שמעקעדיג האט געשריבן:נצבד. בלי שום ספק אז דו טרייבסט איבער מיטן באטיטלען הרב קרויס מיט אזעלכע געמיינע נעמען.
פוסח על שתי סעיפים איז נישט די ריכטיגע אויסדרוק דא. כאטש עס איז אמת. ער האט געוואלט און פרובירט דאס בעסטע פאר ביידע פון זיי. ער האט געפאלגט א דעת תורה על כל צעד ושעל.
אין אדם נתפס על צערו. נניח אז ער האט זיך נישט ריכטיג אויפגעפירט אין זיין פארלוירענעם מצב, אן א גלייכן קאפ און אן א שכל הישר צו קענען טראכטן. קומט אים דען די אלע פארלוימדונגען? ער האט געוואלט גיין צווישן די טראפן. איז וואס?
א איד מיט א שטיק הארץ. אן קיין שום שונא ביז היינט. א עובד השם מנעוריו. פארוואס קומט אים דאס? ווייל ער איז בטבעו נישט אזא פייטער און הארצלאזע ווי זיין ווייב?
דו מיינסט דו וואלסט געווען בעסער אין זיינע שיך? השם ישמרנו. מען זאל נישט געפראווט ווערן. אויף יענעם איז גרינג צו שרייען.
די איינציגסטע אומפארשטענדליכע ענין ביי מיר איז, הלמאי ער וואוינט נאך מיט זיין ווייב. אבער במופלא ממך אל תדרוש. איך מיש מיך נישט אין יענעמס געשעפטן.
כבוד הרב שמעקעדיג
איך טרייב נישט איבער,אויב עפעס,בין איך נאך זייער לייטזעליג צו אים...
ער האט נישט געטון דאס בעסטע "פאר ביידע"! ער האט געטאן דאס בעסטע "פאר זיך" עכ"פ אזוי האט ער געפלאנט, ער האט "גענוצט" ביידע זייטען פאר זיינע פערזענליכע אינטערעסען, דאס טאכטער זיינע איז אים צוניץ געקומען כדאי נישט צו באצאלען די זעכציג טויזענט דאלער וואס די דין תורה האט צוגע'פסק'ט פאר נחמי' נאכען זיך אפטיילען געשעפטליך,
נחמי' האט ער גענוצט- אין פראבירט נאך אלץ צו נוצען- זיך אפצו וואשען דאס פנים מיט אים,בשעת ער האט אלעס געטאן אין דער וועלט אים צו אינטערברענגען,סיי אין קארט אין סיי בעיני הבריות.
קענסט מיר למשל מסביר זיין וואס עס מיינט וואס ער שרייבט אינעם גילו דעת אז ער האט מענטשען וואס רודפ'ן אים? ווער רודפ'ט אים?ווער אינטימידעיט אים? דאס אז איך וויל נישט מער אדווערטייזען ביי אים,אדער האלטען אין שטוב זיין ביכעל,ווייל איך האלט אז ער איז א שייגעץ און ער האט געהאט א חלק אין איינזעצען מיין ידיד נחמי',מיינט אז איך רודף אים?איך וויל אים נישט מחזק זיין,איך וויל נישט אז ער זאל פארדינען געלט אויף מיין אנגעוויזנקייט אויף זיין דיירעקטארי, אויב איז איינער דער אינטימידעיטאר איז עס נאר מר. קרויס אליינס! פארציילט מיר א געוועזענער אדווערטייזער ביים,אז פאריגע וואך א האלבע שעה נאך וואס ער האט געקענסלט זיין עד,האט ער באקומען זיין גילו דעת אויפען פעקס,און א שעה דערנאך האט זיך מר. קרויס באוויזען צו אים אין געשעפט במלא הודו וזיו,און פראבירט צו אינטימידעטאן אז ער זאל לאזען זיין עד לויפען ווייטער.
עגעין הרב שמעקעדיג, איך וויל פון מר קרויס גארנישט,ניטאמאל נקמה,נישט שיקען קיין מעסעדש,איך וויל מיט אים אפהאקען, דעטס איט,ער האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן מיין משפחה (קאמיוניטי)ברבים אויף די גאס מיט שרעקליכע נאכווייען,זאל ער נישט ערווארטען פון מיר אלס וויליאמסבורגער איינוואוינער אים ווייטער אנצונעמען אלס איינער פון די משפחה,
דו ווייסט פאר א פאקט אז ער האט געפאלגט א דעת תורה? אדער ער אללינס זאגט אזוי?
פארוואס בין איך סקעפטיש,פשוט ווייל ער האט נאך נישט איינגעהאלטען א געשריבענעם פסק בית דין,און נישט באצאלט די זעכציק טויזענט דאללער,פארוואס זאל איך אננעמען אז ער פאלגט רבנים? איז די דעת תורה באוואוסט פארען עולם?אדער ליגט דאס און ווינער רב'ס שופלאד?
אין אדם נתפס על צערו??
האסטו נישט א מינוט צוריק געשריבען אז ער האט געפאלגט א דעת תורה על כל צעד ושעל??
דו רופסט עס גיין צווישען די טראפען...איך-מיט יעדער בעל דעת- רוף דאס איינער וואס ניצט אויס יעדע מצב פאר זיינע פערזענליכע אינטערעסען, דאס איז געמיין אין נידערטרעכטיג
דאס וואס דו זאגסט אז ער איז א שטיק הארץ,אן עובד אדער שונא'לאז, דער יוד האט א טרעק רעקארד,און סאיז בכלל נישט קיין שיינע,