שוין מיין מוסר שיעור האב איך שוין געהאט אויף היינט...
ווען קומט פאר די קומענדיגע שיעור פון אט דעם באגאבטען מגיד שיעור ?? קען מען זיך איינשרייבען אדער אפשר גאר הערן דורך דעם ראדיא??!!
דו מיינסט אוודאי שלום דיען. דער ברטנורא אין מס' אבות אויף די משנה "כל המחטיא את הרבים אין מספיקים בידו לעשות תשובה" איז מסביר, אז די סיבה פארדעם איז אז ס'זאלי נישט אויסקומען אן איראנישער מצב וואו דער בעל מחטיא וועט זיצן אין גן עדן און זיינע תלמידים וועלן זיין אין גהינום. איך זאג נישט אז דאס איז אקטועל דא, אבער זיין באמערקונג וועגן הערן מוסר אויף'ן ראדיא איז אינטרעסאנט.
איך האב צוויי אויפריכטיגע פראגעס אויב איך מעג פרעגן,
איינס, וואלט נישט בעסער געפאסט פאר די ארטיקעל א אנדערע סארט קעפעל, ווי למשל: קען סקווירע צמצום אראפ פירען פון אידישע וועג? אדער אזוינס: קען סקווירע מהלך עווענטעוול אראפ פירען פון אידשע וועג?
צווייטענס, די אופן ווי אזוי דער שרייבער איז א חתן געווארן און די מהלך ביז די חתונה, האט באמת נישט קיין שייכות צו דאס וואס עס איז געשען שפעטער בפרט, און צום גאנצען ארטיקעל בכלל, פארוואס האט ער עס אריינגעלייגט? צי געבן א נעגאטיווע בליק אויף חסידים?
די נקודה פינעם ארטיקעל איז גראדע א שטארקע, די תוצאות איז ביטער.
איך בין מסכים צו אלעס וואס דו זאגסט. נאר אין דעם פאל (מיט שלום דיען) בין איך נישט זיכער אז דאס (די סקווערער הנהגה) איז געווען די עיקר סיבה פארוואס ער איז אוועק געגאנגען פון יודישן וועג. נאר די נארישע צוריקגעבליבענע מהלך החיים האט זיכער נישט צוגעהאלפן צום מצב. ס'איז אמאל געקומען א משכיל צו איינער פון די צדיקים און ר'האט איהם געזאגט "רבי, איך האב א סאך קשיות אויף די אמונה". האט איהם די רבי געענטפערט. "ס' איז נישט קשיות, ס'איז תירוצים. דו ווילסט האבן א תירוץ פארוואס דו פירסט דיך אזוי".
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אויב מעג איך דא אריינרעדן וואלט איך געוואלט פרעגן ווער אז דער שלום דין פון וועם מען רעד דא מה טובו? וואס איז זיין יחוס ? פון ווי קומט ער פון שטאמט ער ?
ווייס ווי שניי האט געשריבן:אויב מעג איך דא אריינרעדן וואלט איך געוואלט פרעגן ווער אז דער שלום דין פון וועם מען רעד דא מה טובו? וואס איז זיין יחוס ? פון ווי קומט ער פון שטאמט ער ?
איין וויכטיגע שאלה האסטו פארגעסן צו פרעגן. "וואס טוט ער אין לעבן" ווי ס'זעט אויס איז ביי דיר "יחוס" דער יסוד פון א מענטשן'ס לעבן.
ווייס ווי שניי האט געשריבן:אויב מעג איך דא אריינרעדן וואלט איך געוואלט פרעגן ווער אז דער שלום דין פון וועם מען רעד דא מה טובו? וואס איז זיין יחוס ? פון ווי קומט ער פון שטאמט ער ?
איין וויכטיגע שאלה האסטו פארגעסן צו פרעגן. "וואס טוט ער אין לעבן" ווי ס'זעט אויס איז ביי דיר "יחוס" דער יסוד פון א מענטשן'ס לעבן.
דו מאכסט דאך אזעלכע פיינע ליצנות פון אים, אויב האב איך געפלאנט אפצופארן גיי איך עס נישט טוהן אויס מורא פון דיין ליצנות, עס איז מיר פארגאנגען די גאנצע אפעטיט.
לעמאן דזושס האפט נאך אז פין קאווע שטיבעל וועט שלום ווערען זיין בעל תשובה גאר!
אבער דער אמת איז אז ער זוכט בכלל נישט די טובה פין אונז חרדים, און אויף וויפיל איך האלט אז מען דארף איבערגעבען די מאלעסטירער למלכות, בין איך נישט מוחל די אראפ פין וועג חברה פאר דער חילול השם.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
א' עס איז א רחמנות אויף א יעדען יחיד וואס ליידט. ב' זעסטו נאך נישט אז עס האלט שוין נאנט צו אן עפידעמיע? וואס איז די חכמה פין ווארפען דרשות? וואו אהין איז פארלוירען געגאנגען די דרשות ווען מיר האבען פארלוירען רוב מנין ובנין צו די רעפארמער ודעימיה?
מוח שליט האט געשריבן:א' עס איז א רחמנות אויף א יעדען יחיד וואס ליידט. ב' זעסטו נאך נישט אז עס האלט שוין נאנט צו אן עפידעמיע? וואס איז די חכמה פין ווארפען דרשות? וואו אהין איז פארלוירען געגאנגען די דרשות ווען מיר האבען פארלוירען רוב מנין ובנין צו די רעפארמער ודעימיה?
אלזא וואס לייגסט די פאר?
וואס קען מען דען טוהן?
ווען די וועסט זאגען אז דאס לעבען איז למעשה שווערער נאכען שפרונגען וועט דיר דען איינער גלייבען?
והשנית איך בין נאך נישט אזוי זיכער מיט דער גאנצער פאקט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
סעניאר ראבינא בוענאס איירעס. איך שאץ זייער שטארק אפ דיין סענס אוו היומאר. אבער ווי דו פארשטייסט אליין איז דא געווען נאך א פאר אינגרידיענטס וואס ס'האט איהם באוואויגן איבערצולאזן האק און פאק מיט זיין גאנץ יודישקייט. נאר כ'וועל דא נישט אריינגיין אין די גאנצע פרשה. נאר דא פאסט זיך צו דער מאמר חז"ל "אגב חורפי' משבשתא" מתוך דיין שטארקן רצון נישט צו פארפאסן א גוט ווערטל האסטו נישט געכאפט מיין פוינט. וואס איז, אז וויבאלד ער האט שוין יא איבערגעלאזט דאס יודישקייט (מחמת איזה סיבה שהוא) האט ער נישט אנגעברענגט די צייט און זיך אויסגעלערנט צו זיין א שרייבער אויף ענגליש. נישט אז זיין אן ערליכער יוד איז אן עיכוב. דארף מען אבער קענען זיין גאנצע געשיכטע.
וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אחר ככלות הכל ווי איז ער אנגעקומען?
קוק צוריק אביסלע מיינע תגובות פראביר איך צו דריקן דייקא דאס, ווי איז ער אנגעקומען? אפשר קען איך זעין זיינע פארדינסטן פון איין קאלעכיגען יאר? איך גלויב אז פון פרילענסן ארטיקלען און בלאגעריי דעם גאנצען ליעבן טאג לייזט מען איין גאנץ קנאפ.. איך בין אים יא גרייט צו ווייזען מיינע, און פארגלייך צו זיינע אלס פרייליכער חסידישער איד.. אנע גוטן ענגליש!!
איבער זיין "פארוואס" ער איז איבערגעוויגן געווארן צו גיין ווייטער פון די מחנה האב איך שוין ראגירט און קורצן וואס מע ליינט ארויס פון זיין מאמר דא אויבן, ס'איז פשוט א פאסירונג אז א פארנאגעלטער פארנאטיקער קאפ האט זיך געפענט ביי די עלטער, (וואס ב"ה ביי אונז איז נישט אזוי שכיח) ממילא וואס איז געשעין דורך דעם דערנאך וואס האט אים געטריגערט זיין שוואכען מח איז אירעלאוואנט.