איז א בקי אן הבנה א תלמיד חכם?
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
איך וויל דא ארויסברענגען לשבח גאר שטארק צוויי שרייבער אין דעם אשכול. קאווע טרינקער און שרייבער (לויט דעם סדר).
ס'ערשטע דארף מען דן זיין דעם גדר תלמיד חכם. צו רעדט זיך נאר פון איינער וואס קען לערנען גאר אסאך (וואס כמה רופן אן א חמור נושא ספרים) אבער זיין הנהגה פאסט אינגאנצן נישט פאר א תלמיד חכם, אדער רעדט מיט נאר פון איינעם וואס זיין הנהגה איז צוגעפאסט פאר א תלמיד חכם ובן תורה, און זיין קענטעניס אין תורה (דהיינו, וויפיל פונט ספרים ער פארמאגט אין זיין מחשבה מוח) איז נישט אזוי נוגע.
נאר פאר דעם אשכול רעדט מען דאך בעיקר פון זיין קענטעניס אין לערנען. איז דא איז וויכטיג ארויסצוברעגען די נקודה: עס זענען דא צענדליגער און אפשר הונדערטער מהלכים אין וויאזוי צו לערנען, ווי טיעף צו לערנען ווי גרונטליך, טאקע צו מער בעיון אדער מער בלעטער. ווידער בקיאות אן הבנה איז טאקע נישט דא אזא מין זאך. פיין, קענסט זאגן אז געוויסע מענטשן לערנען אפ א זאך טיפער ווי א צווייטער, מער גרונטליך, אבער אז איינער האט בקיאות אין אן ענין האט ער א געוויסע הבנה אויך דערין. זיין הבנה וועט זיין - פארשטייט זיך - לויט זיינע כשרונות און מהלך הלימוד.
איך קען א רב אין ברוקלין, וועלכער קען ד' חלקי שולחן ערוך. כמעט וואס מען קען אים נישט כאפן ביי א סעיף קטן. אבער ער קען עס נישט מיט אן עמקות. וואס ער לערנט, לערנט ער אויבערפלעכליך, אבער ער איז א גרויסער מתמיד און לערנט גאר גאר אסאך, און קען טאקע גאר גאר אסאך, פיין קען זיין ער קען טאקע נישט צונעמען א שווערע לומדות'דיגע סוגיא, אבער ער איז נאך פאר דעם נישט קיין עם הארץ. ווייל איך קען דיר ווייזן כמה אידן וועלכע קענען יא מסביר זיין גאר גרונטליך מיט א קלארקייט א מחלוקה צווישן ר' חיים מיט ווייסעכווער אין הלכות קרקעות צו חזקות, אבער רוב שולחן ערוך קענען זיי נישט, און וואס יא איז נאר אין אורח חיים, און גאר גאר ווייניג אין יורה דעה. נו, ווער איז א גרעסערער תלמיד חכם, א איד וואס האט ערנסטע בקיאות אין כמעט גאנץ ש"ס און אין ד' חלקי שולחן ערוך אן א עמקות, אדער א איד וואס קען גאר גוט די לומדות'דיגע סוגיות פון ש"ס און פארשטייט גוט ר' חיים'ס, גרנ"ט'ס, ר' שמעון'ס, וגו' וכו'. אבער אין שולחן ערוך, און אין אנדערע מקומות אין ש"ס האט ער גאנץ קנאפע ידיעות.
דער וויענער רב זצ"ל פלעגט זאגן אז ער קען אסאך אידן וועלכע זענען אפשר א תלמיד חכם דרבנן אבער אן עם הארץ מדאורייתא, ווייל קיין חומש רש"י קענען זיי נישט, און אן דעם קען מען קיין איד נישט זיין.
היוצא לנו מכל זה, א איד ווי מהר"א, וועלכע האט א שטארקע בקיאות אין יעדע (אקעי, אפשר נאר כמעט יעדע) מקצוע בתורה, און איז א מתמיד עצום, און האט געקאווערט טויזענטער בלעטער ספרים וועלכע זענען שמור בזכרונו, און צו דעם א שטארקע קענטעניס אין ספרי חסידות און מוסר, אזא איד קען בשום אופן נישט ווערן אנגערופן אן עם הארץ. אזוי ווי איינער האט שוין ערווענט דא, קענסט דן זיין וואספארא סארט תלמיד חכם ער איז, און צו דאס איז צו דיין טעיסט אדער נישט.
איי עס זענען דאך דא אידן וועלכע שרייען אז ער איז אן עם הארץ? נו, עס זענען דא אידן וועלכע שרייען אז ר' מענדעלע וויזניצ'ער איז א ת"ח און בעל מידות און קדוש מרחם, און אז זיין טאטע איז געווען א גרויסער פיקח (איינער האט מיר אמאל געוויזן אין א ספר אז ווער עס האט אזא פימפל העכער די אויגן, אזוי ווי ר' משה'לע האט געהאט, איז דאס א סימן אויף חכמה) און אז פאפא רבי איז א גאון וחכם, וגו' וכו'. כ'מיין פון דעם ברענגסטו א ראי'?

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
אין איינער וואס קען אפלערנען א תוספת אין יבמות איז יא א תלמיד חכם?
אפלערנען א בלאט גמרא אדער מגן אברהם אזוי ווי רז"ל פילעף מאכט נישט א מענטש פאר א תלמיד חכם
א תליד חכם מיינט איינער וואס קען רוב סוגיות על בוריים נישט סתם איינער וואס האט א ידיעה דערין און קען שיסן ידיעות ווי למשל אז ר' חיים רדעט דערפין וכו' וכו' - און ממוז שוין אמאל האבען דורכגעלערענט רוב שס עם ראשונים ושלחן ערוך מיט קצות פרמ"ג וחות דעת

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
- signout
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1415
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1207 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
די קענסט נישט פארגלייכן א ליטווישען ת''ח צו א חסידישע, ווען מען זאל קוקען אויף התמדה איז מהר''א פין די שטערקטע רבי'ס ווען מען רעדט פין ת''ח ווענד זיך וואס די ריפסט ת''ח איך האב נאכנישט געזעהן אז איינער זאל מיט אים אנהייבן א סוגיא אין ער זאל נישט זיין 'היימיש' , די טיטול ת''ח האט ער נישט באקומען ווען ער איז געווארען רב אדער רבי
- signout
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1415
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1207 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
צדיקל האט געשריבן:שרייבער פיין ארויס געברענגט, האסט מיר אויסגעכאפט.
ווי אזוי האט מיר א קליגער איד אמאל געזאגט, קען זיין ער איז נישט קיין ת"ח, אבער ער פאפט גוט אויס אלע גדולי ישראל רבנים וראשי ישבות וואס קומען מיט אים שייכות זיי מיינען אז ער איז א ת"ח, נאר זיינע שונאים ווייסן אז נישט.
בד"וו די תשובה אין אגרות משה איז אין אבן העזר ח"ד סי' צ"ט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 980020f3d7
מיר ליגט אין קאפ א תשובה ווי ר' משה שרייבט, ויפה הור' ר' אהרן טייטלבוים, איך קען מיך נישט דערמאנען ווי דאס איז
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איחוד פעלד האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז ער איז א גרעסערע תלמיד חכם פין רבי זי"ע.
?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
signout האט געשריבן:צדיקל האט געשריבן:שרייבער פיין ארויס געברענגט, האסט מיר אויסגעכאפט.
ווי אזוי האט מיר א קליגער איד אמאל געזאגט, קען זיין ער איז נישט קיין ת"ח, אבער ער פאפט גוט אויס אלע גדולי ישראל רבנים וראשי ישבות וואס קומען מיט אים שייכות זיי מיינען אז ער איז א ת"ח, נאר זיינע שונאים ווייסן אז נישט.
בד"וו די תשובה אין אגרות משה איז אין אבן העזר ח"ד סי' צ"ט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 980020f3d7
מיר ליגט אין קאפ א תשובה ווי ר' משה שרייבט, ויפה הור' ר' אהרן טייטלבוים, איך קען מיך נישט דערמאנען ווי דאס איז
הגר"מ פיינשטיין אין שו"ת אגרות משה אבן העזר חלק ד סימן צט האט געשריבן:[center]אופן כתיבת שם סטעטן איילענד[/center]
י"ז סיון תשל"ו מע"כ ידידי הרה"ג מוהר"ר צבי הלוי פאלאק שליט"א.
הנה כבר דברנו בדבר השם לכתוב כשיזדמן לסדר גט בסטעטן איילענד דהחקירה ודרישה של כתר"ה היה אל נכון, שלכן הגט שנסדר ע"י כתר"ה וע"י שני רבנים מוהר"ר יחזקאל ראט אשר הוא דומ"ץ בקהל סאטמאר אשר בבארא פארק וע"י מוהר"ר אהרן טייטעלבוים אשר הוא הרב בקהל עצי חיים בוויליאמסבורג שצירף כתר"ה, הוא כשר בלא פקפוק וכך יש לכתוב בגיטין שיסדרו שם כפי שנכתב בגט זה אחר החו"ד לכתוב כל סטעטן איילענד בשם אחד, בסטעטן איילענד מתא דיתבא על נהר ארטור קיל.
וכתר"ה עצמו הא יש לו ידיעה גדולה בגיטין והרבה שימוש היה לכתר"ה גם אצלי וראוי לסדר גיטין אבל טוב לצרף עוד שיהיו שלשה ב"ד.
וע"ז באתי עה"ח ידידו, משה פיינשטיין.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
מיר דאכט אז דער שמועס וואס עס איז וויכטיגער הבנה אדער בקיאות, איז צו א חשוב'ר, אז הר"ר אהרן ט"ב זאל זיין דער דמות אויף איינע פון די צדדים, ער טראגט נישט מיט זיך קיין שום פערזענטליכקייט, לאמיר נעמען א דוגמא ווי הגר"ח קניבסקי [וואס אויף אים איז א קשיא פון וואו ער האט זיך אפירגעקראצט אזא מין מהלך הלימוד, ביי זיין פעטער האט ער דאס נישט געזען... ואכמ"ל], הגר"ע יוסף, אבער וואס עס איז זיכער אז נאך דעם גרויסען 'אור' פון הגר"ח סולובייצי'ק, אדער מיט די מהלך הלימוד פון מורינו החזו"א, קען מען גונז זיין רוב פריערדיגע תשובה ספרים...
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
יידל האט געשריבן:און דאס אליינס אז מען איז נישט גונז די אלעס תשובה ספרים, אדער בעסער געזאגט, דאס אליינס אז די אלע תשובה ספרים זענען געשריבן געווארן און אנגענומען געווארן איז גענוג ראיה אז די "אור" איז נישט בכוח צו גונז זיין די פריערדיגע תשובה ספרים.
יא בכח נישט בכח, און מציאות, אנשטאט גיין האקען צען ראיות, און אפפרעגן פינף, און דערנאך ברענגען אכצען ראיות אז די פירכות זענען נישט קיין פירכות, און אזוי ווייטער און ווייטער... צונעמט די זאך פונעם יסוד און אזוי בויעט מען אויס א פשט וכו', אבער מיין עיקר כוונה איז געווען, אז מיט רבי חיים, אדער אפי' די חזו"א, קען מען אפפרעגן רוב ראיות וואס די 'בעלי השו"ת' ברענגען צו זייער זייט
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
א "תלמיד חכם" ווערט קליפ און קלאר פארגעשטעלט אין רמ"א יו"ד סי' רמ"ג ס"ב וז"ל: "שיודע לישא וליתן בתורה ומבין מדעתו ברוב מקומות התלמוד ופירושיו ובפסקי הגאונים", (יעוי' אמו"ב פ"ג אות כ"ג).
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:א "תלמיד חכם" ווערט קליפ און קלאר פארגעשטעלט אין רמ"א יו"ד סי' רמ"ג ס"ב וז"ל: "שיודע לישא וליתן בתורה ומבין מדעתו ברוב מקומות התלמוד ופירושיו ובפסקי הגאונים", (יעוי' אמו"ב פ"ג אות כ"ג).
דער פסק איז נישט גילטיג היינטיגע צייטען, ווייל די פסקי הגאונים זענען שוין נישט להלכה, און עס האט נישט קיין שום זינען צו קענען פסקי הגאונים.
מען קען עס טוישען אויף פסקי השו"ע, און עס איז כמעט נישטא בנמצא היינט איינער וואס קען רוב מקומות הש"ס, מיט די פסקי השו"ע און די נושאי כלים פארשטייטסעך. אפשר ר' חיים קאנייעבסקי. היינט איז די תורה איינגעטיילט אין אסאך טיילען, צוליב די ריבוי התורה וואס איז נתרבה געווארען במשך הדורות.
עס איז דא מוצי"ם וואס קענען יו"ד הל' נדה, און אורח חיים ח"ב ח"ג. ווידער איז דא ידענים וואס קענען או"ח ח"א. הכשר געבערס וואס קענען יו"ד ח"א און אנהייב ח"ב. מוצי"ם וואס בנוסף צו וואס שטייט פריער קענען זיי אויך הל' ריבית (אסאך ווייסען נאר אפאר פסקים, נישט קיין דיטעיל שווערע הלכות). דיינים בוררים וואס קענען חושן משפט, איינער מער איינער ווייניגער. מסדרי גיטין וואס קענען הלכות גירושין. און לאמיר נישט פארגעסען די רעביס, וואס קענען הלכות קדושין. הלכות עגונות קען כמעט קיינער נישט, אזוי אז ביי די מעשה פין ניין עלעווען איז נישט געוועהן ווער עס זאל פסק'נן, חוץ ר' פישל הערשקאוויטש מיט ר' יחזקאל ראטה. מגידים וואס קענען אגדה, גוטע אידען וואס קענען חסידות, און מקובלים וואס קענען קבלה. איינער וואס אביסעל פין אלעס איז דא אסאך, אבער איינער וואס קען אלעס פין אלעס, איז באמת נישטא.
און אז מען רעדט שוין, ר' יחזקאל ראטה איז באמת היינט דער גרעסטער תלמוד חכם דא אין חו"ל, וויפיל מענטשען האבען נישט ליב זיין רבי זילעבראכה קרעכצען, איז ער פארט דער איינציגסטער וואס קען ד' חלקי שולחן ערוך און קען אויך ספרי קבלה וחסידות און ספרי דרוש.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).