קען "ראדיא" אפפירן א איד פון אידישען וועג?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 439 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 722 מאל

קען "ראדיא" אפפירן א איד פון אידישען וועג?!

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איך לייג דא פאר א ארטיקל וואס שלום דין האט געשריבן, און איך האב איר איבערגעזעצט קיין יידיש,

דאס קול פון זינד\שלום דין

ווען איך האב דאס עררשטע מאל אהיימגעברענגט אונזער זילבערנע פענעסאניק סטיריא קאסעטע שפילער אין זומער תשנ"ג האט מיין ווייב גיטל געקרומט מיט'ן נאניע,

"עס פארמאגט דאך א ראדיא" האט זי מיר געטייטלט מיט א באשולדיגונג'ס פינגערל

די כלי, פריש ארויס פונעם שאכטל איז געליגן אויף די קאך טיש, און זי האט ארויפגעדרוקט איר מיטלסטע פינגער אויף א פלאץ אויפן דאך פונעם כלי, נאנט צו ווי מען קען רוקן די וואליום ארויף און אראפ, עי-עם עף-עם איז דארט געשטאנען אין פיצינקע ווייסע ענגלישע בוכשטאבן נעבן די רינדעכיגע דרייער. איך האב עס כלל נישט געקענט אפלייקענען, און אין אונזער חסידישע שטעטל אין ראקלענד קאונטי אין ניו יארק, איז ראדיא אינעם זעלבן קאטעגאריע פון טיווי, מאוויס, צייטונגען און מאגאזינען די אלע זענען דאך א מקור צו סעקולארע און גוי'ישע השפעה, און דעריבער פארבאטן...

"אונז וועל מיר טון, וואס איעדער טוט" האב איך אויסגערופן, אביסל דערשראקן פון איר אפענע חשד אז איך בין עפעס נישט גענוג פרום, צו וואס. אסאך פון מיינע חבירים האבן פארמאגט קאסעטע שפילער און אויב די מאשין איז מיטגעקומען מיט אן אריינגעבויטע ראדיא דערין, איז געוועהן א רעגולאר'ע פירונג וויזוי מען איז זיך צו דעם פראבלעם באגאנגען. קרעזי גלו גיסט מען אריין נאכדעם וואס די רוקער איז ביי די קאססעטע אנשטעלונג, דערנאך פארמאסקירט מען די ראדיא בוכשטאבן מיט אומדורכזיכטיגע טעיפ, און די אנטענע וואס פירט די פריקווענסיס פון די ראדיא כאפט א שפאציר ארויס מיט די מארגנדיג מיסט, און פטור אן עסק. זייענדיג גמרא קעפ פון ישיבה אויס,זענען מיר געוועהן גאנץ גוט באוואפנט מיט עצות אויסצושפילן דעם סיסטעם, אין פאל פון נויט, און דאס איז געוועהן א קלייניגקייט צו באווייזן.

דאס איז פארגעקומען עטליכע וואכן נאך אונזער הייראט, גיטל און איך, ביידע אכצן יאר אלט זיינען נאך אלס געוועהן ווילד פרעמדע מענטשן אין איין דירה'לע. אונזער שידוך, אזוי ווי אלע אנדערע אין מיין קהלה, איז פאר אונז צוזאמגעפארט געווארן דורך א לאקאלע שדכן, אונז האמיר זיך געטראפן פאר צעהן גאנצע מינוט'ן אין וועלכן מיר האבן כמעט קיין ווארט נישט אויסגעטוישט, און באלד דערנאך איז געפראוועט געווארן א שיינע "לחיים" איבער משקה און א טארט אין רעבינ'ס שטוב, די אדמו"ר פון מיין חסידות. ווען די רעבע האט אויסגערופן "מזל טוב!" איז דער שידוך אפיציעל געשלאסן געווארן צווישן מיר און דאס מיידל גיטל.

קארגע זעקס מאנאטן נאך דעם שידוך שליסן זענען דורכגעלאפן, אין וועלכן איך אין גיטל האבן זיך נישט געטראפן און אפילו נישט גערעדט אינאיינעם דורכאויס די גאנצע תקופה, און ענדליך זענען מיר צו די חופה געגאנגען.

און איצט עטליכע וואכן שפעטער האבן מיר זיך געטראפן טאנצן איינער אויפ'ן אנדערע'נס נערוון פרובירנדיג אביסל מער אנצוהייבן ארויסהאבן איינער דעם אנדערען, דערביי טרעפענדיג די נאטורליכע פעלערן. קורצע באשולדיגונגס כלפי מיר פארן נישט ארויסטראגן די מיסט דעם פאריגן דינסטאג האט אנגעהויבן צו קומען, אדער ווען זי האט מיר באמערקט ארויסקלויבן א ביינדל פונעם פיש שבת נאכט האט זי געלאזט פאלן א באמערקונג אז עס איז פארבאטן מכח "עס איז דאך שבת"

נאך מיין פארזיכערונג אז די ראדיא וועט ווערן אויסגעשאלטערט און פארקלעפט, האט גיטל א שאקל געטון איר קאפ און איז זיך אין דער שטיל צוריק צו איר שטוב ארבייט. די טעיפריקארדער האט געטראפן א פלאץ העכערן ריפרידזשירעיטאר ווי עס איז עווענטואל פארבליבן זיצן און מיטגעגאנגען אין אלע דירות ווי מיר האבן זיך שפעטער געצויגן, און דורכאויס די יארן אין וועלכע מיינע פינעף קינדערלעך זענען געבוירן געווארן, דאס הייסט פאר בערך די קומענדע צעהן יארן

איך מוז באטאנען, אז אין פאקט, איז די ראדיא קיינמאל נישט אדורך די הגעלה פראצעס, איך קען נישט געדענקן צו די סיבה איז געוועהן מכח סתם פארשלעפטקייט, אדער נאכלעסיגקייט, אדער עפעס א אינערליכע זארג אז עס וועט אמאל גענוצט ווערן בהכרח אין פאל עפעס שרעקליך פאסירט אין די וועלט, ווי למשל א נוקלעארע מיסל וואס וועט ווערן אויף אונז געשיקט פון אן אלטן רוסיש'ן סובמארין, אדער חלילה אין פאל די האדסאן טייך רינט איבער אין שאפט א פארפלייצונג און מיר וועלן זיין די איינציגע וואס וועלן פארבלייבן פארכאפט אינעם שטורעם אן געהעריג וויסן די אנטלויף פלענער וואס מען וועט איבערגעבן.

אבער, מיר האבן קיינמאל נישט אנגעצינדען די ראדיא חלילה, דערמיט האבן מיר געלאזט איר דינען ווי א אומווערדיגע באשטאנדטייל אין אונזער פרומע זויבערע הויז, אזויווי די יארן האבן זיך גערוקט פאראויס איז די מאשין אין מערסטענטייל באנוצט געווארן אינטערצוהאלטן מיינע קינדערלעך וואס נאכן ארויסשלעפן די לעגא'ס, קארעלעך, און אמעריקען גירל דאללי'ס ארויף אויפ'ן קאך טיש, איז פון די טעיפ ריקארדער ארויס צו זיי א מוזיקאלישע געזאנג באגלייט פון מעשה'לעך איבער יענקלע, חנה'לע און רבקי די זיסע גוטע יידישע קינדערלעך וואס זאגן קיינמאל קיין ליגענט, און האבן שטענדיג ליב דעם הייליגן שבת, און פאלגן אלעמאל זייערע עלטערן, און שעצן זיי שטארק.

איך בין אויפגעוואקסן מיט זייער ווינציג עפיזאדן וואס א ראדיא זאל זיין צום געפינען, אבער איך געדענק קלאר איין ספעציפישע פאל ווען איך בין געוועהן בערך צעהן יאר אלט, ס'געוועהן שפעט איין מוצאי שבת און מיין טאטע, א חסידישע מלמד און תלמיד חכם, איז געווארן אינטערוויוט דורך א יידישע ראדיא סטאנציאן וועגן זיין ארבייט, וואס האט אריינגענומען אין זיך קירוב רחוקים, זוכן פארפרעמדטע נשמות זיי צו לערנען מער וועגן אונזער מהלך החיים, די שטערענגע ארטאדאקסישע לעבנס פירונג. מיין מאמע האט דאן געבארגט א ראדיא פון איינער פון די שכינים פאר די נאכט און אונזער משפחה האט זיך ארומגעשטעלט דעם טיש אין אונזער קליינעם קיך ווען מיין טאטע האט פון זיין ספרים שטוב געגעבן די אינטערוויא, איך דענק דעם קליינעם אינטערוויא ווען איך האב פארברענגט די האלבע שטונדע צוהערנדיג און ווערן באגייסטערט פון מיין טאטענס קול וואס טראנספארטירט פון א ווינקל אין אונזער הויז אריין צו א סטודיא ערגעץ ווי און דערנאך צוריק דורך די ראדיא זענדונגען אריין אין אונזער קיך. איך דענק אויך ווי שטארק נישט באקוועם איך בין געוועהן דאמאלס, ווייל זייענדיג אויפגעצויגן מיט אזא איבל אויף יעדע מאדערנע זאך פון וועלט, האט עס מיר געקרענקט צוזענדיג די טריפה'נע ראדיא זיצן אזוי נאנט צו די שבת לייכטער וואס מיין מאמע האט נארוואס פארענדיגט אראפזויבערן פונעם שבת טיש...

אין מיין ישיבה יארן אלס בחור, און אזוי אויך נאך מיין חתונה האב איך אלעמאל פארברענגט בין כותלי בית מדרש, ווי מען האט אגאנצן טאג געלערנט גמרא תוס' אן קיינע וועלטליכע, וויסנשאפטליכע לימודים, קיינע ראדיא'ס האט מען נישט געקענט דארט טרעפן אינעם גאנצן אומגעגענט. די נייעס אז באריס יעלטסין איז געפלויגן פון די מאכט אין מאסקווע, און סאדאם כוסעינ'ס באלאגערונג אויף קוועיט האט מען בי אונז אויסגעשמועסט איבער טעלערלעך פערפעל און לאקשן קוגעל. ווען די ישראל'ישע פריים מינסטער יצחק ראבין האט גערייכט די האנט מיט יאסיר אראפאט אויפ'ן הויף פון ביל קלינטאנ'ס ווייסע הויז, האבן מיר גע'איילטערהייט אויפגעהויבן די אויגן ברעמען פון איבער די גרויסע גמרא'ס צו הערן די נאר וואס געבראכטע נייעס, דער בחור דער דערציילער האט העפטיג גע'טענה'ט אז ער האט גוטע קוועלער צו זיין געשיכטע-מסתמא פונעם גוי פון ישיבה-,געהערט, און צוריק צו די גמרא....

שפעטער האבן מיר דערציילט די נייעס צו אונזערע ווייבער אין שטוב, וואס האבן עס דערנאך דערציילט די שוויגער, שוועסטערס, און שכינים.

מיט דער צייט, איז מיר אויסגעקומען א סאך מאל זיך טרעפן גלאצן ארויף העכערן פרידשידער מיט א אינערליכע דראנג צו איר, איך האב שוין ביז דעמאלטס עספיעט געוואיר צו ווערן אז עס זענען פאראן צוויי חלקים אויף ראדיא די עפ-עם דייל האב איך געוויסט טראגט אין זיך מוזיק גוי'ישע, שמוציגע, און טריפה'נע מוזיק, די עבירה פון הערן גוי'ישע מוזיק, ספעציעל פון פרויערישע זינעגערטעס איז פאר מיר געוועהן אזוי שטארק און גרויס אז איך האב פשוט נישט געהאט די תאווה דערצו, געוועהן איז עס די עי-עם דייל וואס האט מיר אזוי גענאגט אין הארץ. איך האב געוויסט אז עס דערציילט נייעס, און מיינונגען וועגן אלץ און אלעמען, אזוי ווי איך בין שוין געווארן נאנט צו מיינע הויכע צוואנציגער יארן,האט מיר אנגעהויבן צו ארבייטן די נייגעריגע נאטור און עס האט מיר אנגעהויבן צו פאראינטערעסירן וועגן די וועלט. און אין צייטן פלעג איך זיך אפילו טרעפן פארווינדערט וועגן זאכן וואס זענען נאנט צו מיר, און בלויז א דרוק אויף א קנעפל האלט מיר צוריק דערפון. ווי מער איך האב געקלערט דערווען אלס מער און מער איז מיין דראנג געוואקסן, איך האב אבער געוויסט אז מיטן נאכגיין מיין נייגונג דערצו טוה איך עובר זיין דאס אידשע הלכה, און נאכמער די השקפה'דיגע הלכות אין וועלכע איך בין געוועהן געבינדן אין מיין געזעלשאפט, און איך האב מיר געמאכט דעם חשבון, אז עס איז א נעוויירע וואס איך וועל נישט קענען לעבן דערמיט,

אסאך נאכט, נאך א פולע טאג אין כולל ביי די גמרא, פלעג איך קענען זיצן אין קיך ביים טיש, עסן געשמאק פון די מאכלים וואס גיטל האט פאר מיר צוגעגרייט פלעגן מיינע אויגן צוגענאגלט ווערן צום ראדיא דארט אויבן, עס פלעגט זיך מיר שפורן ווי די קנעפל רעדט צו מיר, און ווינקט מיר מיט א ליבליך שמייכל, "איך האב נייעס פאר דיר!", אבער, איך האב זיך געזארגט וועגן מיין פרוי, אויב זי כאפט מיך העט זי דאך שרייען און מאכן יללות אויף די שרעקעדיגע טומאה, וואס איך דערלאז איינקריכן אין מיין הארץ און אין איר לעבן און אין די קינדערלעך, איך פלעג זי אליין שעמען פון מיינע געמיינע תאוות אזוי ווי א אלקאהאליקער וואס האלט בי זיך א פלעשל אין צייט פון נויט.

ביז ביז, איין אווענט, קומענדיג אהיים שפעט, טרעפענדיג גיטל'ען, און די קינדער אין א טיפן שלאף, בין איך געזעצן אזוי פארפרוירן אינעם צוויי שטוביגע דירה'לע, און איך האב געשפורט ווי דאס איז עס!! איך קאן נישט מער איינהאלטן מיין געוויסן, און נאכן זוכן א פאר מינוט האב איך געטראפן א אלטע פאר ערפאונס אין א לעדל אין קאך לעבן אפאר עלעקטריק ביללס און א ראבער באלל. דערשראקן נישט צו מאכן קיינע גערודער, האב איך צוגעריקט א בענקל צום פרידשידער, ארויפגעקראכן דערויף מיט א געמיש פון שרעק און פרייד, און אזוי ארום פאמעליך אריינגעפלאגט די ערפאונס אינעם מאשין , אנגעלאנט מיין עלענבויגן אויף די פון שטויב אנגעלייגטע פרידשידער דאך, און שטייטעלעך אנגעהויבן רוקן דעם דרייער'ל צונייגנדיג איין אויער צו די סטאטישע אומקלארע קול וואס איז זיך דערגאנען פונעם ראדיא-רוקנדיג דערביי די אנצייגער ארויף און אראפ דעם רויטן שטעקן אינעווייניג אינעם גלאז'קע- און מיטן אנדערען אויער פרובירנדיג אויפצוכאפן עפעס א גערודער אדער שארך פונעם שלאפצימער אראפ די האללוועי...

אזוי רוקט זיך די רוקער פון איין ראדיא סטאנציע, צום נעקסטן, איך הער אויף איינעם א מעלדונג איבער א גוטען מאלפרעקטיס אדוואקאט, אינעם אנדערן איבער קאר הענדלער, און דיפארטמענט געשעפטן וואס אפפערן גוטע מציאות פאר די צוהערער אריינאטעמנדיג דערביי אביסל מים גנובים פון די אמעריקאנע גאס,

עס איז מיר געפאלן די רואיגע אריבערגאנג פונעם ראדיא מעלדונג איבער וועטער, טראפיק און דערנאך די רייצנדע פרסומת'ן...עס האט מיר געכאפט די קעלעכלעך פון די וועלט אינדרויסן פון מיר, די פאקט אז די "סעיל ענדיגט זיך און בלויז איין וואך" אדער אז איך בין נישט אויפן ביקיואי-וואס איך בין נארוואס אנגעזאגט געווארן אז עס הערשט א שרעקליכן טרעפיק דערויף וועגן א קאר צוזאמשטויס אינעם רעכטן ליניע-האט מיר גאנץ ווייניג פאראינטערעסירט. איך האב מיך געשפירט ווי א באזוכער פון א אנדערע עפאכע האלט מיט פון די נאנט א מאדערנע וועלט.....פארגאפט פון איר אינהאלט!

עווענטועל, בין איך אנגעקומען צו א טאלק שוי פראגראם, די רעדנער אויפ'ן פראגראם איז געוועהן זייער אויפגעברויזט, פרטיות'דיג האט ער זיך שטארק געאייפערט איבער איינעם אלען-דירטי שירטס (שמוציגע קליידער) נאך אפאר מינוט אים אויסהערן רעדן, האב איך אויפגעכאפט אז דער אלען-דירטי שירטס (דערשאוויץ) איז א ליבעראל, און אז ליבעראלן זענען שלעכט. זיי די ליבעראלן שטיצן שלעכטע איינפיראכצער ווי הפלות, און נאך משונה'דיגע זאכן ווי תועבה'דיגע הייראטן. איך האב דערנאך געהערט ווי אריינרופער איינס נאכן אנדערן זענען שרעקליך גערעגט אויף דעם אלען דירטי-שירטס פארן אדוואקאטירן פאר די נייע ליבעראלע רעכטן און דערמיט באדראעט ער אוועקצורויבן די קאנסערוואטיווע ווערטן פון די "אמעריקען הארטלענד". אמעריקען הארטלענד וואס עס זאל נאר מיינען האט באלד געהאט מיין סימפאטיע....דער אלען דירטי שירטס איז אנטקעגן מענטשן מיט גלויבונג,-וואס איך האב מיך דערפרייט געוואיר צו ווערן,-עקזיסטירן אפילו אינדרויסן פון חסידישן וועלט, אזוי ארום אז די גאנצע ראדיא זאך, האט מיר שוין נישט אזוי רשעות'דיג אויסגעקוקט, סוף סוף האבן זיי גאנץ נארמאלע אנשויאונגען וועגן זאכן...

"האסטו זיך צוגעהערט צו די ראדיא, נעכטן נאכט" איז געקומען די פראגע פון גיטל, דעם אנדערען אינדערפרי, זייענדיג פארנומען מיט'ן טויסט אינעם טאפ. איך בין געשטאנען דארטן שאקירט פון איר באשולדיגונג און גערעגט אויף איר בעטן ביי מיר א חשבון הנפש. איך האב קודם פרובירט צו לייקענען, אבער זי האט זיך כלל נישט געלאזט "האסט דאך מיר צוגעזאגט עס אויסצושאלטערן" האט זי ווייטער פארפירט, דערנאך האט זי צוגעלייגט, "עס הייבט זיך אן מיט ראדיא, און עס געדויערט נישט לאנג ביז עסן "חזיר" און דרייוון אום שבת" איך האב פארשטאנען אז זי איז סתם דראמאטיש מיט איר פארוואורף, אבער פונדעסטוועגן האב איך איר דאסמאל פריש פארזיכערט אז איך גיי עס "טאקע" אויסשאלטערן און שוין...

אבער ס'איז מיר אפילו נישט בייגעפאלן אין פאקט אזוי צו טאן בכלל, איצט איז עס שוין נישט געוועהן סתם א נייגעריגע דראנג, נאר א אומאיינגעהאלטענע תאווה וואס איך האב מער נישט געקענט איבערקומען עס האט זיך ביי מיר באזעצט, א שטארקע שטופ צו אפענקייט אין א אומגעהויערע באגער זיך צו באקענען נענטער צו געדאנקען און בליקן וואס איך קיינמאל בעפאר נישט געהערט, געדאנקן, סיי ווילד פרעמד און סיי אזוי אויג פארכאפענד.

עטליכע נעכט נאכדעם, מאכנדיג די ערפאונס אזוי שטיל, כמעט ביז נול אזוי אז ממש גארנישט זאל זיך פון דרויסן נישט הערן, האב איך אזוי שטייעדיגערהייט פארבראכט א שעה אויפן בענקל ביים פרידשעדער, דאסמאל אויך אויף פארשידענע ראדיא פראגראמען ביים עי-עם דייל.

נאכאמאל האט מיר גיטל קאנפראנטירט צומארגנס, זי האט אנטזאגט מיר צו דערציילן פון וואנעט זי האט געוויסט, אבער צו לייקענען האט פאר מיר קיין זינען נישט געהאט. גיטל האט געהאט אזאנע בליקן ווי זי באשליסט איצט צו זי זאל זיך ביי מיר בעטן אויף חרטה, אדער ליבערשט זאל זי נעמען די כלי און איר לגמרי ארויסווארפן דורך אונזער צווייטע שטאק צו די גאס, און פטור. אבער צו מיר האט די סטראשע בליקן מער נישט גערעדט, איך האב זיך נישט געבויגן "איך העל זיין א פרומע חסידישע יוד מיט אלעם, אויסער מיט דעם ראדיא זאך" און גיטל, איינזעהענדיג ווי זי שטייט מיט מיר, האט עווענטואל נאכגעגעבן, און געלאזט די זאך לויפן.

צייטן שפעטער, האב איך צוביסלאך אנגעהויבן שפורן זייער אומבאקוועם צו זיין ווייטער א פרומע חסיד, און מיט די יארן פלעגט זיך עפטער מאכן אזאנע רייבערייען אין שטוב, מלחמה'לעך איבער אסאך הגבלות און גבולים וואס איז אונז פארבאטן דורך אונזער פארמאכטע וועלטל, ווען איך האב אנגעהויבן אריינברענגען ביכער פון לייברערי אויף נושאים ווי בייבל ארכעאלאגיע, אדער ביכער וועגן אנדערע רעליגיעס, אדער ווען איך האב אמאל פארגעסן א קאפי פונעם ניו יארק טיימס ערגעץ אין שטוב ווי מיינע קינדער וואלטן געקענט צוקומען פלעג מיין פרוי מיר אלס זייער באשולדיגען אין מיין שלעכטע האנדלען און מיין שרעקליכע ירידה צו די נידעריגע דרויסענדע וועלט און אירע שלעכטע השפעות, און אז איך דערלאז דאס אלעס אריין אין שטוב.....!

פיר יאר נאך מיין ערשטע באגעגעניש מיטן ראדיא, האט א שפאגל נייע לעפטאפ קאמפיוטער געטראפן די וועג צו מיר אין שטוב, נאכדעם וואס איך האב עס באשטעלט פון א קאטאלאג. די פארמאכטע שאכטל איז געלעגן אין קאך אויפן טיש, און ווייטער איז גיטל געוועהן דערביי, ביים באגעגעניש, און געטייטלט מיט די פינגער אויף די פולע מעגליכקייטן וואס די כלי שטעלט מיט זיך פאר.

"א דיווידי דרייוו?" האט זי ספאנטאניש געקלאגט, "איז דאס נישט געמאכט פאר מאוויס?!!"

איך האב צוערשט געקלערט איר ליגן צו זאגן, אבער איך בין מער נישט געוועהן וויליג צו צוקוועטשן נייגונגען מיט וועלכע איך האב זיך מער נישט געשעמט, איך האב מער נישט געוואלט זיין פארשקלאפט אונטער רעגולאציעס וואס איך האלט לעכערליך, מיין שטילקייט האט פאר איר פארזיכערט אז זי האט געכאפט דעם טאטער, און איך האב כמעט ווי געקענט אפליינען די פולע מחשבות וואס האבן ביי איר גע'עגבערט אין מח!

"אפשר, קען מען דאס אויסשאלטערן" האט זי געגעבן א זאג,

מיין הארץ האט וויי געטון, אויף די אויפריכטיגקייט אין איר קול, פאר איר פיינפולע מצב אויף דארפן אויפגעבן איצט, די ריינקייט וואס זי האט כסדר געזוכט פאר אונזער שטוב, פאר דארפן זיין געצווינגען צו האנדלען מיט א מאן וואס איז געווארן אויפגעקלערט און וויל מער נישט וויסן פון קיינע פרומע מעשיות, איך האב מיר דערמאנט פון די שמועס מיט איר פון יארן צוריק בנוגע די ראדיא, און מיין צוזאג, אבער דאסמאל האב איך איר דאס נישט געקענט נאכגעבן און פארזיכערן און זי האט דאס באמערקט אין מיינע אויגן. איך וויל נישט מער צוזאגן א זאך וואס איך וועל אבסאלוטלי נישט טון, און זי האט געוויסט אן מיר דארפן דאס זאגן אז איך וועל נישט לייגן קרעזי גלו אויף די דיווידי דרייוו

יארן שפעטער, האב איך געטראפן אנדערע אספעקטן פון אונזער לעבנס שטייגער נערוועדיג, מיין נייגער וועגן די וועלט איז געוועהן צו שטארק אפצושטילן און אוועקמאכן. מיין ביז איצטיגע הנחות און וועלט באטראכטונגען איז איצט געקומען צו אן אפשטעל, איינזעהענדיג צוביסלעך אז זיי זענען בכלל נישט אין איינקלאנג מיט מיינע פרישע אנשויאונגען וואס איך בין בארייכערט געווארן די לעצטע פאר יאר, אביסל נאכן קויפן מיין ערשטען קאמפיוטער האב איך מיר אויפגעסיינט ביי עיאועל פאר אינטערנעט און מיט די גאנצע וועלט'ס אינפארמאציע אזוי נאנט ווי א פינגער קלאפ, איז מיין אמונה און גלויבן שוואכער און שוואכער געווארן, ביז עווענטואל האב איך זי אינגאנצן דערלייגט און פארלארן!

זייער נאנט צו די סוף פון מיין פארהייראטע לעבן מיט גיטל, נאנט צו פופצן יאר נאך אונזער חתונה, זענען איך און גיטל געזיצן אין א קליין ספרים שטוב אין אונזער גאראזש און געקוקט אויף צוריק צו אונזער פריערדיגע יארן. אונז האבן דאסמאל שוין זיך נישט געקריגט, אונזער בליק אויף רעליגיע האט זיך קלאר פונאנדער געטיילט און מיר זענען פרייווייליג איינגעגאנגען אויף אונזער אפטיילונג, און איך האב מסכים געוועהן זיך ארויסציציען ביז אפאר טאג

"דו ווייסט" האט גיטל מיר א זאג געגעבן, ארומקוקנדיג פונעם קאמפיוטער צום טיווי ביים ווינקל, און צום אנגעפילטן שעלוו מיט ביכער, "ווען נישט דעם אינטערנעט, דיווידי, און דיינע צייטונגען און לייברערי ביכער, וואלט ווען גארנישט פאסירט מיט דיר"

זי האט אבער פארגעסן-אלעס האט זיך אנגעהויבן פון די ראדיא!!

גיטל האט עס גוט געוויסט די גאנצע צייט, עס איז וואס איך פלעג אלעמאל הערן פון מיין רביים, און מלמדים מיין גאנצע לעבן, קליינע עבירות פירט צו גרויסע און נאך גרעסערע ביז ביז מען פארלירט אלעס, און זיי זענען גערעכט געוועהן!!! אין א וועג....

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר