יונגערמאן, ביהעיוו!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קיינער פרייהט זיך נישט צו א געזונטן זעץ! טריי עס אויס און קום צוריק מיט א באריכט...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

זר זהב האט געשריבן:קיינער פרייהט זיך נישט צו א געזונטן זעץ! טריי עס אויס און קום צוריק מיט א באריכט...


אזוי מיינסטו! דער זעץ וועט איר מיטגיין דארט אויבן אויפן וואגשאל... ס׳איז א זכי׳ פאר זיי
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך Espresso »

זר זהב האט געשריבן:קיינער פרייהט זיך נישט צו א געזונטן זעץ! טריי עס אויס און קום צוריק מיט א באריכט...

אומר ושותה, ווארט געשפאנט אויף די תוצאות.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

פארוואס נישט האט געשריבן:א קליינע הוספה'לע.
ווער ס'איז נאר אמאל געקומען אין בארירונג מיטן גוי אין סיי וועלכע פובליק פלאץ, זאל דאס זיין ביים דאקטאר'ס אפיס, אין געשעפט און וואו נישט, האט שוין זיכער באמערקט אז ביי רוב גויים באשטייט זייער גאנצע 'נייסקייט' פון האלטן אפן די טיר פאר א צווייטן, און עפ"י רוב ביי דעם ענדיגט זיך עס.

אפאר יאר צוריק דרייווענדיג פאר חסד, האב איך מיך אפגעשטעלט ביי א מעדיקל פעסיליטי אויפצונעמען א פאציענט, האביך אבער געברויכט אן אשר יצר מאכן, האב איך געבעטן אנטשולדיגונג פון מיינע מיטרייזענדע און אריינגעגאנגן אינעם בילדינג. זייענדיג א גרינער אין יענעם בילדינג און קיין געהעריגע אנווייזונג טאוולען איז נישט צום געפונען דארט, טרעף איך מיך אן אין א ליידיגע לאבי, זיצט דארט איין גוי פארטיפט אין זיין סעלפאון, איך גיי צו און פרעג אים מיטן גרעסטן דרך ארץ צו ער קען מיר אפשר אנווייזן וואו די ביה"כ געפינט זיך. ער געט א מורמל ארויס 'on the right side', איך זאג אים טענק יו און איך לויף אהין, וואס זאל איך ענק זאגן, ווען נישט איינער קומט פונקט דעמאלס אראפ פונעם אויבערשטן שטאק וואלט איך נאך יעצט (גוזמא קתני) געשטאנען און עס געזוכט, יא ס'איז טאקע געווען אויף די רעכטע זייט אבער מיט א שטאק ארויף, און דארט אויפן צווייטן שטאק מאכענדיג א לינקס, נאך א לינקס און רעכטס האמיר עס געפונען ב"ה.

ארויפגייענדיג צום צווייטן שטאק ממש פארן ארויסגיין פונעם סטעירקעיס, זענען פונקט אריינגעקומען פונעם אונטערשטן שטאק צוויי גויים, ווען איך בין שוין געווען אויפן וועג צוריק פון ביה"כ טרעף איך די חברה אינעם לאבי אויפן צווייטן שטאק, איינער פון די חברה וואקן אזוי גלייך מיך אנטקעגן און בורזשעט ארויס פון צווישן זיינע ציין, 'Thanks for not holding the door for me'.

איך האב נישט געוואוסט צו איך דארף מיך יעצט שפירן באליידיגט אדער זאל איך לאכן, דא קום איך צו פארן נאך א וועג פון צוויי שעה לשם מצוה פאר אנדערע אידן'ס וועגן (וועלכע ווארטן אויף מיר אונטן אין קאר), לעומת זה ווען איך פרעג דעם גוי א נארישע אנווייזונג ווארט איך נאך יעצט אויף א נארמאלע מענטשליכע ענטפער, און דא ווען דער גוי איז אפגערוקט פון מיר מיט 6-8 סטעפס האלט ער מיר פאר, איך מיין, וואו איז דיין מענטשליכקייט? זעהסט נישט אז ביז 2 מינוט בין איך אויך ביי יענעם טיר, הלמאי דו האלטסט נישט אפן קיין טיר פאר מיר....???

כ'פארשטיי אז ס'איז נישט קיין עקסיוז צו מאכן א חילול השם אדער סתם נישט ביהעיווען ווען מ'איז צווישן מענטשן, אבער עפעס אויסטערלישע מענטשליכקייט ביים גוי??? קאם אן...


הייסט דו זאגסט כל גוים ערבים זה לזה. איך הער.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

טעלעפאן האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:קיינער פרייהט זיך נישט צו א געזונטן זעץ! טריי עס אויס און קום צוריק מיט א באריכט...


אזוי מיינסטו! דער זעץ וועט איר מיטגיין דארט אויבן אויפן וואגשאל... ס׳איז א זכי׳ פאר זיי

אכשר דרא!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז אמת. איידלקייט און חסד זענען צוויי זאכן. האלטן אפען א טיר, נישט עסן אין יענעמס קאר ביי א היטש, און די אלע זאכן וואס סטארבאקס רעכנט אויס אין זיין מאמר "יונגערמאן, ביהעיוו" איז איידלקייט און מענטשליכקייט; ווידעראום דרייוון פרעמדע מענטשן צום שפיטאל איז א אנדערע און פארשטייט זיך א פיל העכערע זאך וואס ווערט גערופן חסד.
עס איז זיכער אז חסד איז וויכטיגער, חשובער און פיל טיפער. ווען די נאציס האבן געהרגעט האבן די פויערן זיך געפרייט, די איידעלע האבן אוועקגעקוקט און געגעבן אזא קרעכץ פון א האלבע מיטגעפיל, און די בעלי חסד האבן פרובירט צו באהאלטן אידישע קינדער אין בוידעם.
ביי אידן איז איידלקייט שוואכער אבער חסד -על כל פנים בתוכנו, שעושה חסד עם חברותיה- איז שטארקער.
איך האב אמאל געזעהן א רעפארטער שרייבט אז ער האט געפרעגט אין אמעריקע דירעקציעס ביי א באס, מענטשן האבן זייער העפליך געענטפערט, אבער ווען זיי האט געזעהן ווי למעשה גייט ער ארויף אויף די נישט גוטע באס זענען זיי ווייטער געווען "העפליך" און עס איז זיי נישט אנגעגאנגען אז ער קומט אן קיין האנונולו בטעות; אין ארץ ישראל איז קיינער נישט געווען העפליך, אבער ווען מען האט אים געזעהן ארויפגיין אויף די נישט גוטע באס האבן מענטשן נאכגעלאפן די באס און אים בידיים אראפגעשלעפט און "נישט העפליך" אנגעשריגן, די ביסטו אויף די נישט גוטע באס, און אזוי האבן מענטשן געמאכט זיכער -אן קיין פאלשע שמייכל- אז ער איז אין די ריכטיגע פלאץ.
ולא פליגי, הא לן והא להו
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קופערניקוס האט געשריבן:איך האב אמאל געזעהן א רעפארטער שרייבט אז ער האט געפרעגט אין אמעריקע דירעקציעס ביי א באס, מענטשן האבן זייער העפליך געענטפערט, אבער ווען זיי האט געזעהן ווי למעשה גייט ער ארויף אויף די נישט גוטע באס זענען זיי ווייטער געווען "העפליך" און עס איז זיי נישט אנגעגאנגען אז ער קומט אן קיין האנונולו בטעות; אין ארץ ישראל איז קיינער נישט געווען העפליך, אבער ווען מען האט אים געזעהן ארויפגיין אויף די נישט גוטע באס האבן מענטשן נאכגעלאפן די באס און אים בידיים אראפגעשלעפט און "נישט העפליך" אנגעשריגן, די ביסטו אויף די נישט גוטע באס, און אזוי האבן מענטשן געמאכט זיכער -אן קיין פאלשע שמייכל- אז ער איז אין די ריכטיגע פלאץ.

דאס דערמאנט מיר א מעשה {וואס איך אליין וואלט עס נישט געגלייבט, ווען נישט איך האלט עס אליינס מיט} וואס איך האב געהאט אין פראקנפורט ג'רמניה.
ס'ממש משוגע, און יענער מוז זיין גאר פאריקט שוין אחוץ דאס אנטיסעמיזם וויאזוי ער האט עס ניטאמאל פרובירט צו באהאלטן ווי א געהעריגער חסר דעה.

איך בין געווען אויפ'ן טרעין מיט א חבר אויפ'ן וועג צום גרויסן פראנקפורטער שול, אונז האמיר געוויסט די נאמען פון די סטאפ וואו אונז וועל מיר דארפן אראפגיין.

שוין, כ'פרעג א שווארצן גוי וואס איז געזיצן דארט דערנעבן ווען יענער סטאפ קומט, ער זאגט אה ס'די נעקסטע סטאפ. ביים נעקסטן סטאפ האמיר זיך אונטערגעהויבן צו גיין, געט זיך א פרוי וואס האט ווארשיינליך געהערט וואו אונז ווילן גיין א רוף אן נישטא! נאך נישט! נאך 2 סטאפס. (זי האט מסטם נישט געהערט וואס דער שווארצער האט אונז געזאגט) איך קוק מיר אזוי אום ווי צו פרעגן: ווער פירט אונז דא ביי די נאז?
די טרעין האט אנגעהויבן פארן ווייטער... און דער שווארצער נעמט זיך שטילערהייט שעלטן או מאכט מיט די הענט ווי איינער זאגט אוי א פלאף! ס'מיר נישט געלונגען!
אן קיין בושה מיט זיין האספולן בליק אויף אונז און אויף יענער פרוי וואס האט חרוב געמאכט זיין אנטיסעמיטישער נארישער קינדער שפיל.
קען מען אזאנס איבערשטייגן?
נישט צום גלויבן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

איך זעה אז מיין מאמר ווערט ארומגעשיקט אין גרויסן דורך אי-מעיל, BBM, וואטס-עפפ, טוויטער, און פעיסבוק בלע״ה. יה״ר אז מיינע ווערטער זאלן עושה פרי זיין. נאר נישט פארגעסן מיטצושיקן א לינק צוריק אהער אין קאווע שטיבל.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

דאס איז אלץ אז מען האט שכל, ווי זאגט מען הני מילי בדאיכא אבל בדליכא איז זייער גרויסע צרות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Starbucks האט געשריבן:איך זעה אז מיין מאמר ווערט ארומגעשיקט אין גרויסן דורך אי-מעיל, BBM, וואטס-עפפ, טוויטער, און פעיסבוק בלע״ה. יה״ר אז מיינע ווערטער זאלן עושה פרי זיין. נאר נישט פארגעסן מיטצושיקן א לינק צוריק אהער אין קאווע שטיבל.

יא. באקומען אויף BBM
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

ראשעקאל האט געשריבן:
Starbucks האט געשריבן:איך זעה אז מיין מאמר ווערט ארומגעשיקט אין גרויסן דורך אי-מעיל, BBM, וואטס-עפפ, טוויטער, און פעיסבוק בלע״ה. יה״ר אז מיינע ווערטער זאלן עושה פרי זיין. נאר נישט פארגעסן מיטצושיקן א לינק צוריק אהער אין קאווע שטיבל.

יא. באקומען אויף BBM


מיט א לינק?
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

קופערניקוס האט געשריבן:עס איז אמת. איידלקייט און חסד זענען צוויי זאכן. האלטן אפען א טיר, נישט עסן אין יענעמס קאר ביי א היטש, און די אלע זאכן וואס סטארבאקס רעכנט אויס אין זיין מאמר "יונגערמאן, ביהעיוו" איז איידלקייט און מענטשליכקייט; ווידעראום דרייוון פרעמדע מענטשן צום שפיטאל איז א אנדערע און פארשטייט זיך א פיל העכערע זאך וואס ווערט גערופן חסד.
עס איז זיכער אז חסד איז וויכטיגער, חשובער און פיל טיפער. ווען די נאציס האבן געהרגעט האבן די פויערן זיך געפרייט, די איידעלע האבן אוועקגעקוקט און געגעבן אזא קרעכץ פון א האלבע מיטגעפיל, און די בעלי חסד האבן פרובירט צו באהאלטן אידישע קינדער אין בוידעם.
ביי אידן איז איידלקייט שוואכער אבער חסד -על כל פנים בתוכנו, שעושה חסד עם חברותיה- איז שטארקער.
איך האב אמאל געזעהן א רעפארטער שרייבט אז ער האט געפרעגט אין אמעריקע דירעקציעס ביי א באס, מענטשן האבן זייער העפליך געענטפערט, אבער ווען זיי האט געזעהן ווי למעשה גייט ער ארויף אויף די נישט גוטע באס זענען זיי ווייטער געווען "העפליך" און עס איז זיי נישט אנגעגאנגען אז ער קומט אן קיין האנונולו בטעות; אין ארץ ישראל איז קיינער נישט געווען העפליך, אבער ווען מען האט אים געזעהן ארויפגיין אויף די נישט גוטע באס האבן מענטשן נאכגעלאפן די באס און אים בידיים אראפגעשלעפט און "נישט העפליך" אנגעשריגן, די ביסטו אויף די נישט גוטע באס, און אזוי האבן מענטשן געמאכט זיכער -אן קיין פאלשע שמייכל- אז ער איז אין די ריכטיגע פלאץ.
ולא פליגי, הא לן והא להו


עס איז אלעס ריכטיג אליבא דאמת, אבער מיר דארפן געדענקען אז אונז ווינען צווישן זיי און צוזען אסאך מאל אנקומען צו זיי (און דאס נעמט אריין אידן, אפילו ארטאדאקסישע, וואס קוקען אונז אן די זעלבע וועג), און זיך אויפפירן ווי עס פאסט.
פארוואס נישט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 12:03 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך פארוואס נישט »

Starbucks האט געשריבן:הייסט דו זאגסט כל גוים ערבים זה לזה. איך הער.

נאופס, איך זאג נישט גארנישט איך פארצייל נאר א מעשה שהי' וואו כ'האב אגב אויך געזעהן די שטארקע מענטשליכקייט ביים גוי...
כ'האב בעיקר געמיינט ארויסצוברענגן וואו ווייט זיי שטעלן א דגוש אויף אפענהאלטן א טיר.

למעשה קופערניקעס האט עס שוין גאנץ שיין מסדר געווען מיט זאכליכע חילוקים ותשחח"ל.
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך Espresso »

Espresso האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:קיינער פרייהט זיך נישט צו א געזונטן זעץ! טריי עס אויס און קום צוריק מיט א באריכט...

אומר ושותה, ווארט געשפאנט אויף די תוצאות.

איך בין דארעך געפאלען די נסיון! איך האב נישט געהאט די הארץ איר צו קלאפען די טיר אין פנים אריין.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווער וואלונטירט צו העלפן ידידינו ר' עקספרעסא ?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

האט איינער דא געלייענט לעצטע חודש אין "דער בליץ" דעם ארטיקל פון חסידים אויפן פליגער??
איך האב מיך געשעמט צו באלאנגען צו דעם פאלק... בזיונות עצומות!!!
מען דרייט זיך און פרייט זיך, ווי ביים טאטן אין וויינגארטן....
פארוואס, רבש"ע? יונגערמאן, ביהעיוו!!

ווער געדענקט נאך די זיסע צייטן פון יענטאאש'ס ארטיקל איבער דעם נושא??
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=32871#p32871
וירח ה' את ריח הניחוח
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

דו מיינסט די מעשה מיטען רב וואס האט אויפגעבלאזען די לייף וועסט אין טוילעט?
אוי האב איך געלאכט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:האט איינער דא געלייענט לעצטע חודש אין "דער בליץ" דעם ארטיקל פון חסידים אויפן פליגער??
איך האב מיך געשעמט צו באלאנגען צו דעם פאלק... בזיונות עצומים!!!
מען דרייט זיך און פרייט זיך, ווי ביים טאטן אין וויינגארטן....
פארוואס, רבש"ע? יונגערמאן, ביהעיוו!!

ווער געדענקט נאך די זיסע צייטן פון יענטאאש'ס ארטיקל איבער דעם נושא??
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=32871#p32871

שקויעך פאר'ן לינק. איך האב געלאכט אזוי הויעך אז דער שכן האט געוואלט אראפקומען זעען צו איך בין ל"ע יצא מדעתו. פון ווי ווייסעך אז ר'האט געוואלט. ווייל ר'איז טאקע געקומען .
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

שמעקעדיג האט געשריבן:האט איינער דא געלייענט לעצטע חודש אין "דער בליץ" דעם ארטיקל פון חסידים אויפן פליגער??
איך האב מיך געשעמט צו באלאנגען צו דעם פאלק... בזיונות עצומים!!!
מען דרייט זיך און פרייט זיך, ווי ביים טאטן אין וויינגארטן....
פארוואס, רבש"ע? יונגערמאן, ביהעיוו!!

ווער געדענקט נאך די זיסע צייטן פון יענטאאש'ס ארטיקל איבער דעם נושא??
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=32871#p32871


נו פארוואס גייסטו נישט אריבער מיט 'שטאלץ' צו דעם פאלק?

http://www.local12.com/news/local/story ... OAXZw.cspx
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

וועלכע פאלק איז יענער?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

יידל האט געשריבן:וועלכע פאלק איז יענער?


קוקט נישט אויס ווי אן אולטרא ארטאדאקס, כ'מיין די וואס האלטן נישט אפן די טיר פאר די אריער.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

עס דערמאנט מיר דעם מעשה מיט יענעם רבי׳ וואס האט זיך אריינגעזעצט אין פליגער מיט א פושקע הערינג און אייער קיכלעך און זיך גענומען צום עבודה. א אינגערמאן וואס אנוועזענד געווען, איז צוגעגאנגען צום רבי׳ן מעורר זיין, אז די הערינג איז מעלה עשן אינעם גאנצען פליגער און עס קען אפשר זיין א חילול השם... דער רבי׳ ברוב תאותו האט א קרעכץ געטאן... נא... איך זאג דאך פאר קיינעם נישט אז איך בין א איד...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קפנדריא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:וועלכע פאלק איז יענער?


קוקט נישט אויס ווי אן אולטרא ארטאדאקס, כ'מיין די וואס האלטן נישט אפן די טיר פאר די אריער.

ווייסן מיר שוין איינס פון טויזנט פעלקער וואס יענער איז נישט. 999 צו גיין.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט