוך היהדות וכ"ש מבחוץ שמא ושמא אפשר וועט ער עפענען אליינס די אויגען.

עס איז גארנישט זיכער אז הבוחר בהתבדלות איז מקיים חובתו בעולמו. אויב איז די סארט זיך פארמאכען צו די מציאות נישט רצון ה' [כדעת רשר"ה], איז ער גארנישט ממלא זיין תפקיד.

ממילא אויב ביסטו מודה אז התבדלות איז אויך נישט קיין זיכערע עצה איז דאך אסאך ענדערש גיין מיט א שיטה ווי הרב הירש, ווייל דאס האט אסאך מעלות בעצמותו, סיי לגבי מפרש זיין די תורה מער ריכטיג און גלייך, און סיי לגבי זיין א מענטש וואס איז דרך ארץ קדמה לתורה. די איינציגסטע טענה וואס שיטת ההתבדלות האט איז אס דאס ארבעט בעסער, מי שאינו מסכים להנחה זו איז לדעתי פשוט אז ער זארף גיין מיט מער א אפענער וועג.

איך בין בכלל נישט משוכנע אז דער תכלית איז נסיונות. אמת שיש ספרים שכתוב בהם כך, אבל יש גם ספרים שכתוב בהם אחרת. און עס הערט זיך מיר די גאנצע טעאלאגיע פון נסיונות א גאר קלוגער וועג פארענטפערען לאחר המעשה פארוואס די פלאן אונזערע געלונגט נישט.

דאס וואס דו האסט געשריבען וועגן פילען מיזערעבל לא הבנתי.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט