ארטיקל איבער ליבי פאללאק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך קרעמער1 »

צו נעמען א שטעלונג אויב זי איז אן אטעאיסט איז נאריש פאר איינער וואס קען איר נישט פון דער נאנט

אפענערהייט פרעדיגט זי בכלל נישט כפירה און זוכט קיינעם נישט אראפצופירן פון וועג. פינטל. זי איז פיל קלוגער פון דעם

אין מיינע אויגן איז זי א קלוג מיידל מיט גוטע טאלאנטן וואס זוכט זיך אביסל פאן און אויפמערקזאמקייט צו פארגיטיגן אירע גיהנום יארן

ס'איז אמת, אסאך מאל זענען אירע וויצן אביסל צו ווייט. אבער זי מיינט לכאורה בכלל נישט די כפירה חלק דערפון

והעיקר שבעקרים! געדענקען וואס די משנה זאגט אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו. ס'איז אומעגליך איינעם דן צו זיין אויב מען האט נישט דורכגעמאכט וואס ער\זי
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך נולד מאוחר »

איר זיידע קאשויער רב זצ"ל האט אויך אימוועלענדיג מבזה געווען די תורה.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך דבילה »

chasid האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:מע ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן

נאר א צדיק נסתר, אמת??

מ'זעמיר נישט דו אדער גדעון זאלן פארדאמען די אלע פארדארבענע מענטשן וואס האבן זי געזיכט אויסנוצן אדער סתם אריינגערוקט עפעס א קראנקע מאן ווייל ס'קומט איר נישט בעסער.

א משל דערויף איז א נותן מכשול לפני עור און דערנאך האט ער נאך די חוצפה צו לאכן פון דעם בלינדן געפאלענעם.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך שמואל הלוי »

נולד מאוחר האט געשריבן:איר זיידע קאשויער רב זצ"ל האט אויך אימוועלענדיג מבזה געווען די תורה.

וויאזוי איז זי א קאשויער אייניקל?
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך טעלעפאן »

שמואל הלוי האט געשריבן:יעדער איז ביזי מיטן טוישן די סיסטעם, טוישן די סיסטעם, מ'פאלט ארויס... כאילו ס'איז עפעס א נייע זאך אז מ'פאלט ארויס פונעם סיסטעם.
ס'האט ביי כלל ישראל קיינמאל נישט געפעלט קיין פושעים און טאקע פון די שענסטע און בעסטע משפחות, מהרסיך ומחרביך ממך יצאו...

נאר וואס'זשע דען?

יעדער ברויך בעטן און בעטן און בעטן ביים בוכ"ע מיט אמת'ע הייסע טרערן און טוהן כל ערליי השתדלות אז ביי אים זאל עס חלילה נישט פאסירן, זיינע קינדער זאלן יא בלייבן ערליכע אפגעהיטענע אידן.

און מיר זאלן ווייטער גיין מיטן קאפ אין וואנט כמקובל....
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך העלא »

איר מאמע איז א טאכטער פון ר' יצחק יעקב אילאוויטש איידעם ביי קאשוי רב, יעדע מענטש קען זייער גרינג אפפארן, די יצר הרע דארף נישט אזוי שווער ארבעטן,
עס איז ליידער זייער פארשטענדליך, איר טאטע מאמע זענען געווען גע,גט אלע אירע קינדערישע יארן,
און דערנאך האט זי דאך מיטגעמאכט אויך, סא מה כל הרעש?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך ידען »

איינער ווייסט אויב זי איז שוין דא אדער אויב זי האט אינטערעסט צו שרייבן דא.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך יידל »

איך פארשטיי בכלל נישט די וועלכע שרייבן דא האספול וכדו' אנטקעגן מרת. פאללאק. דא איז נישט קיין מקוה, דא איז אן אפענער פלאץ וואס יעדער מיט צוטריט צום געוועב קען דאס זען. בשלמא ווען מ'וואלט ווען גערעדט פון אזא איינע ווי ד. פעלדמאן וועלכע האט פארשווארצט די פנימ'ער פון די חרד'ישער אידנטום, וואלט איך נאך פארשטאנען (כאטשיג אפילו אין אזא פאל ווי ד.פ. האלט איך אויך אז מ'דארף זיך האלטן צו א ציווילער טאן, און א ווילדער צעיושטער טאן ווייזט נאר אויף אן אינערליכער אומזיכערקיייט, אבער איך קען פארשטיין ווען איינער שימפט און שעלט.) אבער דא? פארוואס שמיפען און שעלטן? ווייל זי האט אויסגעקליבן א צווייטען וועג און לעבן ווי דיר? זי לויפט נישט ארום פארקויפן קיין אנטי-רעליגיע, זי האט נאך קיינמאל נישט געשריבן אויף אנ-פיאות, זי איז פארנומען מיט חסידיש-אידיש, און איר פעיסבוק גרופע געפונען זיך קעניינעהארע גענוג חסידישע אידן איש וביתו, צו וואס פעלט אויס איר דן זיין לתליה?

ידען, איך וואלט געזאגט אז זי איז דא, צוליב די אידיש. צו זי האט א ניק דא אדער צו זי שרייבט דא ווייס איך שוין נישט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך שמואל הלוי »

טעלעפאן האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:יעדער איז ביזי מיטן טוישן די סיסטעם, טוישן די סיסטעם, מ'פאלט ארויס... כאילו ס'איז עפעס א נייע זאך אז מ'פאלט ארויס פונעם סיסטעם.
ס'האט ביי כלל ישראל קיינמאל נישט געפעלט קיין פושעים און טאקע פון די שענסטע און בעסטע משפחות, מהרסיך ומחרביך ממך יצאו...

נאר וואס'זשע דען?

יעדער ברויך בעטן און בעטן און בעטן ביים בוכ"ע מיט אמת'ע הייסע טרערן און טוהן כל ערליי השתדלות אז ביי אים זאל עס חלילה נישט פאסירן, זיינע קינדער זאלן יא בלייבן ערליכע אפגעהיטענע אידן.

און מיר זאלן ווייטער גיין מיטן קאפ אין וואנט כמקובל....

אפשר ביסטו מסביר וואס ס'מיינט גיין מיטן קאפ אין וואנט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך ידען »

גוט געזאגט יידל. נישט דא קיין שום סיבה אז מע זאל איר באשמוצן אויף סיי וואסערע אופן. ווי לאנג זי בארעד אונז נישט איז זייער מיאוס ווען מע לייגט ארויף נארישע זאכן אויף איר און ספעציעל ווען סע ליגנט.

און אויב זי איז טאקע דא און טרינקט קאווע מיט אונז צוזאמען, וויל איר זאגן מיט די שטערקסטע לשונות אז זי זאל בלייבן באהאלטן מיט אלע מעגליכקייטן וואס אזוי איז גוט פאר אונס אז מע זאל נישט האבן pressure (אידיש? ליבי העלף ארויס ;) )איר ארויסצוווארפן און זי זאל נישט דארפן זיין ביזי אגאנצע טאג מיט איר inbox...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך קרעמער1 »

דער אפטייטש פון "פרעשור" איז דרוק\לחץ

און איך קלער אז ס'נישט שיין אז א ידען זאל נישט וויסן אזא פשוטע זאך (און אויך פאסט נישט אז דו פארשטייסט נישט אליינס אז אויב זי געפינט זיך דא [וואס איך גלויב שווער אז זי האט די צייט דערצו] האט זי נאך אזויפיל שכל עס צו באהאלטן) ביטע נעם עס נישט פערזענליך

(און בד"וו האט זי לעצטנס געמאלדן אז זי טרינקט נישט קיין קאווע צוליב די עדיקשאן פון די קאפין)
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך ידען »

:like

טאקע די ווארט האב איך פלעין פארגעסן..

איך נעם גארנישט פערזענדליך. סייווי בינעך נאר א ניק און וועל נישט ווערן רויט אויב סע וועט זיך יא טרעפן אז מע וועט מיר אריינפליקען :)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך פריינדליך »

איך וויל מגיב זיין און די נושא, אבער איך גיי נישט רעדן פון דעם מענטש פרעזענליך אויף וועם די אשכול איז געשטעלט, איך רעד בכללות א בליק ווי אזוי מען קיקט אויף די עושה מעשה בהמה, אבער עס איז נישט פון קיינעם פרעזענליך, אדער צו קיינעם פרעזענליך,

לעצטענס זע איך דא א ווינט, אז טייל שרייבער זיכען צו פארענטפערן אפגעפארענע שקצים, אויסווארפען פון אונזער לאגער וואס האבן פאר אביסל הבלי עולם הזה אוועק געווארפן זייער באשעפער, אוועק געווארפן זייער גלויבען, אוועק געווארפן זייער אנשוית, פירען זיך אויף ווי גרועים שבאומות, אוכלי נבילות וטריפות, גייען אויסגעלאסן א ווי גוים 40 יאר צוריק האבן זיך געשעמט צו גיין, בועלי אשת איש, רח"ל, זאכען וואס א אנשטענדיגער גוי טוט נישט,

זייט וויסען, אזעלכע מענטשן איז א מצווה פיינט צו האבן, עס איז מצווה זיי מרחק צו זיין ביז זיי טיען נישט תשובה, זייער וויין איז יין נסך, זיי זענענן נישט באגלייבט אויף גארנישט מדין עדות. זיי זענענן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, זיי גייען נישט אריין און די גדר פון חברך, זיי וועלן פארוואגעלט ווערן פון ביידע וועלטן אויב זיי וועלן נישט תשובה טיען, ער איז א מצווה זיי צו פארמיעסן און פיינט האבן ביז זיי טיען נישט תשובה, כדי אנדערע זאלן זיך נישט אפלערנען פון זיי, עס איז גארנישט דא און זיי אויף ארויפצוקיקען, בסך הכל האבן זיי נישט געהאט די מינעמאלע קוראזש זיך מתגבר צו זיין אויך אביסל תאוות עולם הזה, שקץ צשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא,

יעדער שוואכער אינגערמאן וואס קאמערט זיך צו האלטען ביי אידשקייט האט פול מער מענטשליכקייט און נערמאלקייט און זיך, און האט פיל מער סעלף ריספעקט, ווי די פאר נעבעכדיגע וואס האבן זיך אויסגעשלאסן פון כלל ישראל,
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך פריינדליך »

ידען האט געשריבן:מען ווערט נישט א כופר פון גיין אזוי אנגעטוהן

מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען,

רבותי! עס איז ממש א שאד עס צי טיען, ווייל די יעניגע טראכטן בכלל נישט, וואלטן זיי געטראכט וואלטן זיי נישט געטיען וואס זיי טיען!!

גלייבט יא גלייבט נישט, יא כופר נישט כופר, די אלע זאכען זענענן אירעלעווענט דא, זיי זענענן טראכטלאז,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום פריינדליך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך העלא »

ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, יעדער קען תשובה טוהן, אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו,

מען טאר זיי נישט פיינט האבן,
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך קאווע טרינקער »

און אלץ קאווע טרינקער, איז מיין מיינונג, אז אין א פאל ווי ליבי, וואס איז א געליטענע פון די סיסטעם, איז יא כדאי ס'זאל נתפרסם ווערן למען ישמעו ויראו ווי אזוי צו טרעפן א פאסיג'ען שידוך אין אזא פאל, וכדומה.
משא"כ ד.פעלדמאן וואס די סיסטעם האט איר סך הכל נאר ארויסגעהאלפן אין אירע שווערע זמנים, איז סתם א שלעכטע. והוא הדין פערי רייך, וואס די סיסטעם האט איר גארנישט שלעכטס געטוהן. והוא הדין שפיצעל שטרימפ פון קרית יואל
Under influence
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך פריינדליך »

העלא האט געשריבן:ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא,

יא אבער זייער וויין איז יין נסך, זענענן נישט באגלייבט אויף גארנישט אויף וואס א איד איז באגלייבט, זיי זענענן טאקע אידן מען וועט זיי טאקע שמייעסן פארן נישט ליינענן קר"ש ביים גיין שלאפן, אבער זיי זענן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל ביז זיי טיען נישט תשובה,

העלא האט געשריבן:אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו,

זיי גייען נישט אריין און די גדר פון חברך,

העלא האט געשריבן:מען טאר זיי נישט פיינט האבן,

עס איז מצווה זיי פיינט צו האבן, עס איז א מצווה פיינט צו האבן רשעים,
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך העלא »

א מחלל שבת בפרהסיא איז די וויין יין נסך, ותו לא, אויב איינער הרג'ט אזא איינעם איז ער נישט עובר אויף לא תרצח?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך שמעקעדיג »

פריינדליך האט געשריבן:איך וויל מגיב זיין און די נושא, אבער איך גיי נישט רעדן פון דעם מענטש פרעזענליך אויף וועם די אשכול איז געשטעלט, איך רעד בכללות א בליק ווי אזוי מען קיקט אויף די עושה מעשה בהמה, אבער עס איז נישט פון קיינעם פרעזענליך, אדער צו קיינעם פרעזענליך,

לעצטענס זע איך דא א ווינט, אז טייל שרייבער זיכען צו פארענטפערן אפגעפארענע שקצים, אויסווארפען פון אונזער לאגער וואס האבן פאר אביסל הבלי עולם הזה אוועק געווארפן זייער באשעפער, אוועק געווארפן זייער גלויבען, אוועק געווארפן זייער אנשוית, פירען זיך אויף ווי גרועים שבאומות, אוכלי נבילות וטריפות, גייען אויסגעלאסן א ווי גוים 40 יאר צוריק האבן זיך געשעמט צו גיין, בועלי אשת איש, רח"ל, זאכען וואס א אנשטענדיגער גוי טוט נישט,

זייט וויסען, אזעלכע מענטשן איז א מצווה פיינט צו האבן, עס איז מצווה זיי מרחק צו זיין ביז זיי טיען נישט תשובה, זייער וויין איז יין נסך, זיי זענענן נישט באגלייבט אויף גארנישט מדין עדות. זיי זענענן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, זיי גייען נישט אריין און די גדר פון חברך, זיי וועלן פארוואגעלט ווערן פון ביידע וועלטן אויב זיי וועלן נישט תשובה טיען, ער איז א מצווה זיי צו פארמיעסן און פיינט האבן ביז זיי טיען נישט תשובה, כדי אנדערע זאלן זיך נישט אפלערנען פון זיי, עס איז גארנישט דא און זיי אויף ארויפצוקיקען, בסך הכל האבן זיי נישט געהאט די מינעמאלע קוראזש זיך מתגבר צו זיין אויך אביסל תאוות עולם הזה, שקץ צשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא,

יעדער שוואכער אינגערמאן וואס קאמערט זיך צו האלטען ביי אידשקייט האט פול מער מענטשליכקייט און נערמאלקייט און זיך, און האט פיל מער סעלף ריספעקט, ווי די פאר נעבעכדיגע וואס האבן זיך אויסגעשלאסן פון כלל ישראל,

פריינדליך (אדער פיינטליך?...), אביסעלע פאוואליע.

קודם כל דער רמב"ם פסק'נט אז ווילאנג א איד גלייבט אין די 13 אני מאמינ'ס טאר מען אים/איר נישט פיינט האבן. איך זאג נישט מען זאל "ליב האבן", אבער עפעס אינדערצווישן (אויב ס'איז בכלל דא אזא זאך...)

נאכדעם, מען זוכט עס צו פארענטפערן פאר א סיבה. כדי צו פארזיכערן אז עס זאל נישט קומען נאכאמאל דערצו ביי קיין אנדערע אידישע קינדער. ווי רש"י אין פרשת אחרי, שלא תמות כדרך שמת פלוני. מען מוז פארשטיין וואס ליגט אין די קאפ פון די אפגעפארענע, וואס טוט זיי וויי, און פון דעם זיך ארויסלערנען א מוסר השכל, כמו שכתבתי לעיל, עיי"ש.

און בכלל - ווי אזוי קענסטו פסק'ענען אז "זיי זענען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל"? וואספארא מין גערעדכטס איז דאס? ס'שליסט זיך עפעס אזוי גרינג אריין און ארויס ווי אין א פיצא געשעפט? און פון וואו ווייסטו אויף וואס מען גייט זיי שמיייסן? הקב"ה רעכנט דעם נסיון לויט די אומשטענדן. און ער פארשטייט וואס דער מענטש איז אדורך. זיי נישט אזוי שטרענג אויף יענעמ'ס חשבון...
וירח ה' את ריח הניחוח
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך העלא »

דאס איז זיכער אז זיי באקומען א עונש אויף יעדע עבירה (אויב מען טוט נישט תשובה), און פארשטייט זיך אז לפום צערא אגרא, סא די עונשין גייען לויט די נסיונות אאון לויט וויפיל מען האט זיך געקענט העלפן
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך שרייבער »

העלא האט געשריבן:ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, יעדער קען תשובה טוהן, אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו,

מען טאר זיי נישט פיינט האבן,

איך רעד נישט פון די פרוי פערזענליך

אבער בכלליות פארגעס נישט דברי נעים זמירות ישראל "הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי"
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך פריינדליך »

שמעקעדיג האט געשריבן:פריינדליך (אדער פיינטליך?...), אביסעלע פאוואליע.

קודם כל דער רמב"ם פסק'נט אז ווילאנג א איד גלייבט אין די 13 אני מאמינ'ס טאר מען אים/איר נישט פיינט האבן. איך זאג נישט מען זאל "ליב האבן", אבער עפעס אינדערצווישן (אויב ס'איז בכלל דא אזא זאך...)

נאכדעם, מען זוכט עס צו פארענטפערן פאר א סיבה. כדי צו פארזיכערן אז עס זאל נישט קומען נאכאמאל דערצו ביי קיין אנדערע אידישע קינדער. ווי רש"י אין פרשת אחרי, שלא תמות כדרך שמת פלוני. מען מוז פארשטיין וואס ליגט אין די קאפ פון די אפגעפארענע, וואס טוט זיי וויי, און פון דעם זיך ארויסלערנען א מוסר השכל, כמו שכתבתי לעיל, עיי"ש.

און בכלל - ווי אזוי קענסטו פסק'ענען אז "זיי זענען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל"? וואספארא מין גערעדכטס איז דאס? ס'שליסט זיך עפעס אזוי גרינג אריין און ארויס ווי אין א פיצא געשעפט? און פון וואו ווייסטו אויף וואס מען גייט זיי שמיייסן? הקב"ה רעכנט דעם נסיון לויט די אומשטענדן. און ער פארשטייט וואס דער מענטש איז אדורך. זיי נישט אזוי שטרענג אויף יענעמ'ס חשבון...

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט,

א מאן אדער א פרוי וואס ער/זי, האלט נישט קיין שבת, אוכל נבילות ואריפות, האלט נישט איסור נדה, בועל אשת איש/מזנה מיט פרעמדע מענער, פירט זיך אויף ווי אז גוי/גויטע, אא"ו די ליסטע איז זייער לאנג אלעס אויסצורעכענענן,

איז א מצווה פיינט צו האבן, איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, די תורה האט זיי פארשאלטן מיט 13 ארור'ס, די חז"ל האבן זיי פארשאלטן, דוד המלך און האט זיי פארשאלטן,

וואס איז אזוי שווער צו פארשטייען דערמיט? קענסט איבערטייטשען די פסוק: ארור אשר לא יקום את דברי התורה הזאת?! אדרבה פראביר, און דערנאך זאג מיר צו דו האסט נאך עפעס צו פרעגן,
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

Re: ארטיקל איבער ליבי פאללאק

שליחה דורך פריינדליך »

שמעקעדיג האט געשריבן:פריינדליך (אדער פיינטליך?...), אביסעלע פאוואליע.
נאכדעם, מען זוכט עס צו פארענטפערן פאר א סיבה. כדי צו פארזיכערן אז עס זאל נישט קומען נאכאמאל דערצו ביי קיין אנדערע אידישע קינדער. ווי רש"י אין פרשת אחרי, שלא תמות כדרך שמת פלוני. מען מוז פארשטיין וואס ליגט אין די קאפ פון די אפגעפארענע, וואס טוט זיי וויי,

איך האב שוין פריער געשריבען,

פריינדליך האט געשריבן:מען גריבלט דא צופיל איבער וואס די דאזיגע טראכטען,