שלום בית - פון י.ל. פרץ

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שלום בית - פון י.ל. פרץ

שליחה דורך John Doe »

[justify]שלום בית

פון יצחק לייב פרץ.

חײם איז א טרעגער.
אז ער גײט דורך א גאס, אײנגעהױקערט אונטערן קאסטן סחורה, זעט מען אים נישט ארױס; עס דאכט זיך, אז דער קאסטן גײט אלײן אױף צװײ פיס...
דאס שװערע אטעמען הערט זיך דא פון װײטנס!

דאך – אט לענט ער אפ די לאסט, באקומט זײנע עטלעכע גראשן;ער גלײכט זיך אױס, אטעמט שטארק אפ, בינדט אפ די פאלעס,
װישט זיך אפ דעם שװײס פון פנים, גײט גלײך צום ברונעם, מיט א פאר שלינג װאסער און לױפט אין א הױף ארײן.
ער שטעלט זיך נעבן א װאנט, הױבט אױף דעם ריזן-קאפ אזױ, אז דער שפיץ בארד מיט דער נאז, מיטן דאשעק פונעם היטל,
קומען אױס אױף אײן שטח.

ער רופט:
– חנה!
פון אונטערן דאך עפנט זיך א קלײן פענצטערל, און א קלײן
װײבעריש קעפל אין א װײסן ציפיק ענטפערט:
– חײם?!

דאס פארפאלק קוקט זיך גאנץ צופרידן אן; די שכנים זאגן: זײ קװעטשקען זיך.
חײם װאַרפט אַרױף זײן פארדינסט, אײנגעװיקלט אין א שטיקל פאפיר. חנה כאפט עס אין דער לופט; עס איז איר נישט דאס ערשטע מאל.
– אַ בריה נפלאה! – מאכט חײם, און האט גאר קײן חשק נישט אװעקצוגײן.
– גײ, גײ, חײם! – שמײכלט זי – איך קאן מיך נישט רירן פון קראנקן קינד... איך האב מיך צוגעשטעלט דאס װיגל צום קױמען...
מיט דער האַנט שױם איך און מיטן פוס װיג איך...
– װאס מאכט עס, נעבעך?
– בעסער!
– געלױבט איז גאט! און הענע?
– בײ דער נײטארין!
– יאסל?
– אין חדר.
חיים לאזט צוריק אראפ די בארד, גײט אװעק און חנה קוקט אים נאך, ביז ער װערט ער פארשװינדן.

דאנערשטיק און פרײטיק געדױערט עס לענגער.
װיפיל האָסטו אינעם פאפיר? – פרעגט חנה.
– צװײ און צװאנציק גראשן.
– איך האב מורא, עס איז װײניק.
– װאס דארפסטו דען, חנה?
- פאר א זעקסער שמירעכץ פאַרן קינד, פאר עטליכע גראשן ליכט, חלה האב איך שוין... פלײש אױך, אנדערטהאַלבן פונט... נו –
בראָנפן אױף קידוש! – הסינט דארף מען נאך עטליכע דרענגלעך!
– דרענגלעך װעל איך דיר שױן שאפן, עס מוז זײן אױפן מארק.
– דארף איך נאָך ...
און זי רעכנט אױס, װאס זי דארף נאך אלץ פאר שבת. סוף כל סוף בלײבט: אז מען קאן קידוש מאכן איבער חלה, און אז אן אסאך זאכן איז זיך גאנץ לײכט צו באגײן.
דער עיקר איז – בענטש-ליכט, אױך די זאלב פאַרן קינד!

און פונדעסטװעגן, אז גאט העלפט, די קינדער זענען געזונט, די מעשענע לײכטער – נישט פארזעצט, בפרט, אױב עס איז דא נאך א קוגל – האט דאס פארפאלק א פרײליכן שבת!
װארום חנה איז א בריה נפלאה צום קוגל!
שטענדיק פעלט איר עפּעס; דא מעל, דא אײער, דא פעטס, און צום סוף קומט ער ארױס א פעטער, א זיסער, א מחיה'דיקער קוגל, ער צעגײט פשוט אין אלע אברים!

– דאס קאכט דער מלאך, זאגט חנה און שמײכלט פאר נחת.
– יא, א מלאך, אװדאי א מלאך! לאכט חיים, – דו מײנסט, אַז דו ביסט א קלײנער מלאך, אז דו האלסט אױס פון מיר און פון די קינדער וױפיל מאל טוען זײ דאיר אן צרות, איך װער אמאל בײז...
נו איך הער עפעס א קללה פון דיר, װי אנדערע בײ די װײבער?
און באשר דו האָסט אַ סך נחת פֿון מיר? דו און די קינדער גײען נאַקעט און באָרװעס... צו װאָס טױג איך? נישט צו קידוש, נישט צו הבדלה, איך קאָן אַפֿילו נישט רעכט קײן זמירות זינגען...
– ביסט פֿאָרט אַ גוטער טאַטע, און אַ גוטער מאַן, האַלט זיך חנה צו איריקן, – אַזאַ יאָר אױף מיר, און אױף כל ישראל... איך זאָל מיך נאָר עלטערן מיט דיר, רבונו של עולם!
און דאָס פּאָר פֿאָלק קוקט זיך אין די אױגן אַרײַן אַזױ גוט, אַזױ װאַרעם, און אַזױ מיטן גאַנצן האַרץ, אַז עס דאַכט זיך, זײ זענען ערשט פֿון אונטער דער חופּה אַפֿער...
עך װערט נאָך פֿרײלעכער בײַם טיש...

נאָר נאָכן שלאָף, גײט חײם אין קלײנעם שילעכל אַרײַן הערן תורה.
דאָרטן לערנט אַ מלמד מיטן פּראָסטן עולם „אַלשיך“. עס איז הײס, די פּנימער זענען נאָך פֿאַרשלאָפֿן; אײנער כאַפּט נאָך אַ דרימל, דער צװײטער לאָזט אַרױס אַ הױכן גענעץ; נאָר ראַפּטים,
װען עס קומט צום רעכטן אָרט, מען שמוסט פֿון יענער װעלט, פֿון גיהנום, װוּ מאַן שמײַסט די רשעים מיט אײַזערנע ריטער; פֿון ליכטיקן גן–עדן , װוּ די צדיקים זיצן אין גאָלדענע קרױנען און
לערנען תורה... דעמאָלט װערן אַלע אױפֿגעלעבט; די מײַלער – אָפֿן, די פּנימער – רױט... מען הערט זיך אײַן אָן אַן אָטעם, װאָס עס װעט זײַן אױף יענער װעלט!
חיים שטײט געװײנטלעך בײם אױװן. ער האָט טרערן אין די אױגן, עס ציטערן אים הענט און פֿיס; ער איז אין גאַנצן אױף יענער װעלט!
ער לײַדט צוזאַמען מיט די רשעים, באָדט זיך אין הײסער סמאָלע; ער װערט געװאָרפֿן כּף הקלע, קלױבט שפּענער אין װיסטע װעלדער... אַלץ לעבט ער דורך, און עס באַדעקט אים דער
קאַלטער שװײס... פֿאַר דאָס האָט ער שפּעטער נחת גלײַך מיט אַלע צדיקים׃ דאָס ליכטיקע גן-עדן, די מלאכים, דער לויתן, דער שור–הבר, און אַלע גוטע זאַכן שטעלן זיך אים פֿאָר אַזױ
לעבעדיק און אַזױ בולט, אַז װעם דער מלמד ענדיקט, גיט אַ קוש און פֿאַרמאַכט דעם ספֿר, מאַכט ער זיך אױף װי פֿון אַ חלום, טאַקע װי פֿון יענער װעלט.
אַך, – כאַפּט ער שװער דעם אָטעם, װאָס ער האָט אײַנגעהאַלטן בײַ דער גאַנצער צײַט, – רבונו של עולם! כאָטש אַ שטיקל, כאָטש אַ פּיצל, כאָטש אַ בראָקעניו עולם הבא... פֿאַר מיר, פֿאַר מײַן
װײַב, און פֿאַר אַלע מײַנע קינדערלעך!

און דעמאָלט װערט ער טרױעריק; ער פֿרעגט זיך׃ „אימשטיינס געזאָגט, פֿון װאָס, פֿאַר װאָס?...“

אײן מאָל איז ער נאָכן לערנען צוגעגאַנגען צום מלמד:
– רבי, – זאָגט ער, און דער קול ציטערט – גיט מיר אַן עצה, איך זאָל זוכה זײַן צום האָבן עולם הבא!
– לערן, מײַן קינד, תורה! – הערט ער אַ תשובה.
– איך קאָן נישט!
– לערן משניות ... אין- יעקב, כאָטש פּרק...
– איך קאָן נישט!
– זאָג תהלים!
– איך האָב קײן צײט נישט!
– דאװן ערנסט!
– איך פֿאַרשטײ נישט, װאָס איך דאַװן!
דער מלמד קוקט אים אָן מיט רחמנות.
– װאָס ביסט דו? – פֿרעגט ער.
– אַ טרעגער.
– נו, זײַ משמש תלמידי-הכמים.
– װאָס הײסט?
– טראָג , למשל, אַלע פֿאַר נאַכט אין בית המדרש אַרײַן אַ פּאָר קאַנען װאַסער, די לומדים זאָלן האָבן צו טרינקאען...
חיים װערט דערפֿרײט.
– רבי, – האָט ער װײַטער געפֿרעגט, און מײַן װײַב?
– אַז דער מאַן זיצט אױף אַ שטול אין גן-עדן, איז דאָס װײַב זײַן פֿיסבענקעלע.
אַז חיים איז אַהײמגעקומען הבדלה מאַכן, איז הנה געזעסן און געזאָגט „גאָט פֿון אַברהם“. אַז ער האָט זי דערזען, האָט אים
עפּעס אָנגעכאַפּט בײַם האַרץ.
– נײן, חנה – פֿאַלט ער צו איר צו, – איך װיל נישט, דו זאָלסט זײַן מײַן פֿיסבענקל... איך װעל מיך אַראָפּבײגן צו דיר. איך װעל
דיך אױפֿהײבן און זעצן דיך נעבן מיר. מיר װעלן צוזאַמען זיצן אױף אײן שטול, װי אצינד... עס איז אונז אַזױ גוט צוזאַמען...
הערסט, חנה, דו מוזט זיצן מיט מיר אױף אײן שטול... דער רבונו של עולם װעט מוזן באַשטײן.[/justify]
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר