איז יעצט טאג אדער נאכט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

איז יעצט טאג אדער נאכט?

שליחה דורך בדחן »

איז יעצט טאג אדער נאכט?

איך שטיי און גאס, דארף איך איינעם גלייבן אז יעצט איז טאג? אדער איך דארף זען אז יעצט איז טאג?

אלמלא איך זע און איך ווער איבערצייגט אז יעצט איז טאג, איז נאך שייך צו גלייבען אז יעצט איז טאג? אדער גלייבען איז נאר שייך ביי א זאך וואס איך בין נישט איבערצייגט?

איז מעגליך צו גלייבען אז יעצט איז טאג בשעת מען איבערצייגט דערין? אדער עס איז נישט מעגליך וויבאלד מען קען נישט גלייבען אזאך וואס מען איז איבערצייגט דערין, וויבאלד איינמאל מען איז איבערצייגט דערין איז מער נישט שייך דאס ווארט גלייבען דערויף?

אלמלא איך בין א טינקעלע שטוב ווי איך קען נישט זען צו עס איז טאג אדער נאכט, און איך גלייב אינעם 100% אז עס איז טאג, וועט א קשיא וואס איך וועל האבן דערויף אוועק נעמן מיין גלייבען און איך וועל אויפהערן גלייבען אז עס איז טאג? אדער איך וועל נאך אלץ יענעם גלייבען כאש אזי איך פארשטיי עס נישט 100% פערצענט?

{ איך שרייב די תגובה 3:05 מאנטאג נאכמיטאג ניו יארק סיטי צייט, }
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר