סיפורי צדיקים פאר "היינטיגע קינדער"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

סיפורי צדיקים פאר "היינטיגע קינדער"

שליחה דורך ברסלבער »

ווי באקאנט זענען דא הונדערטער טויזנטער סיפורי צדיקים, עס האלטן אין איין ארויס קומען נאך און נאך ספרים און מעשה ביכלעך פון מעשיות פון צדיקים, איינער שרייבט בעסער און איינער נאך בעסער, יעדער אויף זיין שטייגער.
איך האב שוין א מנהג וותיק, צו דערציילן פאר מיינע קינדער ביים שבת טיש סיפורי צדיקים, אויסער די סגולות וואס ליגט אין דעם, איז עס פשוט זייער געשמאק, יעדער האט ליב צו הערן א שיינע מעשה (קוקט'ס נאר ווען א בעל דרשן רעדט ביי א דינער, און קיינער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן איבער די גרויסקייט פון דעם מוסד, אבער ווען ער הייבט אן: "עס איז געווען אמאל א מעשה", ווערט די זאל שטיל... דוק ותשכח) א תורה אויף די סדרה, דארף מען שוין רחמי שמים אז זיי זאלן ווערן אויסהערן, א מעשה הערט יעדער אויס און עס געבט א געשמאק פאר די סעודה, און עס ברענגט אויך א נאנטקייט מיט די קינדער.
דער פראבלעם איז נאר אז איך האב ליב ענדערש צו דערציילן א מעשה וואס מען קען זיך אפלערנען דערפון אויך אויפ'ן היינטיגן דור, אז איך וועל דערציילן פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע ווי ער האט זיך געברענט זיינע הענט, וועלן מיינע קינדער עס נישט קענען און נישט וועלן נאכמאכן, אז איך וועל דערציילן פונעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע וואס מוצאי יום כיפור האט ער אויסגעפאסט אויף א מסכת גמרא, איך ווייס דאך אז קיינער וועט דאס נישט טוהן היינט, דער עולם האט מער ליב אויסצופאסטן אויף קאקאש קעיק און מילך... און אזוי ווייטער זענען דא אסאך מעשיות ווי צדיקים האבן זיך מסגף געווען, זיך געקוילערט אין שניי וכדומה, די מעשיות האבן זיכער די סגולה פון דערציילן סיפורי צדיקים וואס ברענגט גוטע השפעות, אבער מען קען דאך דערציילן אנדערע מעשיות, וואס מען קען זיך יא אראפלערנען פשוטע גוטע מדות און דאס גלייכן.
עס האט זיך שוין געמאכט ביי מיר כמה פעמים אז איך האב געקויפט א דיקן ספר סיפורי צדיקים, און פונעם גאנצן ספר האב איך נישט געקענט ארויס נעמען מער ווי פינף-זעקס מעשיות וואס זענען געשמאק צו דערציילן.
על כל פנים וויל איך דא עפענען דעם אשכול, ווי איך וועל פרובירן שרייבן מיין קאלעקשאן פון מעשיות, און איך האף אז דער עולם וועט זיך ווארים אנרופן און אריינשרייבן שיינע מעשיות, אבער נאר וואס היינטיגע קינדער קענען פון דעם האבן א מוסר השכל.
(אויב איינער זעהט א שיינע מעשה, און ער וויל עס נישט אפשרייבן זאל ער ביטע בלויז צוצייכענען דעם מקור, און איך וועל עס פרובירן בעז"ה אפצושרייבן לטובת הציבור)
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

א באקאנטע שיינע מעשה פון בעל שם טוב זי"ע וועגן "כעס"

שליחה דורך ברסלבער »

ווי באקאנט האבן די אידן אין יענע צייט אסאך געליטן פון די שלעכטע פריצים, ווען א איד האט געדונגען אן ארענדע פון א פריץ, אויב דער איד האט נישט געהאט צו באצאלן צייטליך די רענט, האט דער פריץ אריינגעווארפן דעם איד מיט זיין גאנצע פאמיליע אין תפיסה גרוב אריין, און ער האט נישט געזעהן די שיין פון די זון ביז מען האט נישט באצאלט פארן פריץ די גאנצע געלט.
דער הייליגער בעל שם טוב פלעגט עוסק זיין אין די גרויסע מצוה פון "פדיון שבוים", ווען ער האט געהערט אז א איד זיצט אין תפיסה, האט ער געטוהן אלע פעולות אים ארויסצונעמען ווי שנעלער.
איינמאל האט פאסירט אז דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט געהערט אז א געוויסער איד אן ארענדאר, זיצט שוין אפאר חדשים אין תפיסה, ווייל ער האט נישט באצאלט די רענט פארן פריץ.
דער בעל שם טוב האט גלייך צוזאמגעשטעלט דאס געלט וואס האט זיך אויסגעפעלט, און געשיקט א תלמיד ער זאל גיין אויסלייזן דעם איד פון תפיסה.
דער תלמיד איז גלייך אריבערגעפארן, און אויסגעלייזט דעם איד, און אים געברענגט צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער צום הייליגן בעל שם טוב.
דער בעל שם טוב האט זיך זייער געפריידט צו זיי, אז דער אייבערשטער האט אים מזכה מיט אזא געוואלדיגע מצוה פון "פדיון שבוים", און ער האט געבעטן פונעם ארענדאר: "דו האסט דאך גארנישט אנגעגרייט אויף שבת צו מאכן, אפשר בלייבסטו שוין ביי מיר אויף שבת?", דער ארענדאר האט מסכים געווען, און ער איז טאקע געבליבן ביים בעל שם טוב אויף שבת.
שבת קודש ביי די סעודה האט דער בעל שם טוב געזאגט תורה, און ער האט ארומגערעדט פון דעם ענין ווי דער יצר הרע כאפט זיך אריין אפילו ביי אן ערליכער איד, און ער פרובירט אים מכשיל צו זיין מיט עבירות, און נאך מער פרובירט ער מכשיל צו זיין אן ערליכער איד, מיט די שלעכטע מדה פון "כעס", און דער יצר הרע ווערט זייער פרייליך ווען ער קען אויפרעגן א איד, דאס איז ביי אים דער גרעסטער געווינס.
אינמיטן די תורה, האט זיך דער בעל שם טוב געגעבן א שטעל אפ, און געפרעגט דעם ארענדאר: "וואס הערט זיך עפעס נייעס?" דער ארענדאר האט זיך פארוואונדערט און געזאגט: "רבי, די לעצטע פאר חדשים בין איך געווען איינגעשפארט אין א טונקעלע תפיסה, פון וואו זאל איך הערן נייעס?" דער בעל שם טוב האט אים איבערגעפרעגט: "דאס מיין איך טאקע, וואס איז געווען עפעס נייעס דארט אין תפיסה, וואס האסטו געהערט דארט?" דער ארענדאר האט געענטפערט: "איך האב נאר געזעהן די פינסטערע ווענט פונעם גרוב, מען האט מיר יעדן טאג אראפגעלאזט אביסל עסן מיט א שטריק, פון ווי זאל איך הערן נייעס?"
דער בעל שם טוב האט אים ווייטער געפרעגט: "אבער דו האסט נישט געהערט עפעס קולות דארט אין גרוב?" דעמאלט'ס האט ער זיך שוין דערמאנט און געזאגט: "יא רבי, א גאנצע וואך פלעג איך הערן א קול וואס וויינט זייער שטארק, און יעדן ערב שבת נאנט צום זמן האב איך געהערט אז דער קול לאכט זייער שטארק".
דער בעל שם טוב האט אים ווייטער געפרעגט: "און וואס האסטו געהערט די לעצטע וואך פאר דו ביזט ארויסגעקומען פון תפיסה?", דער ארענדאר האט געענטפערט: "די לעצטע וואך האב איך געהערט א גאנצע וואך גאר א גרויסע געוויין, מיט קולי קולות, און ערב שבת פארן זמן האב איך געהערט גאר א גרויס געלעכטער, אסאך מער ווי א יעדע וואך" דער בעל שם טוב האט אים ווייטער געפרעגט: "און דו ווייסט וואס דאס האט געמיינט?" האט ער געענטפערט: "פון ווי זאל איך וויסן? איך ווייס נאר אז איך האב געציטערט מיט גרויס שרעק".
דער בעל שם טוב האט זיך אנגערופן פאר זיינע תלמידים, וואס זענען געזיצן און זיך געוואונדערט אויף די מעשה, און זיי געזאגט: "איך וועל ענק מסביר זיין די גאנצע מעשה וואס דא האט פאסירט!" דארט אין דעם תפיסה גרוב געפינען זיך שדים און קליפות, און עס איז דא א צדיק א גרויסער עובד ה', ער עסט גארנישט א גאנצע וואך, ער איז מיחד יחודים, און ער איז זייער דבוק צום אייבערשטן, און דערפאר וויינען די קליפות א גאנצע וואך זייער שטארק, ווייל פון די עבודות פון דעם צדיק, פארברענט ער אלע קליפות.
אבער ווען עס קומט ערב שבת, און דער צדיק גרייט זיך אן א גלעזל ווארימע מילך, אויסצופאסטן פארן זמן, נישט אריינצוגיין אינעם שבת פאסטנדיג, און דעמאלט'ס מאכן שוין די קליפות אז די מילך זאל זיך אויסגיסן, און דער צדיק ווערט זייער אויפגערעגט פון דעם, און אלע קליפות קומען צוריק צו אים, און דערפאר לאכן זיי אים אויס.
דער צדיק האט אנגעהויבן צו באמערקן אז עפעס גייט דא פאר, יעדע וואך גיסט זיך נאכאמאל אויס די מילך אויף אן אנדערע וועג, האט ער זיך איין וואך זייער אנגעשטרענגט און ער האט מיחד געווען נייע יחודים, און ער האט געלערנט און געדאוונט א גאנצע וואך.
ערב שבת האט ער ווייטער אנגעגרייט א גלעזל ווארימע מילך, אבער יעצט האט ער עס איינגעשפארט אין זיין פערזענליכע שאנק, ווי ער האט געהאלטן זיינע געשריבענע חידושי תורה, וואס נאר ער האט געהאט דעם שליסל דערצו, אז קיינער זאל נישט קענען צוקומען צו דעם, אזוי וועט עס זיך נישט אויסגיסן.
די קליפות האבן זיך זייער דערשראקן פון דעם, ווייל זיי האבן געזעהן אז די וואך וועט ער עס שוין מאכן, ער וועט זיך נישט אויפרעגן, און דערפאר האבן זיי מער געוויינט יענע וואך.
פאר שבת האט זיך אפגעשטעלט ביי זיין הויז א גוי, וואס האט פארקויפט האלץ פאר זייער א ביליגע פרייז, די רעבעצין איז געקומען צו לויפן צו איר מאן און געזאגט: "עס איז דא יעצט געקומען א גוי מיט זייער ביליגע האלץ, גיב מיר שוין געלט צו קויפן די האלץ, אזא מציאה מאכט זיך נישט יעדן טאג!" ער האט גלייך געגעבן פאר זיין ווייב די שליסלעך צו זיין שאנק, אז זי זאל נעמען פון דארט געלט, און ווען זיין ווייב האט געעפנט די שאנק, האט זיך אויסגעגאסן די גלעזל מילך אויף די טייערע חידושי תורה וואס ער האט געהאט געשריבן...
ווען ער האט דאס געזעהן, האט ער זיך זייער שטארק אויפגערעגט, און ער האט אנגעהויבן צו שרייען אויף זיין ווייב: "וואס דארף איך די גאנצע האלץ?! זאל ער זיך גיין מיט די ביליגע האלץ!" און אזוי ווי ער איז אריין אין אזא גרויסע כעס, זענען די קליפות צוריק געקומען צו אים, און דערפאר האבן די קליפות זייער שטארק געלאכט.
ווען דער בעל שם טוב האט געענדיגט דערציילן די מעשה, איז איינער פון די תלמידים וואס זענען געזיצן ביים טיש צאמגעפאלן און גע'חלש'ט, ווען מען האט אים דערמונטערט האט ער זייער שטארק געוויינט, און יעדער האט פארשטאנען אז ער איז געווען דער צדיק פון וועם דער בעל שם טוב האט גערעדט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
קלארק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:43 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קלארק »

רוה"ק איז נארישקייטן? כאלט נישט אזוי. איך האב געהרט צופיל מעשיות אויף מיין רבי'ן אז איך זאל אנעמען וואס איר זאגט. ס'זיכער נישט נארעש, רוה"ק איז נאך דא היינט ביי געציילטע.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סופר ומונה האט געשריבן:מלאכים, אליהו הנביא, רוח הקודש, און אנדערע נארישקייטן.


:?: :?: :?: :?:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מען קען צאמשטעלן דעם אשכול מיט מעשיות לכבוד שבת.
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קלארק האט געשריבן:רוה"ק איז נארישקייטן? כאלט נישט אזוי. איך האב געהרט צופיל מעשיות אויף מיין רבי'ן אז איך זאל אנעמען וואס איר זאגט. ס'זיכער נישט נארעש, רוה"ק איז נאך דא היינט ביי געציילטע.

ליין איבער, ער רעכענט אויס, רוח הקודש און אויך אנדערע נארישקייטן.

דער פראבלעם מיט די אלע מעשיות איז, אז אין-די-ענד-אף-די-דעי הערט מען אויף צו גלייבן אין די מעשיות -
Under influence
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

דאס איז טאקע די ציהל פון דעם אשכול, צו ברענגן נארמאלע מעשיות, וואס מען קען פארשטיין, און עס אפעלירט צו די היינטיגע מוחות.
עס זענען דא גענוג און נאך אזעלכע מעשיות מען דארף עס נאר צוזאמשטעלן אויף איין פלאץ.

נאך א נקודה:
כמעט יעדע מעשה קען מען ארויסלערנען דערפון עטליכע זאכן, ממילא אויב קען מען נעמען א מעשה און ארויס נעמען עפעס א נארמאלע מוסר השכל, איז גוט.

למשל: די מעשה פון רב ספרא (מכות כד, א) אז איינער האט אים געפרעגט א פרייז אינמיטן קריאת שמע, און רב ספרא האט נישט אויסגערעדט, און יענער האט געמיינט אז רב ספרא דארף מער געלט איז ער ארויף מיט די פרייז, ביז רב ספרא האט געענדיגט קריאת שמע, האט ער אים געזאגט אז ער געבט אים עס פאר די ערשטע פרייז, נאר ער האט נישט געקענט אויסרעדן אינמיטן קריאת שמע.
די מעשה לערנט אונז בפשטות אז מען דארף זיין א דובר אמת בלבבו, אז דו האסט געטראכט עס צו געבן פאר א קלענערע פרייז, אפילו יענער ווייסט נישט דערפון, זאלסטו נישט ארויף גיין מיט די פרייז.
אבער מען קען אויך ארויס לערנען "סבלנות", אז רב ספרא האט נישט ארויס גע'שגץ'ט יענעם פארן אים שטערן אינמיטן קריאת שמע, נאר ער האט אים שיין באהאנדעלט.

אויך יעדע מעשה פון א מופת וואס א צדיק האט געמאכט, קען אונז לערנען תפלה, מען איז געגאנגען צום צדיק "און דער צדיק האט געבעטן דעם אייבערשטן", און דער אייבערשטער האט געהאלפן, ממילא ווען איך דארף עפעס וועל איך אויך בעטן דעם אייבערשטן און ער וועט מיר העלפן (עיין (מגילה כז, א) ואלישא דעביד ברחמי הוא דעביד, און אויך (תענית כה, א) בית זה שקירה רבי חנינא בן דוסא "בתפלתו" ועוד)
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שמעקעדיג, וואו איז דער אשכול "מעשיות לכבוד שבת"?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

א שיינע מעשה - "זאל זיין אזוי..."

שליחה דורך ברסלבער »

מען דערציילט אויפן הייליגן צדיק דער "תולדות יעקב יוסף", אז יונגערהייט איז ער געווען א גרויסער קפדן, ער פלעגט זיך רעגן אויף יעדע קלייניקייט, איינמאל האט מען אים גערופן צו זיין סנדק ביי א ברית, אבער אזוי ווי מען האט זייער לאנג געווארט אויף אים, עס איז שוין געווארן זייער שפעט און ער איז נאך נישט אנגעקומען, האט מען מער נישט געקענט ווארטן און מען האט געמאכט דעם ברית אן אים.
ווען ער איז אנגעקומען, האט מען שוין געהאלטן נאכן ברית, און דאס האט אים זייער געשטערט, ער האט זיך גערעגט אויף דעם, און אזוי איז שוין געווען דארט נאך זאכן אויף וואס ער האט זיך גערעגט.
מען האט זיך געזעצט עסן די סעודת ברית, אינמיטן די סעודה איז אריינגעקומען אן ארימאן מיט צוריסענע קליידער, מענטשן האבן אים באגריסט און געגעבן שלום, ווען מען האט אים געפרעגט ווי אזוי ער הייסט, האט ער געזאגט: "זאל זיין אזוי"... מען האט אים ווידער געפרעגט: "ווילסט אפשר עפעס עסן?" האט ער געזאגט: "זאל זיין אזוי", "ווילסט אפשר נאך א טעלער? האט ער ווייטער געענטפערט: "זאל זיין אזוי", און אזוי ווייטער וואס מען האט אים געפרעגט האט ער אויף אלעס געענטפערט: "זאל זיין אזוי"...
פארשטייט זיך, אז עס איז דארט געווארן א גרויס געלעכטער פון די מעשה, מען האט אים געפרעגט: "ביזט אפשר משוגע געווארן?", האט ער ווייטער געזאגט: "זאל זיין אזוי", און דער עולם האט זיך אונטערגעהאלטן אויף זיין חשבון, מען האט זייער געלאכט.
דער הייליגער "תולדות" האט אבער פארשטאנען אז דער אייבערשטער וויל אים דא עפעס מרמז זיין, און ער האט געוואלט צוגיין צום ארימאן צו רעדן מיט אים, אבער אינצווישן איז דער ארימאן שוין פארשווינדן געווארן.
דער הייליגער "תולדות" האט געבעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל פארשטיין וואס מען האט אים געוואלט דא מרמז זיין, ביז ער האט געכאפט אז מען האט אים געוואלט מיט דעם אויסלערנען אז מען טאר זיך קיינמאל נישט אויפרעגן, נאר זיך אינגאנצן איבערגעבן צום אייבערשטן, און אויף יעדע זאך זאל מען זאגן "זאל זיין אזוי..." אפילו ווען עס איז נישט ממש אזוי ווי איך האב געוואלט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

ת"ר לעולם יהא אדם ענוותן כהלל ואל יהא קפדן כשמאי...

שליחה דורך שטערן »

מסכת שבת דף לא.

בא לפני הלל א"ל ענוותן הלל ינוחו לך ברכות על ראשך שהקרבתני תחת כנפי השכינה

Many years passed before the Rav went to live in Eretz Yisrael. After many years of diligent study, Rav Kook was appointed as the rabbi of Zoimel, one of the small villages in Lithuania. In Zoimel, there lived a poor shoemaker who earned a meager living from his small shop. The man worked very hard, from Saturday night when Shabbat ended to Friday afternoon, when Shabbat began. One Friday afternoon it was almost time for the Shabbat to begin and he had nothing with which to celebrate the arrival of the Shabbat Queen: no challot, no fish and no wine for kiddush. He looked across the deserted street. All the Jews had finished their business a while ago. Their stores closed, one by one, and their owners hurried home to complete their Shabbat preparations. He then saw Jews dressed in their Shabbat finery, coming out of their houses, strolling leisurely to shul. The shoemaker, however, was still standing at the entrance of his shop, in his workday clothes, his heart heavy. The passersby were amazed. "What chutzpah! How dare he leave his shop open on Shabbat" At the shul, Rav Kook stood ready to receive the Shabbat Queen, his face alight. The worshippers excitedly told the Rav what they had seen and asked Rav Kook to punish the shoemaker for his insolence. The Rav tried to calm the people, "Wait a while and let's see what happens." When the prayers came to a close, the Rav, accompanied by a few members of his congregation, went to the shoemaker's shop. Rav Kook did not scold the man and did not berate him for his wrongdoing. He simply turned to the shoemaker with a smile on his face and greeted him, "Shabbat Shalom, my dear Jew!"

Although those who accompanied the Rav were amazed by the Rav's action, they too, continued on their way. The shoemaker was ashamed. He hurriedly locked his store and ran to Rav Kook's home. The Rav greeted him pleasantly and said, "Sit down, Reb Yid, my fellow Jew. Don't be ashamed. Tell me what is troubling you. " The man cried out bitterly and began his story: "I lead a hard and bitter life. Customers have not come to my shop for a long time now. I am ashamed to go home to my wife and children empty handed. How can I face my good children without bringing home any challot, candies, or wine for the Shabbat table?" "So, l stayed in my shop until now. Maybe someone, anyone, would come to have his shoes repaired. Then I could save my family from starving!" The Rav listened to the bitter words of the shoemaker. Slowly, the wrinkles on his forehead softened, "Do not be troubled any longer, Reb Yid. From now on, every month you will receive enough money to support your family. You will be able to feel the same happiness and oneg Shabbat, Shabbat joy, as every other Jew." Crying out of joy and gratitude, the man got up and kissed the hands of the Rav. It's been said that the Rav gave his precious silver candlesticks to the shoemaker after that Shabbat, and he lived on the money from its sale for a long time. From that day on, no Jew kept his store open on Shabbat in Zoimel.

http://kehilalinks.jewishgen.org/zeimelis/RavKook.htm
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

מקבל זיין בזיונות באהבה

שליחה דורך ברסלבער »

אין שטאט פרימישלאן האט געוואוינט א איד רבי מענדעלע, מען האט אים גערופן "רבי מענדעלע פרימישלאנער", ער איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב זי"ע.
דארט אין שטאט האט אויך געוואוינט א שניידער, וואס פלעגט זייער אסאך מצער זיין דעם צדיק רבי מענדעלע, ער פלעגט אים זייער אנשרייען און פארשעמען יעדן טאג אן אויפהער.
רבי מענדעלע האט אים קיינמאל גארנישט געענטפערט, ער האט מקבל געווען די בזיונות באהבה, אזוי ווי זיין רבי דער בעל שם טוב האט אים אויסגעלערנט, נישט צוריק צו ענטפערן קיינמאל אויף בזיונות.
איינמאל איז דער בעל שם טוב אנגעקומען אין שטאט פרימישלאן, זיין תלמיד רבי מענדעלע האט אים אויפגענומען מיט פרייד, און געמאכט פאר אים א גרויסע סעודה, פאר די סעודה האט רבי מענדעלע געבעטן פונעם שניידער: "יעצט איינמאל בעהט איך דיר א טובה, אז היינט זאלסטו מיר נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן דער בעל שם טוב, און אויב דו וועסט מיר דאס נישט צוליב טוהן, וועל איך מוזן צושפארן די טיר, און דיר נישט אריינלאזן צו די סעודה".
פארשטייט זיך אז דער שניידער האט שוין יעצט דוקא געוואלט אים פארשעמען, ווען רבי מענדעלע האט פארשטאנען וואס זיין פלאן איז, האט ער אים ארויס געווארפן, און צוגעשפארט די טיר, אז דער שניידער זאל אים נישט קענען פארשעמען.
דער שניידער האט זיך ארומגעדרייט די הויז, און געזוכט א וועג אריין, ביז ער האט געטראפן איין קליין פענסטערל וואס איז געבליבן אפן, און ער האט אנגעהויבן אריינצושרייען מיט קולות אויף רבי מענדעלע, אלע מיני בזיונות, און רבי מענדעלע איז געווארן זייער פארשעמט דערפון.
ווען דער בעל שם טוב האט געפרעגט פון רבי מענדעלע: "וואס מיינט דאס? ווער איז דאס?" האט ער דערציילט פארן בעל שם טוב: "דאס איז דער שניידער פון שטאט, וואס פארשעמט מיר יעדן טאג, איך בין עס אייביג מקבל באהבה, אבער היינט האב איך אים געבעטן, ער זאל מיר נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, אבער ער האט דוקא יא געוואלט מיר פארשעמען.
האט אים דער בעל שם טוב געזאגט: "הלוואי וואלט איך געהאט אזא מענטש וואס זאל מיר פארשעמען יעדן טאג, אזוי ווי דו האסט זוכה געווען" ווייל די גרויסקייט פון איינעם וואס ליידט בזיונות, קען מען גארנישט אפשאצן, און מען קומט אפ מיט דעם גאר אסאך, און דאס פארשפאָרט פארן מענטש אסאך אנדערע יסורים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

ווי אזוי ווערט מען א צדיק?

שליחה דורך ברסלבער »

ווי אזוי דער הייליגער בעל שם טוב האט אנגעהויבן צו דינען דעם אייבערשטן זייענדיג אינגאנצן פינף יאר אלט.
ווי באקאנט איז דער בעל שם טוב געבוירן געווארן צו זיין טאטע רבי אליעזר - וואס איז דעמאלט אלט געווען הונדערט יאר - און צו זיין מאמע שרה, און תיכף ווען ער איז געבוירן איז זיין מאמע געשטארבן, און ווען דער אינגל - וואס מען האט גערופן "ישראל'יק" - איז אלט געווארן פינף יאר, איז זיין טאטע שטארק קראנק געווארן, און ער האט גערופן זיין אינגל און צו אים געזאגט מיט א לשון פון א צוואה.
"זאלסט וויסן אז איך דארף יעצט אוועק גיין פון דער וועלט, זאלסט זיך פון גארנישט שרעקן מיין קינד, ווייל עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און דו זאלסט זיך שטענדיג פארשטעלן אז דער אייבערשטער איז מיט דיר און ביי דיר און נעבן דיר, און שטענדיג ווען דו וועסט דארפן עפעס האבן, זאלסטו נישט בעטן פון קיינעם, נאר פונעם אייבערשטן, און אזוי ווי נאר דער אייבערשטער קען דיר העלפן, און נאר ער וועט דיר העלפן, זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך און דו זאלסט שטענדיג גיין נאר מיטן אייבערשטן".
און מיט די ווערטער איז ער נסתלק געווארן, און ישראל'יק איז ארויס אויפן גאס און געמאכט א טומל, ביז מענטשן זענען געקומען און באערדיגט זיין טאטן, און ישראל'יק איז געבליבן אליינס א יתום אן א טאטע און אן א מאמע.
אבער די ווערטער וואס ישראל'יק האט געהערט פון זיין טאטן פאר זיין הסתלקות האט זיך גוט שטארק אריינגעקריצט אין זיין הארץ, אז ער האט געפילט אז ער איז נישט אליינס, ווייל ער האט געוויסט אז דער אייבערשטער גייט מיט מיט אים שטענדיג, און ער פלעגט זיך ארומוואלגערן פון איין פלאץ צום צווייטן, אויפ'ן פלאץ ווי ער איז געווען בייטאג איז ער נישט געווען ביינאכט, און אויף דעם פלאץ ווי ער איז געווען ביינאכט איז ער נישט געווען צופרי, אבער ער האט אנגעהויבן צו בעטן דעם אייבערשטן וואס ער האט געדארפט, און דער אייבערשטער האט אים אלעס געגעבן, ווען ער האט געדארפט עסן האט ער געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט אים צוגעשיקט עסן, און אז ער האט געדארפט א גוטע פלאץ צו שלאפן האט ער ווייטער געבעטן דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן, און אז ער האט געדארפט פרישע וועש האט ער געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט אים דאס אויך צוגעשטעלט, און אזוי ווייטער, וואס ער האט געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן.
איינמאל איז דער קליינער ישראלי'ק געגאנגען אויפ'ן גאס שפאצירן, און ווי פארשטייט זיך האט ער אין די צייט גערעדט צום אייבערשטן, דער סמך-מם האט נישט געקענט אויסהאלטן ווי א אינגעלע וואקסט דא אזא גרויסער צדיק וואס וועט איינעמען די וועלט, האט זיך דער ס"מ פארשטעלט ווי א מענטש, דער בעל שם טוב זעהט ווי א מענטש קומט צו צו אים און פרעגט: "ווי אזוי דרייסטו זיך דא אליין אויפ'ן גאס? דו האסט נישט מורא?" האט אים דער בעל שם טוב געענטפערט: "איך בין נישט אליינ'ס, דער אייבערשטער איז מיט מיר, און איך רעד יעצט צו אים!"
דער ס"מ האט אים אנגעהויבן אפצורעדן: "עס איז נישט ממש אזוי, דער פסוק זאגט אין יחזקאל "עזב ה' את הארץ" דער אייבערשטער האט שוין איבערגעלאזט די וועלט, א.א.וו." דער בעל שם טוב האט געזעהן ווי יענער ווילן אים אוועק נעמען פונעם אייבערשטן, האט ער גלייך פארשטאנען אז ער טאר דעם מענטש נישט אויסהערן, ער האט גענומען א שטעקן און אנגעהויבן האקן און שרייען: ""יתפרדו כל פועלי און! יתפרדו כל פועלי און!" און דעמאלט'ס איז דער מענטש פארשוואונדן געווארן, מען האט אים מער נישט געזעהן.
ווייל דער בעל שם טוב האט שוין דעמאלט'ס גלייך אלץ קינד פארשטאנען אז אויב איינער קומט דיר אפרעדן אז דו קענסט נישט רעדן צום אייבערשטן, איז דאס דער ס"מ אליין, און מען דארף אים פארטרייבן און אים נישט אויסהערן חס ושלום.
און אזוי איז ער אויפגעוואקסן דער גרויסער און הייליגער צדיק וואס האט באלויכטן די וועלט, און א גרויס חלק פון כלל ישראל האלט זיך ביי אידישקייט דורך זיינע הייליגע לימודים וואס ער האט איבערגעלאזט פאר אונז.
און די זעלבע איז אויך ביי יעדן איד, אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען צו בעטן דעם אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך אלעס וואס ער דארף, וועט אים דער אייבערשטער געבן וואס ער דארף, און ער וועט זיכער ווערן אן אמת'ער ערליכער איד.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ש'כח זיידעטשקע, אז איך הער אז עס איז דא ווער עס זאגט עס איבער וועל איך שרייבן מער אפט.
איך האב ב"ה א שפע פון שיינע הערליכע מעשיות וואס זענען זייער פאסיג צו דערציילן פאר קינדער ביים שבת טיש.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

נאך קיינמאל נישט געהערט אזוי שיין פארציילט די מעשה פין די מאנקי
ר' מיכל לעבאוויטש פארציילט עס ענגליש אין פראג

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CqD9At_JOps[/youtube]
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ש'כח, זייער שיין, אבער מען הערט נישט די גאנצע מעשה, איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף בקרוב אפשרייבן די גאנצע מעשה.

BTW היינט איז אויך דא אזעלכע מעשיות ווי די מאנקי מעשה, נאר אביסל אנדערשט, אסאך מענטשן קענען דערציילן מעשיות ווי אזוי זיי זענען געווען אין א געדרוקטע מצב און זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן, און זיי זענען געהאלפן געווארן אויף אינטערעסאנטע וועגן.
דער איד ביי וועם עס איז געשעהן די מעשה מיט די מאנקי איז געווען א פשוט'ער איד, ער איז נישט געווען א ספעציעלער צדיק, ער האט פלעין געבעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל אים העלפן, און ער איז געהאלפן געווארן, און ער האט נישט גע'חלום'ט אז מען וועט נאך אמאל איבערדערציילן זיין מעשה.
סא אויב האט איינער אזא מעשה ווי דער אייבערשטער האט אים געהאלפן, זאל ער עס ביטע מיטטיילן מיטן ציבור, און יו נעווער נאו אין עטליכע יאר ארום, וועלן אונזערע אייניקלעך איבערדערציילן די מעשה, און די קינדער וועלן עס אויסהערן פארגאפט מיט אפענע מיילער, און זיך אויסלערנען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט צו וועם מען קען זיך אייביג ווענדן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

מאנקי מעשה

שליחה דורך ברסלבער »

זכה מלאכתן נעשה על-ידי אחרים
איינער האט שיין אפגעשריבן די מעשה מיט די מאנקי
קרעדיט: יודל מענדלזאהן פון אייוועלט

אמאל איז געווען א פריץ, וועלכער האט ווי אלע פריצים פון אמאל געהאט א אידישער קרעטשמער. דער קרעטשמער, אפגעזען פון וואס זיין ריכטיגע נאמען איז געווען, האט אויטאמאטיש באקומען דעם טיטל "מאשקע". אזוי האט אים גערופן, סיי דער פריץ, און אויך די פויערן, גוים.

מאשקע האט געדינגען דעם קרעטשמע – טרינק הויז פונעם פריץ, און האט צוגעשטעלט צו טרינקען פאר אלע עוברים ושבים. פארשטייט זיך אז ער האט געדארפט באצאלן פאר דעם פריץ דעם יער'ליכן ראטע, ווייל ווען נישט האט אים דער פריץ אריינגעווארפן אין גרוב, ביז ווילאנג עס האט זיך אפגעזוכט א איד - א שטייגער ווי דער סאסובער צדיק - וואס האט מקיים געווען פדיון שבוים און אים אויסגעלייזט פון געפענגעניש.

ויהי היום, און אונזער מאשקע שטייט אין קרעטשמע און באדינט די געסט, איינעם געבט ער צו טרינקען, א צווייטער צו עסן, און אט ערשיינט א חשוב'ער גאסט: דער פריץ שפאנט אריין אין קרעטשמע מיט א פארריסענעם שטאלץ, אן אייגענארטיגער פריציש'ן גאנג, א שטייגער ווי דער גאנצער וועלט געהער פאר אים. מאשקע איז געווען אויסער זיך. ער האט באלד צורעכט געמאכט דעם פריצ'נס מקום קבוע, און אים געברענגט פון די בעסטע משקאות וואס די קרעטשמע פארמאגט. און אז דער פריץ טרינקט זיך געמיטליך, האט ער באשלאסן צו שמועסן מיט זיין קלוגן מאשקע, צו ערגענצן דעם געשמאק פונעם טרינק. "זאג נאר מאשקע", גיט דער פריץ א זאג. "איז וואר אז אויב איך וואלט דיר נישט צוגעשטעלט דעם קרעטשמע וועלכע ברענגט דיר אריין א שיינע הכנסה, וואלסטו אויסגעגאנגען פון הונגער?!" (ח"ו).

מאשקע איז געווען א איד א תמים, און א גרויסער ירא שמים. ער האט זיך נישט פארלוירן פון די גרויסהאלטערישע רייד פונעם פריץ, און אים באלד אפגעענטפערט: "וואס זאגסטו, הער פריץ? דו גיבסט מיר פרנסה? ווייסטו דען נישט אז דער איין איינציגער באשעפער אין הימל שפייזט אלע באשעפענישן און ער אליין גיבט מיר אויך צו לעבן! דו ביסט בלויז זיין שליח. און ווען נישט דיר, וואלט דער אויבערשטער געשיקט א צווייטן שליח מיר צוצושטעלן פרנסה!"

ווען דער פריץ האט געהערט די ערליכע רייד פון זיין מאשקע, האט דאס אים שטארק דערצערנט. "מאשקע דו נארישער איד!" האט ער געשריגן. "זאפארט זאלסטו פארלאזן דעם קרעטשמע, און לאמיר זעהן ווי אזוי דיין ג-ט וועט דיר שיקן שפייז!"

עס איז געווען נאענט צום יו"ט פסח, און מאשקע איז געבליבן אן קיין פרנסה. צוביסלעך איז אויסגעגאנגען די געלט פון שטוב, און די קינדער האבן געוויינט נאך א שטיקל ברויט. מאשקע האט אבער נישט געהאט קיין פרוטה, ווער רעדט נאך פון געלט אויף פסח צו מאכן.

דער פריץ האט געהאט אין שטוב אן אוצר פון גאלדענע מטבעות. גאנץ אפט איז ער אהין אריין און אפגערייניגט די גאלדענע רענדלעך פון יעדן פלעק און דזשאווער. אויך פלעג ער קלאפן מיט די מטבעות אויף זיינע ציין, און לויט די קלאנג, האט ער געוואוסט אויב די רענדל איז ווירקליך גאלד, אדער גאר אייזן איבערגעדעקט מיט א גאלדענע פארב.

מיט'ן פריץ איז אלעמאל מיטגעגאנגען זיין באליבטע שפיל חיה, א מאלפע. די מאלפע פון נאטור אויס, טוט נאך דאס וואס זי זעהט דעם מענטשן טוהן. ווען די מאלפע האט געזען אז דער פריץ לייגט צו די רענדלעך צום מויל, האט זי פארשטאנען אז נישט אנדערש, נאר דער פריץ עסט די גאלדענע רענדלעך. ווען דער פריץ איז ארויס פון צימער, האט זיך די מאלפע צוגעזעצט צו די מטבעות, און אנגעהויבן נאכטוהן דעם באלעבאס, און געשלינגען רענדלעך. אזוי האט זי געשלינגען איינס נאכ'ן אנדערן, ביז זי איז געפאלן א טויטע אויף דער ערד.

ווען דער פריץ איז צוריקגעקומען און געטראפן זיין טויטע מאלפע, האט ער באשלאסן זיך אביסל אונטערצוהאלטן אויפ'ן חשבון פון מאשקע, און אים אביסל איבערשרעקן. דער פריץ האט געשיקט רופן דעם באדינער, און אים געהייסן אריינווארפן דעם מאלפע אין שטוב פון מאשקע, "זאל ער וויסן, אז אויב איך געב נישט קיין פרנסה, איז נישטא!"

אבער אז די טויטע מאלפע איז אריינגעפאלן אינעם פענסטער פון מאשקע, האט זיך אויפגעריסן די בויך פונעם חיה, און עס האט גענומען גיסן גאלדענע רענדלעך. מאשקע האט שוין געהאט אויף צרכי פסח בהרחבה גדולה.

אינעם הייליגן נאכט פון יו"ט פסח, האט זיך פאר'ן פריץ פארגלוסט צו גיין זעהן ווי אזוי מאשקע האט זיך אן עצה געגעבן. "געוויס הונגערט ער דארט," האט זיך דער פריץ געטראכט. "אבער עס קומט אים. איצט וועט ער שוין וויסן ווער עס שפייזט אים." ווי ערשטוינט איז ער אבער געווארן צו זעהן, אז דער איד פראוועט דעם סדר ווי אלע יאר, און נאך ברייטער. דער פריץ איז אריין צו מאשקע אין שטוב, און אים געפרעגט פון וואנעט ער האט גענומען די געלט צו פראווען אזא מלכות'דיגן סדר. מאשקע האט דערציילט פאַר'ן פריץ ווי אזוי דער באשעפער האט אים באזארגט מיט פרנסה אויף אזא וואונדערליכן אופן. דאן האט דער פריץ הויך דערקלערט: "איצט טוה איך אויך אנערקענען, אז השי"ת איז דער וואס שפייזט פאר אלעמען. איך בין ווירקליך נישט מער פון זיין שליח."

אזוי האט מאשקע געהאט אויף פסח און אויף א גאנץ יאר פרנסה בריוח!
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

מען דארף יעדן טאג נאכאמאל רייניגן

שליחה דורך ברסלבער »

רבי יהושע'לע דזשיקובער זי"ע בעל מחבר ספר "עטרת יהושע", איז אמאל געווען אין די הויפט שטאט פון וויען, האט ער געזען ווי יעדן טאג רייניגט מען די גאסן, האט ער א פרעג געטון דעם רייניגער, "פארוואס דארף מען רייניגן יעדן טאג די גאסן עס איז נאך נישט אזוי געפערליך שמוציג?" האט ער אים געענטפערט, "ראבינער אויב מען וועט נישט רייניגן יעדן טאג, וועט זיך צוזאמנעמען די שמוץ אין גרויסן, און דעמאלטס וועט מען עס קיינמאל נישט קענען אפרייניגן..."
האט זיך דער הייליגער צדיק אנגערופן פארן גבאי'ן, "דו הערסט וואס דער רייניגער זאגט? אז מען דארף יעדן טאג רייניגן כדי עס זאל זיך נישט אנזאמלען די שמוץ, וואס דעמאלטס וועט מען עס נישט קענען אפרייניגן", אזוי דארף א איד יעדן טאג תשובה טון און בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל אים מוחל זיין אויף אלע שלעכט'ס וואס ער האט געטוהן ביז היינט, כדי עס זאל זיך נישט צוזאם זאמלען אויף איינמאל די אלע שמוץ מען זאל עס נישט קענען רייניגן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

א גוי בין איך נישט!

שליחה דורך ברסלבער »

איינמאל ווען דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע האט געדאווענט פארן עמוד, ווען ער האט זיך געשטעלט זאגן ברכות האט ער פארפעלט די ברכה "שלא עשני גוי", ווען ער האט געענדיגט די ברכות איז צוגעקומען צו אים א פשוטער איד און האט אים געזאגט, "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי האט איר נישט געזאגט" האט אים דער בארדיטשובער רב זי"ע געזאגט, "איך האב שוין די ברכה געזאגט ווען איך בין אויפגעשטאנען, היינט אינדערפרי ווען איך בין אויפגעשטאנען, האט מיר דער ס-מ אריינגעברענגט אין א ביטערניש אזוי ווי איך בין דער ערגסטער מענטש פון די גאנצע וועלט, איך בין שוין גארנישט ווערט, און איך וועל שוין קיינמאל נישט מצליח זיין אין מיין לעבן, און איך האב נישט געהאט מיט וואס זיך מחיה צו זיין, האב איך געגעבן א טאנץ און געמאכט די ברכה "שלא עשני גוי", ווי אזוי איך זעה נאר אויס אבער א גוי בין איך נישט, און מיט דעם האב איך זיך מחיה געווען, און דערפאר האב איך יעצט אויסגעלאזט די ברכה".
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

פארוואס? פארוואס? פארוואס?

שליחה דורך ברסלבער »

א איד איז אמאל געקומען צום חפץ חיים ז"ל, און ער האט זייער געוויינט, פארוואס האט ער א ביטער מזל, פארוואס האט ער נישט קיין קינדער? פארוואס האט ער נישט קיין פרנסה? פארוואס איז ער נישט געזונט? ער האט נישט אויפגעהערט פרעגן "פארוואס? פארוואס? פארוואס?".
דער חפץ חיים ז"ל האט אים אויסגעהערט, ווען ער האט געענדיגט מיט זיינע קשיות, "פארוואס, פארוואס", האט ער זיך אנגערופן, דו ביסט גלייך ווי א גאסט וואס קומט אריין שבת אין בית המדרש דעם ערשטן מאל, און ער זעט ווי דער גבאי רופט אויף לתורה איינעם וואס זיצט אין מעריב זייט, איינער וואס זיצט אינמיטן, איינער וואס זיצט אין דרום, איינער וואס זיצט אין צפון, איינער וואס זיצט פארנט. נאכן דאווענען גייט ער צו, און ער פרעגט דעם גבאי'ן, זאגט מיר נאר, איך פארשטיי נישט פארוואס האט איר אויסגעקליבן נאר די מענטשן צו געבן אן עליה, וואס איז אייער חשבון? האט אים דער גבאי געענטפערט, דו ביסט נאר א גאסט, דעם ערשטן מאל ביזטו דא, ווען דו זאלסט זיין דא א חודש, אדער אפאר חדשים, וואלסטו געזעהן אז אלעס איז גערעכט, די וואך געב איך פאר די מענטשן אן עליה, די אנדערע וואך געב איך די מענטשן, יעדע וואך געב איך פאר אנדערע מענטשן, קומסט איין מאל ווילסטו שוין אלעס וויסן?
האט דער חפץ חיים ז"ל אויסגעפירט: א מענטש קומט אויף די וועלט זיבעציג-אכציג יאר, און ער איז הוילע קשיות אויפן בורא כל עולמים... ווען ער זאל לעבן טויזענט יאר וואלט ער נישט געהאט קיין שום קשיות. פארוואס האסטו נישט קיין פרנסה? אפשר אין דעם פריערדיגן גלגול ביזטו געווען א גרויסער עושר, און דו האסט נישט געגעבן קיין צדקה? פארוואס האסטו נישט קיין קינדער, אדער פארוואס האסטו נישט קיין נחת פון די קינדער? אפשר אין דיין פריערדיגן גלגול האסטו מצער געווען דיינע עלטערן? ווען דו וואלסט געלעבט טויזענט יאר וואלט אסאך קשיות פארענטפערט געווארן, אבער אז דו לעבסט נאר אזא קורצע צייט, ווי אזוי ווילסטו מען זאל דיר פארענטפערן די אלע קשיות?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

אנטלויפן נאר צום באשעפער!

שליחה דורך ברסלבער »

רבי נתן ברסלב'ער זי"ע איז געבוירן געווארן אין שטאט מאהליב, ער האט דארט געהאט א יוגנט-פריינד וואס האט חתונה געהאט אין שטאט מאהליב, און ער איז דארט געבליבן וואוינען, און ער האט אנגעהויבן מאכן ביזנעס.

ער האט זיך צאמגעבארגט אסאך געלט פון די גאנצע שטאט, מיטן פלאן עס צו אינוועסטירן אין זיין נייע ביזנעס, און ארויסגיין מיט גרויסע רוחים, אבער למעשה ביז א קורצע צייט איז גארנישט געבליבן פון זיין גאנצע ביזנעס, ער איז געבליבן מיט גארנישט, און ער איז נאך שולדיג געווען געלט פאר אסאך מענטשן.

די בעלי חובות האבן אים אנגעהויבן נאכצולויפן, און ער האט נישט געהאט פון ווי צו באצאלן, ביז ער האט אפגעמאכט אז ער וועט אנטלויפן פון שטאט, ער האט געטראכט, אז דארט וועט אים קיינער נישט קענען, וועט ער קענען דארט אנהייבן א פרישע פרנסה, און אזוי וועט ער קענען צוביסלעך באצאלן פאר אלע מענטשן וואס ער איז שולדיג, געטראכט און געטוהן, ער האט געהויבן פיס און אנטלאפן פון שטאט.

אויפ'ן וועג איז ער דורכגעגאנגען די שטאט ברסלב, האט ער זיך דערמאנט, אז דארט וואוינט זיין אלטע חבר, רבי נתן, איז ער אריינגעגאנגען צו רבי נתן, רבי נתן האט אים אויפגענומען מיט פרייד, און אים צוגעגרייט צו עסן, אינמיטן עסן האט אים רבי נתן אויסגעפרעגט וואס ער מאכט, ווי אזוי עס גייט אים, האט ער דערציילט די גאנצע מעשה, אז ער לויפט יעצט אוועק פון זיין שטאט, ווייל ער איז שולדיג געלט פאר אסאך מענטשן, און ער קען עס נישט באצאלן, און ער וויל יעצט גיין צו אן אנדערע פלאץ, אפשר וועט ער דארט מאכן געלט, אויך האט ער דארט א קרוב, א איד אן עושר, און ער האפט אז זיין קרוב וועט אים ארויסהעלפן מיט געלט אדער שאפן א פרנסה שטעלע.
האט אים רבי נתן געזאגט, דו האסט טאקע זייער א גרויסער פראבלעם, אבער דיין עצה איז נישט קיין גוטע עצה, ווייל וואס וועט זיין, ווען דו וועסט אנקומען צו דיין קאזין, וועט ער גלייך דערקענען אויף דיר אז דו ביזט אנגעזעצט, און ער וועט נאר וועלן פטור ווערן פון דיר, ער וועט דיר קוים געבן שלום עליכם מיט א האלבע מויל, מיט די שפיץ פינגער, און אפשר וועט ער דיר געבן צו עסן א סעודה אדער צוויי, שלאפן ביי אים גלייב איך שוין נישט אז ער וועט דיר לאזן, און ווען דו וועסט וועלן גיין אין בית המדרש שלאפן, וועט דער גבאי דיר נישט אריינלאזן, ווייל ער קען דיר נישט, און ער וועט דיר חושד זיין אז דו ביזט א גנב, דערפאר זאג איך דיר, אז דאס איז בכלל נישט קיין גוטע עצה צו טוהן.

רבי נתן האט אים געזאגט: מיין עצה איז, אז אויב דו ווילסט אוועקלויפן, זאלסטו נאר לויפן צום אייבערשטן, ווייל נאר ער קען דיר העלפן, גיי צוריק צו דיין שטאט מאהליב, אבער גיי נישט אהיים, נאר גיי גלייך אין בית המדרש אריין, און הייב אן צו דינען דעם אייבערשטן, דערצייל פארן אייבערשטן די גאנצע מעשה וואס איז מיט דיר געשעהן, און הייב אן צו לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און דארט אין דיין שטאט קען דיר דאך יעדער איינער, און מען ווייסט אז דו ביזט נישט קיין גנב, נאר דו האסט פשוט נישט קיין געלט צו באצאלן, וועט דער גבאי פון בית המדרש דיר שיין אויפנעמען, און ער וועט דיר ברענגן צו עסן, און ער וועט דיר אפילו געבן א קישן צו שלאפן, און ווען די מענטשן וועלן געוואויר ווערן אז דו ביזט אין בית המדרש, און מען וועט קומען שרייען אויף דיר, זאלסטו נאר שווייגן און גארנישט ענטפערן, נאר וואס דו ווילסט זאגן, זאלסטו נאר זאגן פארן אייבערשטן.

די אמת'ע ווערטער, וואס דער איד האט געהערט פון זיין גוטן פריינד, זענען אריין טיף אין זיין הארץ, ער האט פארשטאנען אז רבי נתן מיינט אמת'דיג זיין טובה, האט ער אים געפאלגט, און ער האט אזוי געטוהן, ער איז צוריק געפארן צו זיין שטאט, און ער איז גלייך אריין אין בית המדרש, ער האט זיך געזעצט אין א ווינקל, מיט א הויפן ספרים, און אנגעהויבן לערנען פלייסיג, פון צייט צו צייט ווען ער האט זיך דערמאנט פון זיינע צרות האט ער זיך אויסגערעדט דאס הארץ פארן אייבערשטן, "באשעפער העלף מיר איך זאל ארויסגיין פון אלע מיינע חובות, איך וויל דען גנב'ן פון מענטשן? ווי אזוי קען איך ארויסגיין פון מיין מצב? נאר דו קענסט מיר העלפן, און דו וועסט מיר העלפן!"

און אלעס איז טאקע געווען אזוי ווי רבי נתן האט אים געזאגט, דער שמש האט אים שיין אויפגענומען און אים מכבד געווען, און גלייך ווי די שטאט איז געוואויר געווארן אז דער מענטש איז צוריק דא, זענען געקומען די אלע מענטשן פאר וועם ער איז געווען שולדיג געלט, און זיי האבן געשריגן אויף אים אלע טענות, אבער ער האט גארנישט געענטפערט, נאר זיך אויסגערעדט צום אייבערשטן.

אזוי איז אריבער אפאר טעג, די גאנצע שטאט האט געקאכט ווי א קעסל מיט די מעשה, ביז עטליכע פון זיינע באקאנטע האבן רחמנות געהאט אויף אים, און צוזאמגעשטעלט געלט פאר אים, און זיי האבן אים געמאכט א קליינע סטאר, אז זיין ווייב זאל קענען מאכן אביסל געלט, און דער אייבערשטער האט געהאלפן, אז זיין ווייב האט מצליח געווען, און זי האט אנגעהויבן צו מאכן געלט, און ער אליינס איז אויך געגאנגען איר העלפן אין סטאר, און צוביסלעך איז די סטאר געווארן גרעסער, און זיי האבן געמאכט אסאך געלט, ביז זיי האבן שוין געקענט באצאלן פאר אלע מענטשן וועם זיי זענען געווען שולדיג, און עס איז נאך געבליבן גענוג אויך פאר זיי צו לעבן בהרחבה.

און דעמאלט'ס האט דער איד טאקע געזעהן אז רבי נתן איז געווען גערעכט, אז די בעסטע פלאץ צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן, ווייל נאר ער קען העלפן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

נישט וויי טוהן א צווייטן איד

שליחה דורך ברסלבער »

עס איז באוואוסט אז דער ייטב לב זי"ע איז געווען אן אייניקל פון דעם גרויסן ישמח משה זי"ע, זיי האבן געשטאמט פון א גרויסן יחוס. ווידער רבי הערשעלע ליסקער זי"ע וואס איז אויסגעוואקסן א גאון הגאונים און א חריף עצום און א הייליגער מענטש, האט געשטאמט פון פשוטע מענטשן, זיין אפשטאם איז פון שטאט אוהעל וואס דארט האט געוואוינט דער ישמח משה זי"ע.
האט זיך געמאכט אז ביידע זענען חתנים געווארן אין די זעלבע צייט, דער ייטב לב זי"ע און דער אך פרי תבואה זי"ע, און זייער "שבת אויפריף" איז געווען אין דעם זעלבן שבת. האט מען מכבד געווען פארמיטאג זאל זאגן א דרשה דער ייטב לב זי"ע, ער איז דאך דעם רב'ס אן אייניקל, און נאכמיטאג זאל דער צווייטער חתן דער רבי הערשעלע ליסקער זי"ע זאגן א דרשה. וכך הוה פארמיטאג האט דער ייטב לב געזאגט א דרשה אזוינ'ס און אזעלכע'ס.
ס'קומט נאכמיטאג און מען זוכט דעם חתן רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, און ער וויל נישט זאגן בשום פנים ואופן, וויפיל מען האט אים געבעטן האט ער נישט געוואלט, איז מען געגאנגען צו זיין מאמען וואס ער האט איר זייער מכבד געווען, און מען האט איר געבעטן אז זי זאל פועל'ן ביי איר זון, האט זי געזאגט, "אז מיין זון וויל נישט האט ער מן הסתם א טעם פאר דעם, און איך קען ביי אים נישט בעטן,"
שפעטער האט די מאמע אים געפרעגט: "פארוואס האסטו טאקע נישט געוואלט זאגן?" האט ער געענטפערט, "דער ייטב לב איז דעם רב'ס אן אייניקל, און ער האט געזאגט א גוטע דרשה, און אויב איך וועל שפעטער זאגן א דרשה, און ס'קען זיין אז מיין דרשה וועט מער געפעלן דעם עולם וועט ער האבן חלישות הדעת, האב איך אים נישט געוואלט מחליש את הדעת זיין".
ביידע זענען דעמאלט'ס געווען בחורים חתנים איידער זיי זענען נתפרסם געווארן אויף דער וועלט. זעט מען פון דעם ווי ווייט מען דארף אכטונג געבן נישט טשעפען און נישט וויי טוהן א צווייטן איד.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שוין צייט צו גיין שלאפן

שליחה דורך ברסלבער »

דער חפץ חיים זי"ע פלעגט ביינאכט טרייבן די בחורים מען זאל גיין שנעל שלאפן, אפילו זיי זענען געווען גרויסע מתמידים און זיי האבן געוואלט בלייבן אויף און לערנען פלעגט דער חפץ חיים מאכן טונקל און שיקן יעדן שלאפן.

ער פלעגט דערציילן פארוואס ער איז אזוי מקפיד אויף דעם, ווייל איינמאל ווען ער איז נאך געווען א יונגע בחור'ל איז ער אנגעקומען אין א שטעטל און ער האט געטראפן דעם רב פונעם שטאט וואס איז שוין געווען א זקן מופלג זייער אן אלטע איד שוין איבער די ניינציג אבער ער איז נאך געווען יונג און פריש ווי א יונגע בחור, און דער חפץ חיים האט גערעדט מיט אים אין לערנען, דער רב האט געקענט גאנץ ש"ס בבלי און ירושלמי קלאר, מיט אלע פוסקים אזוי ווי זיין האנט פלאך, דער חפץ חיים האט זייער הנאה געהאט צו רעדן מיט דעם רב אין לערנען, ער האט זיך ממש נישט געקענט אפשיידן פון דעם שמועס, פון גרויס תענוג זעהענדיג ווי אזא אלטע איד איז נאך אזוי פריש מיט אזא גוטע זכרון.

ווען עס איז געווארן צען אזייגער האט דער רב געזאגט פארן חפץ חיים "א גוטע נאכט, מען גייט שלאפן!", דער חפץ חיים האט נאך געקענט באשטיין צו שמועסן מיט דעם רב, און ער האט זיך גע'עקשן'ט "אפשר קענען מיר נאך שמועסן אביסל?" אבער דער רב האט זיך גע'עקשן'ט "יעצט איז די צייט צו גיין שלאפן, גיי שלאפן".

האט דער רב געזאגט פארן חפץ חיים: "דו ווייסט ווי אזוי איך האב זוכה געווען צו זיין אזוי פריש אויף דער עלטער מיט אזא קלארן זכרון? ווייל איך האב אלע מיינע יארן געהיטן אויפן שלאף, ווען מען היט דעם שלאף בלייבט מען פריש אויף דער עלטער".

פון דעמאלט'ס אן האט דער חפץ חיים זיך פארגענומען אזוי זיך צו פירן און אויך אזוי אויסגעלערנט פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן זיך אזוי פירן, און מיר זעהן טאקע אז דער חפץ חיים האט זייער לאנג מאריך ימים געווען.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

היטן אויף א איד'ס כבוד

אמאל איז געקומען אן ארימע חתן צום שיניאווער רב זי"ע און זיך באקלאגט אז ער שטאמלט ל"ע ביים רעדן און ער שעמט זיך עולה צו זיין לתורה און מאכן א ברכה ברבים ביים אויפרוף, דער שיניאווער רב האט אים אנגעוואונטשן.
ערב שבת קודש זאגט דער רב צו זיינע משמשים אז ער פארט קיין קאלבעסאוו אויף שבת, זיי האבן אים פרובירט צוריקצוהאלטן, "מען האט דאך שוין אלעס צוגעגרייט דא אויף שבת", אבער ער וויל פון גארנישט וויסן, מען נעמט אלעס מיט און מען פארט אויף קאלבאסאוו. עס איז געווען א פלא פארוואס דער רבי וויל עפעס יעצט אזוי שטארק פארן דארט אויף שבת, אבער זיי האבן אלעס איינגעפאקט און געפארן קיין קאלבאסאוו.
ווען זיי זענען אנגעקומען אהין זענען זיי געוואויר געווארן אז דעם שבת רופט מען אויף דעם אויבנדערמאנטן ארימען חתן. בשעת'ן אויפרופן ווען דער חתן האט עולה געווען און געזאגט ברכו, האט דער שיניאוער רב געענטפערט שטייט און הויך, "ברוך ה' המבורך לעולם ועד", און בשעת דער שיניאווער רב האט מאריך געווען צו ענטפערן, האט דער חתן דערווייל געענדיגט די ברכה, און דער עולם האט נישט געהערט זיין שטאמלען, אויך ביי די צווייטע ברכה האט דער שיניאווער רב הויך געזאגט , "אמת תורתינו הקדושה והטהורה", און מען האט נישט געהערט דעם חתנ'ס ברכה.
דאן האבן שוין די מקורבים פארשטאנען פארוואס דער רב האט דוקא די וואך געוואלט פארן אויף קאלבאסאוו, אפצוהיטן א חתן פון בזיונות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פארשפארט