יידל האט געשריבן:אהא. און פארוואס טאקע האט ער אזא שוואכע ענגליש?
It's quite possible that he didn't attend Harvard.
יידל האט געשריבן:מיר רעדן דא פון קאלעדזש לעוועל ענגליש, אדער פשוט'ע עלעמענטרי סקול לעוועל ענגליש?
יאנקל האט געשריבן:נצבד האט געשריבן:ג' איך בין נישטא דיך צו איבערצייגען אז נחמי' איז אומשולדיג, דאס איינציגע וואס איך בעט דיך ברחמים איז,אז דו זאלסט מסכים זיין,אז איך "אנאנימער ניק" האלט אז דער "עובד השם" איז א באנדיט,אין איז בארעכטיגט נישט צו האלטען ביי מיר (געדענק,"איך" האלט אז ער האט איינגעזעצט אן אימשולדיגען איד)זיין ביכעל,אן ווערען אנגערופען א פראטעקטאר פון מאלעסטערס,און א נקמה נעמער,און א מעסעדש שיקער, איך וויל פלעין אפהאקען מיט א שייגעץ וואס האט מיר וויי געטאן.
נצבד,
עס איז מיר א גרויס וואונדער אז דו קענסט נישט ארייננעמען אין קאפ א פשוט'ע סברא. אפילו לשיטתך אז וועבערמאן איז שולדיג קענסטו נישט באשייגעצן מר. קרויס ווייל ער האט רעכט צו גלייבן זיין טאכטער. און ממילא לפי ראות עיניו איז וועבערמאן יא שולדיג. איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין, אדער מיר האבן דא א לעבעדיגן ביישפיל פון אם אין דעת הבדלה מנין?
איחוד פעלד האט געשריבן:אלע פשט'לעך פאלען אפ דורך איין פשוטע פאקט, אז די פראסעקיוטער האט אים נישט געוואלט אויף די עדות שטוהל, פאר איין סיבה, ווייל זיי האבען געוויסט אז ער וועט קליא מאכען פאר זיי, און עס וועט זיין בעסער פאר נחמיה.
וואלסטו געלאזט דיין טאכטער ח"ו אויפען סטענד? אדער וואלסט אפי' נישט דערציילט פאר דיין נאענסטע חבר? מען דארף נישט קיין תירוצים, קשיא מעיקרא ליתא.די אללע "עדוואקעיטס" וואס האבן געזאגט אז ס'איז דא נאך באשולדיגערס אקעגן נ.וו. האבן נישט ארויפגעלייגט קיין איינעם אויפ'ן סטענד. תירוצים זענען נישט אינטרעסאנט.
קאווע טרינקער האט געשריבן:חברה, איך בין אזוי צומישט.
קען איינער ביטע מסכם זיין אלע שיטות, מאכען א חזרה אונטער א שובבים מבצע, א בחינה ביי רבנים, א שבת התוועדות, און נאכדעם גיין ווייטער.
מוח שליט האט געשריבן:סאו מען סוויטשט פין נצבד צו וועראיזדייןטאטע, אין פין מר. קרויס צו בארי דייטש.
בעלעגלה שרייבט,וואלסטו געלאזט דיין טאכטער ח"ו אויפען סטענד? אדער וואלסט אפי' נישט דערציילט פאר דיין נאענסטע חבר? מען דארף נישט קיין תירוצים, קשיא מעיקרא ליתא.די אללע "עדוואקעיטס" וואס האבן געזאגט אז ס'איז דא נאך באשולדיגערס אקעגן נ.וו. האבן נישט ארויפגעלייגט קיין איינעם אויפ'ן סטענד. תירוצים זענען נישט אינטרעסאנט.
אויב מיין טאכטער וואלט ח"ו געווען אין אזא מצב, וואלט איך 100% געהייסן איר גיין עדות זאגן אין קארט. אויף ענגליש איז דא א ווערטל "פוט אפ אר שאט אפ"
יידל האט געשריבן:פארריכט מיר אויב מאך איך א טעות, אבער איך פארשטיי אז די מדובר איז פון עלעמענטרי לעוועל ענגליש. זאג מיר ביטע פארוואס ער האט אזא שוואכע עלעמענטרי לעוועל ענגליש?
יידל האט געשריבן:אהא. און פארוואס טאקע האט ער אזא שוואכע ענגליש?
מוח שליט האט געשריבן:בעלעגלה שרייבט,אויב מיין טאכטער וואלט ח"ו געווען אין אזא מצב, וואלט איך 100% געהייסן איר גיין עדות זאגן אין קארט. אויף ענגליש איז דא א ווערטל "פוט אפ אר שאט אפ"
די ביסט א יחיד שביחידים.
כ'עלל דיר זאגען, איך ווייס אפי' נישט צו דאס איז די ריכטיגע זאך צו טאן. די מיידל וועט אדורך גיין אומגלויבליכע טראומע. אפי' ביי גוים וואס דאס גאנצע ענין פין סעקסואליטי איז אסאך מער אפען, האט מען פארשטאנען פאר וויכטיג אז ביי א רעיפ קעיס איז די געזעץ צו באהאלטען די וויקטים. כש"כ דא ווי זי וועט אויסדריקלעך ווערן באשמיצט מיטן ערגסטן. איך ווייס נישט צו מען דארף אדער מען מעג זיך אזוי מוסר נפש זיין.
בדחן האט געשריבן:יידל האט געשריבן:פארריכט מיר אויב מאך איך א טעות, אבער איך פארשטיי אז די מדובר איז פון עלעמענטרי לעוועל ענגליש. זאג מיר ביטע פארוואס ער האט אזא שוואכע עלעמענטרי לעוועל ענגליש?
זענענן די מענטשן אויף וועם די פרעגסט דיין שאלה גרייט אז מען זאל דא אויסשמיעסן זייער גאנצע עבר און תכונת הנפש כדי זאלסט האבן א אויפריכטיגע ענטפער??
כ'האב דיר שוין אמאל געזאגט, סאטמער איז נישט שולדיג אויף יעדע דראפ-אוט, צעלים אויך נישט און קראסנע אויך נישט,
ביי גוים איז אויף דא דראפ-אוטס, עס איז נאר די מעטאלעטי פון וומסב"ג ווייטער צו העלפן יעדעם איינעם, אפילו מען ווייסט אז מען גייט כאפען א שטיין דערפאר, כידוע.
{ איך ווייס נישט אויף וועם יידל פרעגט זיין שאלה, איך שרייב נארר בדרך כלל }