לאמיר ערשטנס קלאר מאכן אז משפטים באלאנגט נאך צו מיין ערשטע האלב שמות. נישט געפערליך, ו' דגחון איז אויך נישט פונקט אינמיטן . איך האב געמיינט בעיקר די פרשיות תרומה תצוה ויקהל פקודי. אבער דארט רעדט מען פון ארטיסטישע מושגים, ממילא איז דאס ווייטער נישט אזא גוטע דוגמה, ווייל אפילו דער שפראך איז לדעתי ווייניגער שרייבעריש, גיבט דאס רעדן פון די גאלדענע כרובים און קאלירפולע ליילעכער דער ארטיסטישער געפיל. בעיקר האב איך געמיינט גאנץ סדר ויקרא, און אנהייב סדר במדבר. לאמיר למשל נעמען א דוגמה פון פרשת ויקרא:
וְאִם-מִן-הַצֹּאן קָרְבָּנוֹ מִן-הַכְּשָׂבִים אוֹ מִן-הָעִזִּים, לְעֹלָה--זָכָר תָּמִים, יַקְרִיבֶנּוּ. יא וְשָׁחַט אֹתוֹ עַל יֶרֶךְ הַמִּזְבֵּחַ, צָפֹנָה--לִפְנֵי יְהוָה; וְזָרְקוּ בְּנֵי אַהֲרֹן הַכֹּהֲנִים אֶת-דָּמוֹ, עַל-הַמִּזְבֵּחַ--סָבִיב. יב וְנִתַּח אֹתוֹ לִנְתָחָיו, וְאֶת-רֹאשׁוֹ וְאֶת-פִּדְרוֹ; וְעָרַךְ הַכֹּהֵן, אֹתָם, עַל-הָעֵצִים אֲשֶׁר עַל-הָאֵשׁ, אֲשֶׁר עַל-הַמִּזְבֵּחַ. יג וְהַקֶּרֶב וְהַכְּרָעַיִם, יִרְחַץ בַּמָּיִם; וְהִקְרִיב הַכֹּהֵן אֶת-הַכֹּל, וְהִקְטִיר הַמִּזְבֵּחָה--עֹלָה הוּא אִשֵּׁה רֵיחַ נִיחֹחַ, לַיהוָה.
איך זע נישט דא קיין שום פאעזיע. אויסער די ווערטער ריח ניחוח לה'. עס איז טאקע געשריבן אויף א פערזענליכע אופן, מען רעדט צו דעם מקריב, אבער איך זע נישט אז עס זאל זיין ספעציעל דערוועגן.
אבער אז דו האסט געברענגט משפטים, let's stick with it. בעצם פארשטיי איך נישט פארוואס דו האסט זיך אפגעשטעלט ביים ערשטן פסוק, די שפעטערדיגע פסוקים זענען פיל מער דראמאטיש. למשל, אם בגפו יבא בגפו יצא. אדער נאכמער, די תורה לייגט אזוי שיין אראפ די געפילן פונ'ם עבד, אהבתי את אדני ואת אשתי ואת בני. ער האט ליב באקומען זיין פרישע ווייב. ער בעט זיך, לא אצא חפשי. איר'ט שוין אמאל געזען איינער בעט זיך אז ער וויל נישט זיין פריי? יא, אזוי איז געשען, ער איז געווארן צוגעבינדן צו זיין עבד'ישער לעבן, און ער קען זיך נישט געזעגענען דערפון.
ר' מח, איך וועל זיין דער ערשטער צו זאגן אז גרויסע טיילן פון די תורה איז געשריבן געווארן אויף א רייכע און פאעטישע וועג, פול מיט געפילן און דראמא. מיין פראבלעם מיט דיין טעאריע פון דרשות חז"ל איז אבער צווייפאכיג. ערשטנס, דארט וואו די דרשות חז"ל קאנצענטרירן זיך זענען געשריבן בנוסח מצוות און חיובים, פיל ווייניגער אדער אינגאנצן נישט שרייבעריש. צווייטנס, ווען חז"ל דרש'נען א פסוק, ברענגען זיי נישט דוקא ארויס די שיינקייט פונ'ם פסוק, דער קונסט וואס ליגט אין די יציר כפיו פון הקב"ה. אדער דרש'נען זיי אייגענע דברי אגדה, משלים און מעשיות וואס זענען נישט דירעקט פארבינדן. אדער זענען זיי מדייק ווערטער און נעמען ארויס פרישע הלכות, בכלל נישט אויף א פאעטישע שטייגער. דאס פירט מיך צו מיין מיינונג אז חז"ל'ס אויפגאבע איז נישט געווען צו דעטעקטען פאעטרי, נאר צו אויסלערנען די תורה שבעל פה פאר כלל ישראל לויט דעם מעכאניזם וואס זיי האבן מקבל געווען איש מפי איש מפי משה בסיני.
לאמיר גיין אדורכבליקן די הלכות פון פרשת משפטים. ועבדו לעולם. דער רשב"ם, דער מייסטער אין פשט המקרא, זאגט שוין אז לפי הפשט מיינט דאס אויף אייביג. אבן עזרא זאגט אז דאס מיינט פאר א לאנגע צייט. רמב"ן זאגט אז פופציג יאר איז מער ווייניגער א לייף סענטענס. און חז"ל זאגן אז דאס מיינט ביז יובל, יעדן עבד אנדערש. דאס ליגט נישט אינ'ם פסוק. דאס לערנט מען ארויס פון א צווייטע פלאץ. איך זע נישט קיין פאעטרי. איך זע א סיסטעם וואו איין פסוק איז מגלה אויפ'ן צווייטן.
לאמיר גיין ווייטער. עין תחת עין. דא האבן מיר די קלאסישע דוגמא פון די קאנטראסט צווישן תורה שבכתב און תורה שבעל פה. אין די חמורבי קאוד וואס דו האסט דערמאנט שטייט די פאלגענדע ווערטער: "כי יכה איש את עין בן חורין ושיחתה, את עינו יכו וישחיתו", און יעדער לערנט דאס אפ פשוטו כמשמעו. אין די תורה איז דאס אסאך שענער געשריבן, קורץ און שארף, געקיצעלט ווי דו רופסט עס, עין תחת עין - דיין אויג אנשטאט יענעמ'ס אויג, נישט אויף די באורינג טרוקענע וועג וואס חמורבי שרייבט. פונדעסטוועגן זענען חז"ל געקומען און ארויסגעלערנט פון אן אנדערן פסוק, מכה בהמה ישלמנה ומכה אדם יומת, אז פונקט ווי מען צאלט ביים מזיק זיין א בהמה צאלט מען אויך ביים מזיק זיין א מענטש. חרוב געמאכט די פאעטרי פונ'ם פסוק. מען רעדט מער נישט פונ'ם אויג פונ'ם מזיק אנשטאט דעם ניזק'ס, נאר פון א פשוט'ע תשלומין. וואס לערנט דאס אונז? אז די תורה איז נישט קיין שעיקספעירס, להבדיל. עס איז דער ווארט פון באשעפער, און ער האט איבערגעגעבן פאר זיינע חכמים די ריכטיגע געצייג ווי אזוי צו לערנען פשט. מיר קענען באטראכטן די שיינקייט פון די ווערטער כשלעצמם, אבער נישט צו לערנען דערמיט הלכה למעשה.
לאמיר גיין ווייטער. א איד גנב'עט ל"ע, און מען כאפט אים ביי די מעשה. אם המצא תמצא בידו הגנבה. א שיינע, שרייבערישע שפראך, דוכט זיך. אבער ניין. גאנצע טישן אין בענק קערן זיך איבער איבער די דאפלט לשון המצא תמצא, ווען חז"ל טרעפן שוין א לימוד אויף די ריבוי, דארף מען ווייטער וויסן פארוואס שטייט המצא תמצא און נישט המצא המצא. ווען איר וואלט געלעבט אין יענע צייטן וואלט געשטאנען אין גמרא, מחכי עלה רב מחא בר שליט, וכי זו גמרתא היא? והלא פיוטא היא, והיינו טעמא דמפיק ליה קרא ביפוי דלישנא!
איך האב נאך אסאך צוצולייגן וועגן דיין חידוש פון עבריים און וועגן דעם כוזרי'ס אריגינעלער מהלך אין ממחרת השבת, סטעי טונד...
און יא, עס איז מיר אויך א פארגעניגן צו אויסשמועסן דער וויכטיגער נושא מיט א שכל'דיגע, נארמאלע צוגאנג פון מח שליט על הלב, בפרט ווען עס גייט צו אויף א פאעטישע, קינצלערישע, קעצלערישע אופן, אדער ווי אזוי דו ווילסט עס רופן.