א שווערע סוגיא אין הלכות ביטול עכו"ם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

א שווערע סוגיא אין הלכות ביטול עכו"ם

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער הייליגער אויסגאבע "דער איד" וואס כלשונו פון די פאשקעוויל וואס די גודרי גדר ועומדים בפרץ האבן געשריבן דעם יום טוב איז זי אנדערש פון די מאגאזינען ווייל "עס איז פיל מיט מוסר און איז געשטעלט צו פירן א מלחמת חרמה מיט ציונות", האט זיך שטארק אפגעלערנט פון די נייע פרומקייט פון דער שטערן, און זיך אויך מיטגעכאפט אויפן קנאישן באן און אויפגעהערט לייגן בילדער פון גויים.
אז אבאמא האלט א גרויסע רעדע וועט זיין א בילד פון א שטענדער, און נישט חלילה פונעם עצם רעדנער, ווארום אויב קינדער וועלן זעהן אבאמא וועלן זיי אפשר וועלן ווערן שחורים, ועוד חששות חדשות כיד החידוש הטובה על יצחק שטערן, מנשה פילעפ, מיילעך שטערן, הערשל קלאר מרדכי בריל ושאר קדושי ארץ מלסטרי ילדים מצוקי תבל.
אבער בליקנדיג אין די צייטונג זעה איך אז אויב איז דער גוי ארומגענומען פונקט מיט געשוואלענע פרצופים פון אידישע א.ג. אסקאנים ווערן אויטאמאטיש זייערע פרצופים אויסגעגליט און געכשרט און מותר לבוא בקהל.
אלזא אבאמא אליין איז כאזער טרייף, אויב אבער זעהט מען די דיפרידו פאות און רונדיג פענימל פון שר העסקנים ואבי השתדלנים רבי אברהם יעקב שליט"א ווערט ער אזוי ווי בטל חד בחד.
די שאלה איז נאר אויב חלילה וואלט געווען אבאמא אינאיינעם מיט זשעק לו זיין שטאב הויפט - אן ארטאדאקסישער איד וועמענס בילד איז לכאורה אויך טרייף צוליב וואס ער רייסט נישט קיין קליין פארשטינקען בילקע ביי שאלעשידעס- אינאיינעם מיט די דיפרידו פאות, וואלט לכאורה שוין נישט געטויגט, ווייל דעמאלטס וואלט דיפרידו בטל געווארן חד בתרי.
אדער אפשר האלטן זיי אז א איד איז א בריה, מה שאין כן א גוי איז ווייניגער ווי א בריה, נאר ליבערשט ווי א שטיקל ראץ וואס האט קיין אחיזה אין מציאות נישט.
די שאלה איז מער, אויב למשל דער מאנטיפיורי בדורנו ווערט פסול, נניח, די נסיונות הזמן ברענגען און ער ווערט אן ארוני חלילה, וועט די בילד ווערן צוריק פסול ? צו ארבעט עס רעטרא-אקטיוו?
מער פון דעם: בדרך כלל זענען די גויים ערלים עכו"ם טמאים אין שעיפ, ווארום, זיי ווייסן נישט אז ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז א הלכה ואין מורין כן און מיט זייערע גויאישע קעפ גייען זיי אין עקסערסייז צענטערן וואס ביי אונז איז כמעט בגדר פרעס טראק, נו, על כן איז געווענליך דער גוי דארער וועט אייביג ר' אברהם יעקב זאל זיין געזונט, אדער רבי נפתלי משה אינדיג, אדער ר' יאנקל איצקאוויטש זיין דער רוב מבחינת המשקל, ווי וועט אבער זיין ווען א קליינטשיג אידל לאמיר זאגן א שטייגער ר' יודל ליכטנשטין טרעפט זיך מיט לאמיר זאגן גאווערנער קריסטי, איז די שאלה בתר משקל אזלינן והתמונה טריפה, או בתר חשיבות אזלינן ומי מנה עפר יעקב זה נשמת ישראל?
נאך א שאלה, א טויטער איד איז ער מכשיר א בילד? והשאלה הוא כדלהלן: הקדוש רבי מארטין יחיאל מיכל יעקב גראסמאן האט מען געמעגט לייגן א בילד אינאיינעם מיטן גוי טמא וואס היט אים אין טורמע, ווייל הרב גראסמאן זצ"ל האט מכשיר געווען דאס בילד, די שאלה איז צו מען וואלט געמעגט לייגן א בילד ווי רבי מארטין ווערט געטראגן על קידוש ה', והשאלה הוא אם בשעת מיתתו, גברא קטילא אם מבטל את טומאת העכו"ם.
והאמת הוא כי יש עוד הרבה לעיין בסוגיא דא, אולם מי אנו לפסוק בכגון דא, דבר זה מסור בידי חכמי הדור, והלוואי ולשכת הבד"צ יקדיש זמן ללבן את הענין לעומקה ולרחבה
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

Re: א שווערע סוגיא אין הלכות ביטול עכו"ם

שליחה דורך ברוין »

הכל מודים, ווען קופערניקעס צופירט זיך די הענט באלעקן מיר זיך די פינגער.
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: א שווערע סוגיא אין הלכות ביטול עכו"ם

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

אייזן.....
די גארדס טאר מען נישט זען פיקטשורס, פון מארטיןו גראסמאן יא....
די וואג פון די עסקנים
אוי שרייבסטו גוט, ווי וואונט מאור!
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: א שווערע סוגיא אין הלכות ביטול עכו"ם

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

[quote=" קדושי ארץ מלסטרי ילדים מצוקי תבל.[/quote]
א מין טיטעל? אפילו נחים ראזנבערג איז עס נאכניטשט איינגעפאלען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין די זעלבע נושא פון הלכות ביטול עכו"ם וויל איך מציע זיין א נייע שאלה, און אפשר וועלן די היזיגע חכמים מיטן כחא דהיתרא וואס גייט דא פאר ב"ה אויף א שטארקן אופן, טרעפן א מקום להקל:
כידוע ליודעי חן איז מען ביינונז, ביי די ברכיים אשר לא כרעו לבעל ולאשה, זייער מקפיד אויף לא תעשו לך פסל ותמונה, און די קינדער ברענגען אהיים פון חדר-סקול צעטלעך פון אן אפשערן יונגל זעהט מען בלויז א קאפ האר, ווען מען וויל מאלן א חתונה שיקט מען א בילד פון א טרומפייטער (אן נעמען אין באטראכט אז די תקנות לויטן אז מען מעג בלויז האבן א פיאנא).
קומט אלזא אויס אז לכבוד פרשת שמות זעהט מען א קעסטל שווימען אין וואסער, אבער דאס קעסטל איז ליידיג, קומט דאך אלזא אויס אז מען זעהט נישט דעם נס.... און שטעלט אייך פאר אז בתיה בת פרעה'ס הענט ציהט זיך אויס בלוזי ארויסצושלעפן א ליידיג קעסטל, כ'מיין, ס'איז וויכטיג צו רייניגן די וואסערן פאר די ענווייראמענט און צו סעיוון די פלאנעט אבער עס איז דאך פארט א שטיקל לא עביד ניסא למגני...
פרשת בשלח וועט מען זעהן די בילדער ווי די וואסער שפאלט זיך פאר א באנדע אומזעהבארע רואה ואינו נראה'ס - רבי לייב שרה'ס...
וואסארא פנים האט דאס?
איי פרעג א קושיא פארוואס עקשנען זיך די מוסדות? יא, לא תעשה לך פסל איז הארב, אבער מיט לא תרצח האב מיר זיך נישט אנייעצה געגעין? ערכאות האבן מיר נישט מתיר געווען?
און שטעלט אייך פאר אז עס איז דא א רעגירונג פראגראם וואס צאלט פאר די מוסד פער פיקטשער וואס זיי טיילן אויס, צו דעוואלאפן די וויזשואל אביליטיס פון אונזערע קינדער, וואלט דאך יעדעס קינד באקומען טויזנט פיקטשערס א טאג, און פארשטייט זיך אז ווען די אינספעקטאר קומט וואלט מען געגעבן פליישיגע פיקטשערס פאר לאנטש...
אבער איך האב אן עצה: א פיקטשער פון רבי'ן, מיט רבי חיים שלמה פישערן שגל לימינו מעג מען דאך, והא ראיה, אז אין די ארגאן פון די אומאפהענגיקע אדער כ'ווייס-וויאזוי-זיי רופן זיך, איז דאך אנגעפילט מיט צורת קדשו מיט און אן דיפרידו. אין אלע סארט פאזיציעס, בעקישעס, שטעקענעס און גרימאסן.
ביים צד שכנגד איז דאך די בילדער אויך נאר אסור אויפן רבי'ן, אבער די מסיבה, דהיינו, משה גבאי פון אונטן, ר' נחמן שטויבער דרימלען ביי די זייט און ליפא קוקן אויפן בלעקבערי פון די אנדערע זייט - מעג מען דאך. נו אויב אזוי קען מען דאך נעמען א בילד פונעם צדיק, צו פון איינער פון די העם הנאספים און דאס קאפיען און נוצן אלס אן אילוסטראציע פאר משה רבינו, פרעה, המן, דמה בן נתינה, אייכמאן, יוסף אשכנזי, קאסטנער און אזוי ווייטער און דאס אריינשטעקן אין אלע בילדער פאר אונזער קינדער!
משה רבינו'ס קאסטן און פרעה'ס שטול מוזן מער נישט בלייבן ליידיג, און די פערד פון מרדכי הצדיק מוז נישט בלייבן דרייווערלאז און ליידיג, זאל ר' אהרן'ס פרצוף זיצן אין וואגן און איינער פון די אנדערע אפטע בילדער אין בלאט, כגון יצחק ראזנבערג, ביים פערדל!
די זלונים קענען טון בעסער, זיי קענען לייגן משה'לע גליק אויפן פערד, און מה שאין כאן די ראלע פון המן'ען מיטן ככה יעשה לאיש מייקראפאן, קען מען לייגן משה'לע גליק, וכבר היו דברים מעולם.

בין איך נישט גערעכט טיייערע קאווע שותפים?
וואס גייט עס מיר אן? ווייל די חינוך הבנים ברענט מיר, ווי דער רבי פלעגט זאגן משיח וועט ווייזן מיטן פינגערל.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

קופערניקס ביסט געוואלדיג ריזיג, האסט מיר געמאכט לאכען אין גרינעם פארעגענטען פארכמארעטען דינסטיג!!
זיי ממשיך אונז מחיה זיין, מיין קאפ דרייט זיך פון אזאלעכע גוטע איינפעלער :lol: :lol: :lol:
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ALERT
קאווע באזוכער וואס זיצן צווישען מענטשען, ווי למשל: אין א אפיס וכדומה. ובפרט ווען דער בעל-באס זיצט אויך נישט ווייט, ווערן געבעהטן נישט צו ליינען קופערניקוס'ס מאמרים. ס'איז ממש א סכנה. מבשרי אחזה, מיין נאז האט נישט געקענט דערהייבן די גלעכטער, און די מויל מיינע האט זיך אן-בחירה גע'עפנט ברייט און ארויסגעלאזט קולות וברקים, מיין קאווע האט געשפריצט אויף אלע זייטן... איך זאג גארנישט, just גיב אכטונג, און טראכט צוויי מאל...

קופערניקוס. א ווארט וואס זאגט אלעס.
Under influence
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עסן עסט'זיך האט געשריבן:[quote=" קדושי ארץ מלסטרי ילדים מצוקי תבל.

א מין טיטעל? אפילו נחים ראזנבערג איז עס נאכניטשט איינגעפאלען[/quote]
דער בהמה און חי' קען נישט אזוי גוט שרייבן. זעה זיינע בהמישע געשרייבעכץ. סיי אויף אידיש און סיי ענגליש. ס'האט די באבע'ס טעם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו קופערניקוס

שליחה דורך berlbalaguleh »

כ'האב געוואלט שרייבן א תגובה בלשון שאלה צו די לעצטע שורה פון דיין צווייטן מאמר. נאר כ'האב מורא אז די הנהלה וועט עס נישט אדורכלאזן. וד"ל
דיינע מאמרים זענען מתוק מדבש, שפתיים ישק, און כמים קרים על נפש עייפה. כן ירבו.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

קופערניקעס, האסט מיך דער'הרג'עט :D

כ'בין נעבעך געזעצן צווישן מענטשן ביים לייענען דיינע בעי רבי ירמי'ס. דער עולם דא ווארפט אויף מיר זייטיגע מיטלייד בליקן. (נעבעך. כהאב געהערט ער איז לעצטנס געווען אונטער א סך פרעשור.)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האף איר פארשטייט אז קופערניקוס איז נישט גלאט אזוי א לץ וואס טרייבט ליצנות על דא ועל הא, כ'דארף דאך טון שידוכים, וויל איך זיך דא מתנצל זיין, כדי צו ראטעווען מיין אימעדזש...

 אבער באמת. מיינע מאמרים האבן אין זיך אמתע נקודות, נאר אנשטאט זיי עפענען ווי אקעדעמישע ווערק אדער אזא "ידען" סטיל אשכול אונטערן נאמען "איך שעם זיך צו פרעגן" שרייב איך זיי מיט א הומאריסטישן בליק, און גענוי ווי די אידן האבן אייביג ארויסגעברענגט ריכטיגע זאכן מיט הומאר, פרוביר איך צו שטופן רעיונות מיט א וויץ.

יא איך ווייס אז ק"ש מיינט קאווע שטיבל, איך מאך ליצנות פון היפאקריטסווע דורך עס איבערטרייבן און אויסטון נאקעט. זיצן אידן אין די כלומרשט הייליגע איי וועלט און האבן נישט וואס צו שרייבן ווייל די כשרונות זענען ביי אונז, אבער אנשטאט געבן קרעדיט געהעריג מאכט מען אזא קינדער שפיל פון ראשי תיבות. מיינע  ליצנות'ן איבער די הונדערט סומאטאכע בלעטער איז געווען אן אומגעלונגענע פרואוו צו פארטרייבן די סומאטאכע דיבוק פון די קליינע פינגער פון די פיס, און בארוהיגן די מטורף'דיגע סומאטאכע האליקערס. ולא עלתה בידי, סומאטאכע איז ליצנות פרוף.

און ועתה על של עתה, אנשטאט ארויסברענגען מיט ווייטאג, האב איך אויסגעטון נאקעט די היפאקריטסווע אז מוסדות זענען פרום ווען עס קומט צו מאכן נארמאלע ביכלעך פאר די קינדער, דארטן איז מען מקפיד אויף בילדער ; און ווען עס קומט צו פראפאגאנדע און חנופה נוצט מען די בעסטע פאגראפירער און גראפיקער.

אנשטאט פארפירן פארוואס די חברי וועד המוסדות וואס מאכן די קאלירטע בראשורן מיט די בעסטע דריי דימענסיע מחזות, זענען געווענליך קילע, נגידישע, עולם הזה אידן וואס פארשטייען די וועלט, און די מנהלים רוחניים וואס מאכן די רבי בנימין הערש סטיל ביכלעך זענען פארגעלטע ציציצת אידן וואס לעבן נאך אינעם ווייטן סענדז סטריט.

נו, לאמיר דארפון טרייבן ליצנות, והליצים ילוצצו כזוהר הרקיע, וצדיקים ילוצצו בה ופושעים יקשלו בה.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א שאד קופערניקוס האט נישט געהאלטן די מוסר דרשות ביי אונז אין ישיבה נוסח קופערניקוס...
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

אמאל האט יעדער געהאט א מוכיח וואס פלעגט איהם מוסר זאגען אויף זיין אייגענעם שטייגער, היינט איז ר' קופערניקוס די מוכיח פון ק"ש (קרעטשמע?).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו קופערניקוס

שליחה דורך berlbalaguleh »

תגובה למאמר שלישי באשכול: ערשטנס. א יישר כח. יעדער מאמר איז געואלדיג. ס'איז מחי' נפשות. דער טעם פארוואס ס/איז אזוי דערפרישנד צו ליינען דיינע מאמרים איז ווייל ס'געט א בילד פון'ם מציאות מיט אלע פאלשע פרומקייטן, דומהייט און בהמישקייט וואס זענען א רעזולטאט פון וישמן ישורון ויבעט פון די יושבי ראשונה במלכות. מ'מיינט אז ס'איז די אלטע צייטן ווען מ'קען אלעס איינרעדן פאר'ן עולם. מ'קען אליין זיין פון די עושי מעשי זמרה און נאך זיין א מבקש שכר כפינחס.
פארשפארט