ונבנתה העיר האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:יידל האט געשריבן:ר' ונבנתה דו פארפעלסט דעם קריטישן נקודה אז אין די מאנטי האל פראבלעם/פאראדאקס האט דער עפענער פונעם טיר געוואוסט צו עפענען די טיר וועלכע האט די ציג אונטער זיך, נישט עס האט זיך פערצופאל געגעבן אן עפען אויף א טיר אונטער וועלכע א ציג איז געווען ודו"ק (ווייל דייקא דעמאלטס העכערט עס די שאנסן בלויז פאר טיר #2).
ענדליך. דאס איז דער שליסל צום פראבלעם. דער עפענער קען נאר עפענען דעם טיר פונ'ם ציג, אין אנדערע ווערטער, דאס אז זי האט געעפנט דעם דריטן טיר און נישט דעם צווייטן טיר מאכט שטערקער די סברא אז אונטער דעם צווייטן ליגט עס. עס צו גרינגער מאכן, שטעל זיך פאר אז עס זענען דא א מיליאן טירן, אונטער אלע זענען דא ציגן אויסער איינע וואו ס'איז דא א קאר. דו כאפסט אן איין טיר, און דו האסט גאר א שוואכע שאנס צו געווינען, איינס אין א מיליאן. יעצט גייט איינער פון די אנדערע זייט און ער מאכט צו איין טיר נאכ'ן צווייטן, ביז נאר איין טיר (אויסער די וואס דו כאפסט אן) בלייבט פארשפארט. וועסטו אודאי גיין עפענען יענעם טיר, ווייל אז ער האט עס נישט געעפנט מסתם ליגט דארט דעם קאר. (דער טיר וואס דו כאפסט אן קען ער דאך נישט עפענען, ווייל דעמאלט צופאלט דער גאנצער שפיל). דא קענט איר זען אן
אילוסטראציע פון דעם הסבר.
----
יואליש האקט
יאיר, דו בויעסט צופיהל אויף פסיכאלאגיע, יידל האט דאך מוכיח געווען אז דאס איז ריין מאטאמאטיש:
יידל האט געשריבן:[אופן א: טיר #1 - געלט; טיר #2 - ליידיג; טיר #3 - ליידיג
אופן ב: טיר #1 - ליידיג; טיר #2 - געלט; טיר #3 - ליידיג
אופן ג: טיר #1 - ליידיג; טיר #2 - ליידיג; טיר #3 - געלט*
*(פארשטייט זיך אין אופן ג האט דער געלט געבער געעפנט טיר 2 און נישט די טיר מיט די געלט)
אין אנדערע ווערטער, די געלט מוז ליגן אונטער איינער פון די דריי טירן. יעצט לאמיר באטראכטן יעדע פאל באזונדער אין זען וואס וואלט פאסירט ווען מ'בלייבט מיט טיר #1 און וואס וועט פאסירן ווען מ'טוישט צו טיר #2:
אופן א: בלייבן = געלט; טוישן = ליידיג
אופן ב: בלייבן = ליידיג; טוישן = געלט
אופן ג: בלייבן = ליידיג; טוישן = געלט
יידל'ס חשבון איז ריכטיג אבער מ'דארף נאך אלץ ציקומען צי א טיפערע הסבר. ווייל אויבן אויף איז שווער אז אויפן א: קען מען ציטיילן אין צוויי 1: די געלט געבער עפענט אויף טיר #3 2: ער עפענט אויף טיר #2 (אזוי ווי אויפן ג: טוישט פון אויפן ב:).
קומט אויס אז סאיז צוויי געווינען און צוויי פארלוירן.
אבער באמת איז דא זענען זעקס אופנים
לאמיר עס אנרופן
דוגמא אאופן א:
טיר #1 - געלט; טיר #2 - ליידיג; טיר #3 - ליידיג. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #2
אופן ב:
טיר #1 - געלט; טיר #2 - ליידיג; טיר #3 - ליידיג. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #3
אופן ג: טיר #1 - ליידיג;
טיר #2 - געלט; טיר #3 - ליידיג. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #2
אופן ד: טיר #1 - ליידיג;
טיר #2 - געלט; טיר #3 - ליידיג. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #3
אופן ה: טיר #1 - ליידיג; טיר #2 - ליידיג;
טיר #3 - געלט. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #2
אופן ו: טיר #1 - ליידיג; טיר #2 - ליידיג;
טיר #3 - געלט. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #3
און די ראזאטאטען וועלן זיין
אופן א: בלייבן = געלט; טוישן = ליידיג
אופן ב: בלייבן = געלט; טוישן = ליידיג
אופן ג: אויס שפיל
אופן ד: בלייבן = ליידיג; טוישן = געלט
אופן ה: בלייבן = ליידיג; טוישן = געלט
אופן ו: אויס שפיל
קומט אויס אז סאיז דא 50/50 פראצענט טשאנס
אבער דאס איז נאר ריכטיג ווען די געלט געבער ווייסט נישט ווי די געלט ליגט, אבער ווי אויבן ארויס געברענגט רעדט זיך עס דא אז ער ווייסט יא און ער וויל נישט אז די שפיל זאל זיך ענדיגען סא אויפן ג: וועט ער זיכער מאכן צי עפענען טיר #3 און די זעלבע ביי אויפן ו: וועט ער זיכער מאכן צי עפענען טיר #2
קומט אויס אז מוועט עס דארפען אויס שטעלן אזוי
דוגמא באופן א:
טיר #1 - געלט; טיר #2 - ליידיג; טיר #3 - ליידיג. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #2
אופן ב:
טיר #1 - געלט; טיר #2 - ליידיג; טיר #3 - ליידיג. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #3
אופן ג: טיר #1 - ליידיג;
טיר #2 - געלט; טיר #3 - ליידיג. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #3-ווייל ער וויל נישט די שפיל זאל זיך ענדיגן
אופן ד: טיר #1 - ליידיג;
טיר #2 - געלט; טיר #3 - ליידיג. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #3
אופן ה: טיר #1 - ליידיג; טיר #2 - ליידיג;
טיר #3 - געלט. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #2
אופן ו: טיר #1 - ליידיג; טיר #2 - ליידיג;
טיר #3 - געלט. און די געלט געבער עפענט אויף טיר #2-ווייל ער וויל נישט די שפיל זאל זיך ענדיגן
און די ראזאטאטען וועלן זיין
אופן א: בלייבן = געלט; טוישן = ליידיג
אופן ב: בלייבן = געלט; טוישן = ליידיג
אופן ג: בלייבן = ליידיג; טוישן = געלט
אופן ד: בלייבן = ליידיג; טוישן = געלט
אופן ה: בלייבן = ליידיג; טוישן = געלט
אופן ו: בלייבן = ליידיג; טוישן = געלט
קומט אויס אז מיטען טוישן איז דא א צוויי דריטל טשאנס צי געווינען.
און אנדערע וועטער אין
דוגמא א ווען ער עפענט טיר #3 קען נאר זיין אופן ב: און ד: 50/50 (ווייל אויפן ו: ענדיקט די שפיל)
און אין
דוגמא ב ווען ער עפענט טיר #3 קען זיין אופן ב: ד: און ו: מיטען טוישן איז דא צוויי דריטל טשאנס צי געווינען.