מזל טוב!! מזל טוב!! איך געב קידוש דעם שבת

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

מזל טוב!! מזל טוב!! איך געב קידוש דעם שבת

שליחה דורך בונעס איירעס »

מיינע טייערע פריינט און קרובי משפחה, מזל טוב! מזל טוב! איך געב קידוש די וואך

וואס איז?

הערט א מעשה

ביי מיר אין שטוב קומט פאר א ווערטשאפט פונקט אווי אין אלע אידישע הייזער, ס'דא די בני בית ארבעט א גאנצען ליעבן טאג מיט די וועש מען טוט דאס אפוואשן דערנאך אפטריקענען כדי דאס הויז געזונט זאל זיך נישט דארפען דרייען בארוועס אויף די גאסן, אויב פעילט אויס טוט מען גאנץ אפט אפביגלען עפס מלבושים (די העמעדער מיינע האט שוין די רעבעצען אויסגעפירט גענוי מיט א 8 יאר צוריק, פאר די עלסטע מיינע איז ארויס לאור עולם, בערך די צייט ווען איך האב געמאלדען די עלטערן מיינע איבער דעם גליק, אז סאיז דא גוטע בשורות (גענוי מיט דעם לשון ווי דער חתן רבי האט מיר פארטרויערט דעם קאוד) איז שוין דעמלס אויסגעהאמערט געווארן אז דער קלינערס פירט די הויז ווירטשאפט מיט די איינע זאך!) און אזוי טוט מען גרייטען סאפער פאר דאס געזונדל, אמאל מילכיג און צומאל א פליישיגס, אמאל עפעס שנעל פון פריזער ארויס, און אפי' אמאל עפעס פענסי, דערנאך דאס געשיר אפוואשען, און וואס נישט? מיט אלץ וואס א יודיש פארפארעט שטוב פירט זיך…

אויסער אלעם, איז פארהאנען ביי מיר אין שטוב נאך איין גאר וויכטיגער באשטאנדטייל וואס שפילט א וויכטיגען ראלע אינעם טאג טעגליכען ווירטשאפט,
אין ווינקעל פון מיין קיך איז דא א לעכעל אריינגעגראבען אונטער דעם קאבינאט, וואס דערינען געפינט זיך א שווארצער מיטלראנגיגער קיבעל (קאטעינער) און סיי וואס סאיז שוין נישט ניצבאר ביי מיר אין שטוב, זאל דאס זיין אפגעגעסנע באנאנע שאלעכטס, צו איז דאס די איבערגעבליבענע פולקעס ביינדלעך פונעם נאכטמאל, צו די פילע טויזענטער פארפירלעך מיט די קינדער'לעכס פארשידענע דאנק בריוון צו מיר, אדער זייערע פריש ערפינדע ארטיסטישע קאריקארטורן אויסגעמאלן דערויף וואס פארפלייצען יעדעס ווינקעל פון מיין כאטקע טאג טעגליך. אלעס אלעס גייט אהין אריין ביי די ענד אויף די געים.

און למשל אט דער קיבל (קאנטעינער) נאך א שבת ביי מיר איז דאס א מסכת פאר זיך,

אויב וועיט אימיצין זיך גליסטן א טואר דערינען שבת נאכמיטאג, ווען איך דרימל מיט א ספר אויף מיין קרעפער, בין איך דעם יעניגען ווייניג וואס מקנא, דער שבתדיגער איימער צוויבל איז פארמישט מיט די קאטשעניא, אביסל לעיבער איינגעוויקעלט אין א פארטריקענט שטיקל קישקע קוגל, די נעכטיגע גארגעל פון די זופ קוקט ארויס מיט א בלאסען דערשראקענעם געזוכט, די זכר בונדלעך האבן געטראפן א מקום מנוחה אינעם טענדזערינען שאלעכטס, און א שטיקעל רעטעך שמוסט געמיטלעך מיט א קליין שטיקל צוויבל קוגעל, און די לעקוואר אפגעשמירט איבעראל נאך פונעם פרייטאג מיטאג וואס כאב שנעל געמאכט פאר די קינדערלעך בשעת די פרוי האט זיך אראפגעלייגט אביסל, און האב מיט מיין גוט הארץ און גרויס מויל פארשפראכען אז "דאנט ווארי" איך וועל קעיר נעמען פון זיי.. בקיצור עס איז נישט קיין גליסטיגער פאנאראמע צו מאכן דעם שבת נאכמיטאג שפאציר אין יענעם ריכטונג בכלל!

יא.. יא.. איר כאפט גוט… איך רעד טאקע פון די באליבטע "גארבידזש קעין" מיינער

אלזא צו וואס א קידוש? העל איך אייך אנטפלעקען
ווען אימער איך גיי נאר אהין נאנט, כדי אריינצושטעלן מיינע סחורה באקום איך א שרעקליך אנגעצויגענעם קבלת פנים, און א חוצפה'דיגען ווידערשטאנד, וואס איך פראביר נאר דארט אריין צו ווארפען, טרעפט גלייך א שארפען וועג אויף צוריק אין מיר אריין, מיט א שטרענגען "לא נתקבל" (לא נתקבל.. קלינגט גאנץ פאמיליער הא?) עפעס א מין זאך, אלץ איז ער איבערגעפילט מיט סחורה איבער די מאס,
ס'האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט אז פערצופאל ווען איך קום צוגיין מיט מיין פעקל מיסט זאל איך זיין דער ערשטער צו באנייען א פרישן גארבידזש בעג…. קיינמאל האבן מיינע זאכן דארט נישט קיין מקום, איך קען בשום אופן נישט דערשנאפען דער סיבה דערפון.

היינט האט דאס אומגלויבליכע פאסירט… צו איר גלייבט מיר יא צו איר גלייבט מיר נישט…
איך בין געקומען אויף מיין טעגליכען שפאציר אריינצו ווארפן עפעס איבריגס, און הפלא ופלא דער טעלער האט זיך אריינגעליטשט טיף טיף אינווייניג, מיט אזא סמאדען גליטש אז איך האב געמיינט אז דער לאך פון קרח ועדתו חלילה, האט זיך צונעפענט ביי מיר אין קיך, אין הייבט אן איין שלינגען מכל הבא, א קאלטען שווייס האט מיך באגאסען….

אבער דער אויבערשטער האט מיך חונן דעת געווען, אין איך קוק זיך אביסל בעסער איין, זעי איך.. ניין… ברוך ה'.. גארנישט קיין לאך, נאר פשוט א פרישער גארבידזש בעג לאכט צו מיר ווי אלץ א בארואינגונג צו מיין היסטעריע.

אלזא ליבער פריינט פארשייט איר אז ס'קומט זיך שוין איינמאל א גרויסען קידוש פאר דעם גרויסען נס.

נאר איין זאך איז דא צו האפען, אויב עס גייט מיר שוין יא אזוי גוט, אז ווען הרבנית תליט"א לאויוש"ט וועט מיך לויפענדיג צו מעריב מכבד זיין מיט דעם שווערן שמעקעדיגען זעקל, איך זאל אים צוטראגען אויפן וועג צו זיין אייביגען רוה, אז ער וועט זיך יעצט איינמאל אונטערגעבן און זיך לאזען פארמאכען ענטגילטיג, און נישט שטעלן דעם שארפען ווידערשטאנד ווי אייביג, אנע דעם וואס איך זאל ברויכען דערצו ניצן די שיך מיינע!

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר