איימסארי נאכאמאל הרב קאווע טרינקער פארן דיך ארויסנעמען פון די כלים, ונחזור לענינינו
שמעקעדיג האט געשריבן: אבער קען איינער זאגן וואס "יא צו טון"? ווי אזוי זאל מען טוישן? וואס זאל מען טון? ווי אזוי גיט מען אריין א טעם אין אידישקייט, על אף די נסיונות מרים וקשים??
נאך אלעם, אונזערע מוסדות טוען וואס מען האט אלץ געטון. מען לערנט, מען דאווענט, מען פארציילט אביסל סיפורי צדיקים, און מען זאגט שיינע מוסר דרשות...
וואס נאך, לויט אייער מיינונג, דארף געטאן ווערן אז עס זאל זיין א ריכטיגע חינוך? סיי אין די מוסדות, און סיי די עלטערן אינדערהיים??
הרב טייטלבוים האט געשריבן, אז א טאטע זאל ארויסנעמען די קינדער שפילן אין א פארק, מאכן "פאן" מיט זיי, האבן א שייכות מיט זיי.
אלעס פיין און וואויל. ס'איז היילי רעקאמענדעט. אבער וואס האט דאס מיט אידישקייט? וואס העלפט דאס כלפי א נסיון?
אז א טאטע גייט אין פארק, וועט עס העלפן דאס קינד זיך מתגבר זיין?
יא, כ'ווייס אז יוסף הצדיק האט זיך מתגבר געווען ווייל "ראה דמות דיוקנו של אביו", אבער האבן מיר דען דאס יראת שמים וואס די אמאליגע צדיקים האבן געהאט?
לאמיר זיך נישט לאזן נארן. מיר זענען דאך אליינס אויסגעטריקנט, נישטא וואס אריינצוגעבן אין די קינדער צופיל. ליידער ליידער!!
וואס יא? וואס זאל מען טון צו פארבעסערן דעם חינוך? וואס און וויאזוי זאל מען לערנען? וואס זאל מען זאגן אדער נישט זאגן?
אלזא, רבותי, מיר ווילן הערן. שרייבט אריין אייערע מיינונגען, נישט קריטיק ביטע - גענוג געווען!
נאר עצות און האפענונג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן ביז משיח'ס טאג בקרוב. און דאן וועט מען דאס בעז"ה מפרסם זיין איבעראל און פרובירן צו טון אונזער השתדלות!
זייער גוט ארויסגעברענגט וואס עס פעלט פונעם היינטיגן דור
כ'האב געהערט א גוטע מעשה אז א טאטע האט זיך אפגערעדט פאר א בעל-מחנך אז זיין זוהן איז נישט אזוי איי-איי-איי, איך זאג נישט - זאגט דער טאטע - איך בין אויך נישט די בעסט, אבער איך באהאלט די אלע זאכן פון מיין זוהן, בפניו פיר איך זיך אויף זייער גוט און וואויל, וואס קען איך טוהן אז מיין זוהן זאל זיך פארבעסערן?
זאגט אים דער מחנך: הער מיך צו, קינדער קען מען נישט פאפן, דיין קינד ווייסט פונקטליך וואס דו טוסט, און קינדער מאכן נאך א טאטע, ווען דער קינד וועט עלטער ווערן, ווער ער אויך טוהן וואס ער האט צו טוהן, ער וועט נאר וואטשן אז זיינע קינדער זאלן נישט באמערקן און אזוי ציעט זיך ווייטער די גאלדענע קייט.
ממילא דו קענסט פרובירן צו רעדן צו דיין זוהן וויפיל דו ווילסט, ער הערט נישט וואס דו זאגסט, ער קוקט און ער שפירט וואס דו טוסט, און ער זעהט עס אפילו דו מיינסט אז ער זעהט נישט, והא ראי' דיין טאטע האט אויך געמיינט אז דו זעהסט נישט וואס ער טוט.
דער פראבלעם איז נאר
שמעקעדיג האט געשריבן: יא, כ'ווייס אז יוסף הצדיק האט זיך מתגבר געווען ווייל "ראה דמות דיוקנו של אביו", אבער האבן מיר דען דאס יראת שמים וואס די אמאליגע צדיקים האבן געהאט?
לאמיר זיך נישט לאזן נארן. מיר זענען דאך אליינס אויסגעטריקנט, נישטא וואס אריינצוגעבן אין די קינדער צופיל. ליידער ליידער!!
דער אמת איז אז אפילו ווען דער טאטע איז אליינ'ס אויסגעטריקנט, ער האלט אויך נישט ביי גארנישט, אויב אבער דער טאטע
וויל כאטש זיין גוט און ער פרובירט כאטש וואס ער קען, דעמאלט'ס באקומט דער קינד אויך דער געפיהל צו פרובירן נאכצומאכן דעם טאטע'נס גוטע רצונות, און דאס איז שוין א געוואלדיגע דערגרייכונג, ווייל ביים קינד וועט דער רצון אפשר גיין ווייטער און ער וועט קענען אויספירן זאכן וואס איך האב נישט געקענט.
אבער די מעשה איז אז מען דארף דאס אנהייבן טוהן ווען די קינדער זענען נאך קליין, ווייל דעמאלט'ס ארבעט זייער פאטאגראף מח גאר שטארק, און דעמאלט'ס כאפט ער
אלעס אויף.
מען זעהט אסאך מאל אידן אין שוהל, אלע יארן איז ער געזיצן אין די בעק און געשמועסט א גאנצן דאווענען, און מיטאמאל איז ער געווארן ערנסט, ער רעדט שוין נישט, און ער קען שוין פארהאלטן א צווייטן אויך פארוואס יענער שמועסט, וואס איז געשעהן? זיינע קינדער זענען אביסל אונטער געוואקסן און ער מוז שוין אהער שטעלן א שיינעם פנים.
וואס לערנט זיך דער קינד אויס? ער וועט דאס אויך נאכמאכן, ווען ער וועט ווערן אבאוט 35-40 וועט ער אויך אויפהערן צו שמועסן ביים דאווענען.
איך האב אנגעכאפט דעם משל, אבער די זעלבע איז ביי אנדערע זאכן אויך.
נאך א שטארקע נקודה איז דער שבת טיש.
מען דערציילט אז הרב שך ז"ל האט נישט אזוי שטארק מצליח געווען מיט זיינע קינדער, האט ער געזאגט סוף ימיו, אז ער איז מקנא זיין שכן.
זיין שכן איז געווען זייער א פשוט'ער מענטש, ער האט נישט געקענט קיין סאך, א גאנצע וואך איז ער געווען פאריאגט און פארפלאגט על המחי' ועל הכלכלה און ער האט אפילו נישט געזעהן זיינע קינדער, אבער ווען עס איז געקומען שבת, איז ער געזיצן מיט זיינע קינדער און געזינגען מיט זיי זמירות, תורות האט ער נישט געקענט זאגן אבער ער האט זיי דערציילט שיינע מעשיות פון צדיקים א.ד.ג. און ער האט אויפגעשטעלט זייער א שיינע שטוב, מיט קינדער ערליכע בעלי בתים.
ווידער הרב שך ז"ל איז דאך געווען א גאון עולם ולא פסיק פומי' מגירסי', ער האט נישט געוואלט מבטל תורה זיין, איז ער געזיצן שבת ביים טיש מיט א רמב"ם, און זיך געפלאגט דערויף.
האט ער געזאגט סוף ימיו אז ער האט חרטה אויף דעם, ווייל ווען ער וואלט פארברענגט מיט די קינדער וואלטן זיי מער מצליח געווען.
און דאס וואס דו פרעגסט
שמעקעדיג האט געשריבן: הרב טייטלבוים האט געשריבן, אז א טאטע זאל ארויסנעמען די קינדער שפילן אין א פארק, מאכן "פאן" מיט זיי, האבן א שייכות מיט זיי.
אלעס פיין און וואויל. ס'איז היילי רעקאמענדעט. אבער וואס האט דאס מיט אידישקייט? וואס העלפט דאס כלפי א נסיון?
אז א טאטע גייט אין פארק, וועט עס העלפן דאס קינד זיך מתגבר זיין?
גיין אין פארק מיט די קינדער וועט זיי יא העלפן זיך מתגבר זיין.
פארוואס? ווייל זייער אסאך וואס פאלן אוועק איז ווייל זיי שפירן נישט דעם געשמאק אין אידישקייט, עס איז געווענטליך נישט דוקא דער געשמאק אין
אידישקייט עס איז בכלל אז עס פעלט זיי א געשמאק און א סיפוק אין לעבן, און זיי פרובירן עס צו זוכן ערגעץ אנדערש, (און זייער אסאך מאל טרעפן זיי דאס נישט און קומען צוריק שפעטער).
דער גרעסטער געשמאק וואס א קינד האט איז ווען זיינע עלטערן געבן זיך אפ מיט אים, מען הערט אויס זיינע נארישקייטן און מען זאגט אים א גוט ווארט, און יא מען גייט מיט זיי אין פארק.
אני כשלעצמי גיי כמעט יעדע וואך שבת בייטאג נאך די סעודה מיט מיינע קינדער אין פארק
ווען א קינד
שפירט (דאס קעמען נישט פאפן) אז דער טאטע איז אינטערעסירט אין אים, געבט דאס אים א סיפוק אין לעבן, און ער וועט שוין נישט אזוי שנעל גיין זוכן סיפוק ערגעץ אנדערש.
בד"וו האב איך געפענט
אן אנדער אשכול מיט שיינע מעשיות צו דערציילן פאר "היינטיגע קינדער" ביים שבת טיש.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)