"כזה ראה וקדש - אין לך בו אלא חידושו"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

"כזה ראה וקדש - אין לך בו אלא חידושו"

שליחה דורך משה געציל »

מיר ווייסן דאך אז די אומה"ע ציילן זייער יאר לויטן זון, משא"כ כלל ישראל ציילט לויטן לבנה. בעת וואס דער זון לייכט א יעדן טאג מיטן זעלבן שטארקייט טוט דער לבנה זיך טוישן במשכ'ן חודש, ווען ער קומט אן צום שטערקסטן שטאפל פאנגט ער אן קלענער ווערן, ביז ווען ער קומט אן צום קלענסטען שטאפל וואס פון דארט ווערט ער גרעסער.

דער שפת אמת איז מסביר אז די סיבה פארוואס כלל ישראל ציילט לויט די לבנה איז וויבאלד כלל ישראל האט אין זיך אויך דעם כח החידוש, דער באשעפער האט געזאגט פאר משה אז פונקט ווי דער לבנה איז זיך מחדש א יעדן חודש מיט די זעלבע התחדשות און פרישקייט וואס זי האט געהאט ווען זי איז באשאפן געווארן אזוי אויך דארף כלל ישראל זיך מחדש זיין מיט פרישע כוחות א יעדע צייט. נישט טוהן דעם מצוה כמצות אנשים מלמודה נאר זיך שטארקן א יעדן טאג כביום נתינתה בסיני.

רש"י ברענגט פון חז"ל, "נתקשה משה על מולד הלבנה, באיזה שיעור תראה ותהיה ראויה לקדש, והראה לו באצבע את הלבנה ברקיע, ואמר לו, כזה ראה וקדש", עד כאן לשונו.

לויט דעם שפת אמת קען מען אפשר פארשטיין וואס משה האט געבאדערט און וואס דער באשעפער האט אים גענטפערט: "נתקשה משה על מולד הלבנה" וואס פאר א חידוש געשענט דא אין דעם לבנה וואס זאל אונז געבן א לימוד, דער לבנה איז דאך גארנישט מוסיף פון וואס ער איז געווען ארגינעל? "באיזה שיעור תראה ותהא ראויה לקדש" אפילו ווען דער לבנה איז ביים העכסטן שטאפל וואס דאס איז אינמיטן חודש איז דאך עס אויך נישט גרעסער געווארן בפועל?

"והראה לו באצבע וכו' ואמר לו כזה ראה וקדש" דער קידוש איז דייקא ווען די לבנה איז ביים קלענסטען שטאפל און ער פאנגט אן מיט א פרישקייט צוריק צו וואקסן! דער קידוש איז נישט אויף קיין שום נייע זאך וואס עס איז דא צוגעקומען. "כזה ראה וקדש" דאס וואס דו זעסט דאס איז דער גאנצע לבנה עס קומט נישט גארנישט צו.

"כזה ראה וקדש" האסט א תורה שלימה און דאס איז עס! עס פעלט זיך נישט אויס קיין נייע מצות! "אין לך בו אלא חידושו" דיין לימוד פון דעם לבנה איז דעם חלק החידוש אז ער איז זיך מתחדש מיט אקוראט דעם זעלבן פרישקייט צום זעלבען שטאפל אן קיין שום הוספות!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

להוסיף נופך והסבר
מען קען זיך מחדש זיין אפילו ווען מיין לבנה איז נאכנישט במילואה, עס איז נאר א נקודה קטנה,
דאס מיינט אז אפילו ווען איך בין נאכנישט אויסגעארבעט צו היטן די גאנצע תורה במילואה, אבער איך האב עטליכע נקודות קטנות וואס איך האלט יא איין, און איך האף און פרוביר אז ביז סוף חודש וועל איך שוין ווערן פיל אינגאנצן, קען איך מיר מיט דעם אויך זיך מחדש זיין.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פארשפארט