היימישע מייקרי שער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

איך מיין ס'הערשט א שטיקל צומישעניש דא, בעפאר די גוי'שע חגאות, צב"ש קראצמעך, קען מען באקומען די יאצמעך ביימער פאר ביליג? צי די קאלירטע לעמפעלעך? ניין, ווייל דעמאלס איז דער סעזאן דערפון, אוודאי וועט 'וואלמארט' אדווערטייזן אז זיי זענען ביליגער ווי אנדערע, און יעדער וועט טרעפן עפעס א 'ניטש' וואו צו קענען ווייזן עפעס א ספעשל, אבער בכלליות די סיזאנעל אייטעמס זענען נישט ביליג דעמאלס. דאס זעלביגע מיט וואונט קארטלעך, די וואונטש קארטלעך זענען בכלל נישט אויף סעיל נישט בעפאר קראצמעך און נישט בעפאר זייער ניי יאר, ווייל יעצט איז דער סעזאן, און די ביזנעס מיינד זאגט אז יעצט מאכט מען געלט אויף דעם/די אייטעמס אפילו ס'איז טייער.

וואס יא? העמדער, טעלעוויזיע און VCR, דאס וועט זיין צו באקומען חצי בחנם, ווייל דער ביזנעס מיינד זאגט אז יעצט איז דער עולם הונדעריג פאר גוטע שאפינג, און מ'שטעלט ארויס כל דכפין פאר סעיל.

להבדיל ביינ'ונז איז אויך דא גרויסע סעילס, [נישט אויף די פארנעם פון די דעפארטמענט סטארס וואס פארקויפן פאר מאסן מענטשן, און מאכן זייער געלט אין גרויס קוואנטיטי], אבער אתרוגים בעפאר סוכות איז נישט אויף סעיל, אדער אפילו נוי סובה איז אויך נישט אויף סעיל, אדער מצות בעפאר פסח איז נישט פאר סעיל.

אבער טישן און בענק פאר די סוכה איזא סעילס מיט קאנקורענץ, און בעפאר חנוכה איז נישטא קיין מנורה סעיל, ס'איז אבער יא דא א ריזיגע 50% אף קאוט סעיל, און '30% אף' שיך סעיל לכבוד חנוכה, אא"וו.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

או איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן, דא ביי אונז מבול'ט פאר דריי טעג און א צי, און איך האב נישט געהאט לעקטער עטליכע שעה היינט.

מיינע סיבות פארן קויפן מאשין מצות איז נישט קארגן אדער שפארן געלט, הויכגעשעצטע קאווע טרינקער, דאס ביסטו מסכים מיט מיר אז עסן מאשין מצות איז א מחלוקת הפוסקים, ריכטיג צאנזע רב איז געווען צאנזע רב, איך מוז אבער נישט אנעמען וואו אים, פונקט וואו רוב וועלט האט נישט אנגענומען די פינעף שעה מיט אביסל מינוט, צווישן פליישיג און מילכיג, אדער היתר מכירה פאר א גוי אויף שבת, דאס האט וואו ווייט איך ווייס קיינער נישט אנגענומען.
אין אונגארן האבן אסאך מקפיד געווען צו עסן דוקא מאשין, זיי האבן געהאלטן ס'איז מער מהודר.

וועגן געבראקטס, ס'איז נישט קיין חמץ מ'מעג עסן געבראקטס פסח, דו ווילטסט נישט ווייל ס'איז א חומרא וואס דיין זיידע האט אנגענומען, איינער וואס עסט געבראקטס איז נישט חייב כרת, און ער האט נישט עובר געווען אויף בל יראה ובל ימצא, איך פאר מיר עס איך נישט, אבער איך לאז מיינע קינדער טוען וואס זיי ווילן.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

הרב קפנדריא שליט"א, מיט די לעמפלעך און ביימער האב איך נישט קיין מושג וויפיל עס קאסט, אבער נעם א חגא וואו טענקסגיווינג, ווען אלע פרעסן אינדיק (טערקי בלע"ז), דו האלטסט אז לכבוד החגא גייט די פרייז ארויף מיט 25 פראצענט, אדער ביליגער מיט 25 פראצענט.
א חגא וואו ליל כל הקדושים איך מיין אויף ענגליש האלעווין, ביי זיי פארשטעלט מען זיך, האלטסט אז זייער קאסטומס ווערן ביליגער אדער טייערער דעמאלסט.
יולי 4, די אמעריקאנע טאג פון אינדעפענדענס, ווען האלב אמעריקע בראט פלייש אויף די מאנגאל, און מ'פרעסט אריין אין איין טאג, וואס מיר דויערט א וואך צו עסן, איז אויך דא ספעשל סעילס.

איך רעד נישט פון נושאי כלים, נאר פון די זאך אליינס, נעם א פסח ווען וויין\גרעיפ זשוס גייט אויס אין די דאזענס, ביי יעדע דורכשניטליכע משפחה, איז דאס נישט ביליג, לאו דוקא עס ווערט טייערער לכבוד יו"ט, אבער גרויסע מעגא סעילס אויף גרעיפ זשוס איז נישטא כמעט. לאמיר לאזן מצות אין די זייט.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
פארשפארט