א מעשה פון א פריפעטשיק.

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

א מעשה פון א פריפעטשיק.

שליחה דורך פעדער »

‎(ניגון – למרנן ורבנן . אין אלע וועגן - מיכאל )

3 איי איי איי, אין אלע וועגן
כסדר מען טוט פרעגן
וויזוי גייט עס ביי דיר אין פרנסה
מ'ארבעט און מ'הארעוועט.
מ'טרייט און מ'שנארעוועט .
א הוצאה א הכנסה
3 וואס טוסטע וויזוי גייט'עס?
איך ארבעט שווער איך פייט'עס.
וויפיהל איז די אינקאם . וויפיהל איז די דעבט'ס
איך ארבעט אויף יענעם
א עושר יעדער קען אים
ער איז האפענטליך א ביינדל א פעטס
3 ביי על כן נקווה
אין מקווה און ביי די קאווע
אין שוהל יעדער פלוישט
אין גאס אלעס רוישט
יעדער איינער ביזי
קיינמאל מיד און דיזי
אמאל פארדינט מען. און אמאל אנטוישט
יעדער איינער יאגטצעך .
יעדער איינער פלאגטצעך
א קאר. א לאון. מ'דארף די גאנצע וועלט
א מעשה'לע הערטס צו .
פארשפארט'ס אייך ס'גאנצע מיה.
ס'איז מסוגל צו מאכן אסאך געלט
---------------------

1 געווען א איד אין שוהל
געדאוונט אזוי פיהל
דער פון אויבן זאל אים געלט צושיקן
סידורים מאכט ער נאס
טרערן א גאנצע פאס
מיט געוויין טוט זיך אזוי שטיקן
1 דריי נישט קיין שמיטשיק
ס'דא א מעשה מיט א פריפטשיק
גאט. הער אויף צו מוטשענען און נאגן
א דיהל כ'טוה אנטראגן
צדיקים האבן פארגעשלאגן
א מעשה יעדן מוצאי שבת זאלסטו זאגן.
-------------------------------------------------
2 דער בעל שם טוב זכותו יגן
צוויי חסידים געטוהן פארמאגן
איין טאג זיי קומען
מיט געוויין טוען ברומען
זיי דארפן ביידע חתונה מאכן זיי האבן נישט קיין געלט
דער ערשטער וויינט ער האט אן אלטן טאכטער
כ'בין ארים ווי די נאכט שרייט ער א צוקאכטער
כ'האב דאך נישט קיין פרוטה
העלף מיר, רבי גוטע
כ'זאל איר קענען חתונה מאכן בזמנה ובעיתה
2 דער צווייטער וויינט ווי א קראקאדיל
דער רבי האט דאך רחמנות אזוי פיהל
ער ריטש'ט שוין די דרייסיג
ס'איז מיר זייער בייסיג
געלט אויף א נדן האב איך 'ניל'
וואס'עט זיין? זיי וויינען און זיי קרעכצן
זיי טוהן דאך אויף א פרוטה לעכצן
דער ערשטער איינגעבראכן
אינגאנצן צוקראכן
ער וויינט און ער קרעכצעט ס'איז יו"ט אינדערוואכן
-------------------------------------
3 דער רבי זאגט אים הער אויס
ס'איז דא א אויבן אין יענע הויז
גיי דארט אהין און פאנג אהן צו גראבן
הונטער דעם אויבן דערינען
א אוצר וועסט געפינען
א נדן גענוג וועסטו פונדעם האבן
3 דער אידל אפגעדאנקט האטצעך
אויפ'ן וועג ארויס לאטצעך
ער שפרינגט פון פרייד, אויפ'ן בשורה
דער רבי אנוואונטשן טוט
דער אידל פרייליך איז דערמיט
ארויס פון דארט מאכט ער גרויסע טריט
---------------------------------------------
1 דער צווייטער נאך ברעטשעט
וויינט און ער קוועטשעט
ער דארף געלט 'איך וויל נישט גיין לריק'
די רבי אים פארטרויעט
א אוצר פאר דיר הויערט
אין יענעם שטעטל אונטערן גרויסן בריק
דער אידל נאכנישט זיכער
1 דער רבי זאגט אים גיכער
גיי פון דאנעט! און הייב אהן גראבן טיף
דער אידל הייבט די פיס
פרייליך שטארק גאר איז
מיט א לויב צום בורא געט א רוף
-----------------------------------------
2 ביידע האבן דעם רעבין געטוהן פאלגן
די מעשה האט אבער געהאט אנדערע פאלגן
ביידע טוהן שוויצן
שאוולען טוען זיי נוצן
זיי טרעפן אבער גארנישט זיי שעלטן און זיי טריצן
2 צום רעבין צוריק, זיי טוען זיך גלייך דרייען
זיי טרעפן זיך צוזאם, ווען אויפ'ן וועג זיי גייען
פארוואס טוסטו דא וואנדערן?
פרעגט איינער צו דעם אנדערן
זיי האבן זיך ביידע אלעס פארציילט
------------------------------------
3 רופט זיך אן איינער
כ'האב אן אויוון מיט שטיינער
ביי מיר אין הויז ליגן כ'וועל גיין דארטן גריבלען
אפשר ליגט אן אוצר דארט
וואס דארף איך זוכן אויף אן אנדער ארט
וואס פעהלט אויס דאס מיטשענען און איבלען
3 זאגט דער צווייטער ביסט גערעכט
זאגסט אן עצה גארנישט שלעכט
כ'האב ביי מיר אין שטאט א בריק גאר א פעסטע
כ'וועל גיין דארטן גראבן שוין
אפשר דארטן ליגט מיין לוין
דאס איז טאקע, דער פלאן דער בעסטער
--------------------------------
1 ביידע אזוי געטוהן
געגאנגען אהין
געטראפן טאקע דארט אן אוצר ליגן
זיי האבן אבער שאלות
ס'קומט זיך מיר נישט אלעס
ווייל אדאנק מיין חבר האב איך עס געקריגן
1 זיי טראכטן נישט קיין סאך
צום בעל שם גייען גלייך
ער האט דאך זיי, געטוהן מאכן רייך
זיי טוען אריינקלערן
א האלבע מיר דארפן שערן
ווייל איינער פון צווייטן, די עצה געטוהן הערן
---------------------------------
2 דער בעל שם פסקנט תיכף שארף
זיך משדך זיין צוזאמען מ'דארף
דער א בן . דער א בת.
א נדן געבן שווארץ אויף ווייס
אזוי וועט מען צעטיילן דעם גאנצן גאלד-זאפאס
מ'שפיהלט . מ'זינגט . און מ'טאנצט זיך הארע
א שיינע שידוך קעניינע הארע
דער מוסר השכל
פארשטייט יעדער בר תשכיל
זוכט'ס נישט ביי יענעם ס'איז ביי אייך אליין
--------------------
3 קוק נישט ביי יענעם
דארט איז א גיהנום
יענעם גראז איז גרינער . ס'זעהט אזוי אויס
קוק ביי דיר אין קעכל
אין דיין אייגן לעכל
א אוצר, וועסט געפינען ביי דיר אין הויז
3 וואס יענעם געהערט
איז יענעם באשערט
ווער נישט געשטערט
פונוואס מ'זעהט און מ'הערט
דער פון אויבן תפילה הערט
ביטחון פונדיך באגערט
ער דיך נערט
זארג דיך נישט 'דו פערד'!!
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: א מעשה פון א פריפעטשיק.

שליחה דורך א איד »

ס'איז צוויי אנדערע מעשיות
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[NAMELESS]

Re: א מעשה פון א פריפעטשיק.

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך שיין.
איז דאס א hobby אדער די מאכסט די הערליכע ווערק פאר עפעס א צוועק ווי בדחנות וכדומה??
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

Re: א מעשה פון א פריפעטשיק.

שליחה דורך פעדער »

דערווייל א האבי.
[NAMELESS]

Re: א מעשה פון א פריפעטשיק.

שליחה דורך [NAMELESS] »

פעדער האט געשריבן:דערווייל א האבי.

ממש הערליך. איך האב מיך אונטערגעזינגען די ניגין וואס די האסט באפוילן. און די ווערטער ליגן הערליך אריין אין די ניגון. האסט א געוואלדיגע טאלאנט.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

Re: א מעשה פון א פריפעטשיק.

שליחה דורך פעדער »

א דאנק! און ווייסט וואס כ'על דיר זאגן. אז דו האסט געקענט גענוי מכוון זיין און צופאסן דעם ניגון, אזוי ס'זאל קלאפן אויפן ביט אהנעם מיך עס הערן זינגען פארמאגסטו אויך א געוואלדיגע טאלאנט. :)
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: א מעשה פון א פריפעטשיק.

שליחה דורך א איד »

די מעשה פון ר' אייזיק ר' יעקלס
מיט די מעשה פונעם בעש"ט וואס פעדער זינגט - און מ'דערציילט עס מוצאי שבת, זענען צוויי אנדערע מעשיות!
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: א מעשה פון א פריפעטשיק.

שליחה דורך א איד »

ביידע איז פון אן אויוון און א בריק

איין מעשה איז פון ר' אייזיק ר' יעקלס, אז ער האט געלומט אז נעבן פראג אונטערן בריק, איז דא אן אוצר, ווען ער איז אנגעקומען דארט און געוואלט גראבן, האט עם דער שומר פונעם בריק אפגעשטעלט, און געפרעגט וואס ער טוט דא, האט ער פארציילט פון זיין חלום, האט זיך דער שומר צולאכט און געזאגט, אז ער האט אויך געחלומט די נאכט, אז אין קראקא אין די שטוב פון ר' אייזיק ר' יעקלס, איז דא א אוצר אונטערן אויוון, אזוי ווי ר' אייזיק האט דאס געהערט, איז ער אהיים געגאנגען, און געגראבן, און געטראפן דאס אוצר.
דער היייליגער ריזשינער פלעגט זאגן אויף די מעשה, פון דעם לערנט מען זיך ארויס, די ענין פון פארן צו א צדיק, צו געוואויר ווערן, אז דער אוצר ליגט ביי זיך אינדערהיים.

די צווייטע מעשה איז וואס מ'דערציילט מוצש"ק, אז א איד איז געקומען צום בעש"ט זיך אויסרעדן אז ער האט נישט קיין פרנסה וכו' וכו', קוק אין פעדערס תגובה.


לגבי קרקאדיל טרערן, פאר א גראם איז עס זיכער גוט צו נוצן.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

איך האב געזען דעם מעשה אין פישעלע'ס בלעטער, האב איך מיר געיאגט ארויפצוברענגען די גראמען דערפון, עס מחדש צו זיין.
פארשפארט