ייש"כ.
ברוך הנותן לקאווע דעת.
דאס איז מיר איינגעפאלן אויף שבת. איך האב געמוזט האלטן קאפ ביז מוצאי.
שבת, איז ביי מיר א "טראכטן טאג", הרהורים מותרים. א גאנצע וואך האב איך ניטאמאל צייט צו חלום'ען. ווי פריה איך זאל נאר אויפשטיין וועט דאס זיין שפעט. לערנען; דאווענען; שמועסען; טרינקן קאווע (נישט בחינם רופט מען מיך קאווע טרינקער); אויפשרייבן אין גראסערי; צוטיילן די קינדער פאר אלע מוסדות אין שטאט; קאמפלימענטן דאס ווייב פארן זיך אזוי שיין אנטוהן פאר איר באסס; און צום לעצט, טרעפן דעם ארט וואו איך האב אוועקגעשטעלט מיין אדעססי נעכטען נאכט – די אלע זאכן מוטשען מיך זייער אויס, איך בין שוין אויסגעארבעט נאך איידער דער ארבייט-זייגער קלאפט 9. ווער רעדט נאך פון די פרעשור ביים ארבעט זעלבס. איר מיינט טאקע ס'גרונג צו פירען געשעפטען און ליינען "נישט געליינטע הודעות" בהעלם אחת? צו מאכן א לאנגע טאג קורץ, גלייבט מיר, איך רילעקס כמעט נישט. ביינאכט ווען מיין רעכטע פיס איז שוין אין בעט, בין איך שוין נישט דאהי צו געדענקען ווען און וויאזוי די לינקע פיס איז אהער געקומען. אפילו פאר בערב-אל-תנח, האב איך קיין כוח.
ס'קומט אבער שבת, בפרט אין די ווינטער פרייטאג'ס, וואס איך בין זיך נוהג, כמנהג בית אבותי, צו מאכן פרי-שבת, אזוי אז זיבן-דרייסיג האלט מען שוין נאך די זופ, מיט פארקלעבטע אויגן. נאך א קורצע, אבער טיפע, דרימעל וועק איך זיך אויף צו א ליידיגער טיש, ס'שא שטיל. א פלעסטיג-גלעזעל מים-אחרונים-וואסער ווארט מיך אפ, מ'פארגעסט נישט צו זאגן די ברכה אשר נתן שבתות. די סעודה איז פארטיג, און מיין שבת הייבט זיך אן: איך לייג מיך אריין אין בעט, כ'דריי דעם גע'אסר'טן שבת-לעמפ, כ'עפען די גע'אסר'טע ספרי קודש, און מיט די גע'אסר'טע פאשקעס'עס פאווערע זיסע טשאקלעד אויף דער זייט, ווער דארף מער?
אז מ'רעדט שוין, וויל איך טאקע באדאנקען כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, פארן נישט פירן טיש, אזוי ארום בין איך פריי כאטש איינמאהל א וואך. Just kidding דער אמת איז, כ"ק שליט"א פירט יא א טיש, וועכענטלעך, ער פירט, אבער איך לאז זיך נישט פארפירען. רש"י אין בחוקותי זאגט קלאר, אז פרייטאג-צו-נאכטס איז א צייט וואס מענטשען בלייבן אינדערהיים! און אז רש"י – דער ר'בן ש'ל י'שראל – האט נישט געפירט טיש, דארפסטו נישט זיין קלוגער ווי רש"י. א חוץ אויב דו ביסט ר'בן ש'ל כ'ל ב'ני ה'ג'ולה.
יידל האט געשריבן:קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.
ס'איז נישט מיין.
אדרבה, לאמיר מברר זיין דעם אמת.