michel האט געשריבן:משכיל האט געשריבן:הגמ' מקשה מתני' מני לא ר' יהודה ולא ר' מאיר, וכו' ומתרץ ותנא דידן סבר לה כר' יהודה בחדא ופליג עליה בחדא, וצריך להבין אם קשה לומר שהוא דעה שלישית, מה מועיל דסבר לה בחדא והלא עדיין יש כאן דיעה שלישית ?י
the makshen tought that because the braise brings only 2 shites is a rayeh that the mishneh also would go with one of the shites and therfor you must say that "lishois tnan" and the tiritz is that it is not a raye because at the end of the day you could say "lehachzir tnan" and the mishne won't go exactly the same way like the brayseh.
די אידישע שפראך איז דאך אזוי שיין, דו שרייבסט דאך נישט קיין שטותים, נאר קלוגע דיבורים, נו פארוואס זאל מען זיך מוטשענען, געב א שרייב אין אידיש, חאטשיק פאר דיר קען זיין איז עס שווער אבער פאר אנדערע העט עס זיין גרינגער, ומכאן הוראה יוצאת פאר אלע ענגלישע שרייבער, שרייבסט אידיש אפילו פאר ענק איז דאס אפשר שווער אבער פאר יעדן איז דאס גרינגער צו ליינען, דרך אגב, אני מעשה וואס מ'קען אפשר צושטעלן, דער הייליגער חפץ חיים ווען ער האט געמאכט זיין ספר משנה ברורה, איז ער געזיצן מיט זיינע קינדער און געמאכט א ליקוט פון אלע פוסקים, עס איז זיי געווען זייער שווער, וואס איז ידוע אז דער משנה ברורה האט גענומען יארן ביז ס'יצא לאור העולם, בקיצור האט איינע פון זיינע קינדער געפרעגט דעם טאטן: זאג מיר טאטע וועט איינער אפילו עפרישיעטן אונזער ארבעט וואס אונז לייגמער אריין??, האט אים דער חפץ חיים גענטפערט אזוי:, ווי יעדער ווייסט ווען מ'מאכט באן שינעס דארף מען מעסטן יעדן איינציגן שינע, ווייל אויב נישט איז א חורבן, דערנאך קומט דער באן און פליהט אלעס דורך כהרף עין, די ארבייטער האבן זיך געמוטשעט שעות ארוכות אז יעדער שינע זאל ליגן איינס גלייך צו די צווייטע, האט דער חפץ חיים אויסגעפיהרט, אונז ארבעט מיר לאנג אז דער עולם זאל קענען גיין שנעל, די זעלבע מעשה, שרייב אין אידיש אז דערוילעם זאל קענען גיין שנעל.
יישר כח, די קאווע שטיבל ליינער