בעצם איז זיכער אז דער חוות יאיר איז גערעכט אז ווען מען באגייט אן איסור מיט א פרוי שלא מרצונה איז די פרוי גארנישט עובר, און זי איז נישט מחוייב זיך מוסר נפש זיין וכו', ווי אנדערע האבען געברענגט פין אלע פוסקים.
די חידוש פין חוות יאיר אויף דעם פאל איז אבער, אז דא איז די מיידל אהין געגאנגען מדעתה ומרצונה, און עס איז בכלל נישט געוועהן קיין אונס אהין צוגיין, ממילא איז זי שוין נישט אזוי ווייט קיין אונס, נאר א שטיקעל עובר ברצון, ווייל זי ווייסט אז דער גוי וועט איר אנרירען און מחבק ומנשק זיין, אפילו טאקע נגד רצונה, אבער זי באדארף זיך נישט אריין לייגען אין א סיטואציע וואס ברענגט צו דעם. ודו"ק.
היימישער ליטוואק
שו"ת מנחת יצחק חלק י סימן לא
והנה בנוגע לתשו' חוות יאיר (סי' ק"ח) שהבאתי בדברינו שם, נכון להעתיק דברי הגריעב"ץ בספר מגדל עוז (כ"ז ע"ג מדפה"ס) שכ' בזה"ל: ויש לתמוה על הוראתו להקל שם, כי הוא מתנגד ממש לההוא עובדא דהעלה לבו טינא הנ"ל שלא התירו אפי' בזיון בעלמא בלי שום קריבה לגמרי, וגם בסכ"נ להציל נפש מבנ"א, לא, עאכו"כ שלא להפקיר בתולה לעכו"ם לעבור על איסור קריבה דאסור מדאורייתא ומלקין עלי' למ"ד, וכ"ז לצורך פרנסת אבי' שבודאי לא הי' פיקוח נפשות, דבר זר ותמוה שסמך להקל בדבר ואע"פ שהאב חשש לעצמו ורצה להמנע, וסיים בסוף דאין לסמוך על הוראה זו כלל, ועי' בשד"ח (מע"ז סי' כ') שהשיג ג"כ על תשו' הנ"ל, [ומה שציינתי בתשובתי שם לאוצה"פ סי' ס"ב הוא בסי' כ"ב וט"ס בהנדפס שם].
די קשיא פין יעב"ץ איז נישט שווער בכלל, ווייל דארט ביי די מעשה ווי מען האט גארנישט מתיר געוועהן האט זיך געהאנדעלט פין א איד, און א איד איז אסור דאס צו טוהן אפילו ווען זי איז נישט מסכים. ווידער דאס רעדען מאחורי הגדר, איז אויך געוועהן בעניני זנות ווי רש"י זאגט דארט, ממילא פארדעם האבען די חכמים נישט מתיר געוועהן, כדי שלא יהיו בנות ישראל פרוצות, מיט אידען, וואס איז אסור לגמרי. ודו"ק.
עס קען זיין אז אנדערע אחרונים זאגען וואס איך זאג, אז דאס הייסט נישט קיין אונס, ווייל זי גייט אהין מדעתה ומרצונה, איך האב נישט געהאט קיין צייט נאך צו קוקען, כי טרוד אני מאוד בעוה"ר.