לאמיר גיין אביסל ווייטער צו צולייגן די רשעות, טפשות, שקר, וואס ליגט אין דעם נארישן ביכל "חונן הדעת".
ד. "הליכה לקברי צדיקים" – מען האט אייביג געוואוסט ביי אידישע קינדער די גרויסקייט פון גיין אויף קברי צדיקים דארט מתפלל צו זיין, ער מישט דא צאם הודו מיט כוש אז מען טאר נישט מתפלל זיין נאר צום אייבערשטן און נישט צו א צדיק, וואסערע שייכות האט איינ'ס מיטן צווייטן? מען איז אייביג געגאנגען צו צדיקים אז זיי זאלן מתפלל זיין פארן מענטש, ווייל דער צדיק האט א גרעסערע כח צו פועל'ן ביים אייבערשטן א ישועה, און אזוי איז מען אויך געגאנגען צו קברי צדיקים אויך מיטן זעלבן ציהל אז דער צדיק וואס איז אין די בחינה פון "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם" קען ער נאך שנעלער פועל'ן ישועות, עס זענען דא טויזנטער מעשיות ווי אזוי מענטשן זענען געהאלפן געווארן מיט געוואלדיגע ישועות ביי קברי צדיקים.
זעהט אויס אז שנאה מקלקלת השורה, ער איז אזוי אויסן צו אראפרייסן אומן, אז ער מאכט שוין אין איינוועג'ס אוועק די גאנצע גיין צו קברי צדיקים, וואס איז אנגענומען הייליג ביי אלע אידישע קינדער אין אלע דורות, אין די תורה זעען מיר נאך אז כָּלֵב איז זיך געגאנגען משתטח זיין ביי די קברי אבות אז ער זאל נישט פארכאפט ווערן מיט די מרגלים, און לויט דעם טיפש דער בעל ה'ביכל, איז דאך לכאורה זייער שווער, ווי אזוי איז ער געגאנגען מתפלל זיין צו די אבות? ואין ראוי להתפלל לזולתו?
נאכדעם ברענגט ער א מעשה פון רביה"ק מסאטמאר וואס האט כאילו אוועקגעמאכט דאס גיין צום ציון פון הייליגן רבי ר' אלימלך, "ער האט געפרעגט פון א מענטש צו ביים תפלין לייגן שפירט ער אויך אזא התעוררות ווי ביים ציון פון רבי ר' אלימלך, און ווען יענער האט געזאגט אז נישט, האט דער רבי געזאגט אז עס איז נאר א דמיון".
קודם רביה"ק מסאטמאר אליינ'ס האט געהאקט קעגן דערציילן אבי מעשיות אן א מקור
צווייטנ'ס ווי קומט דא אריין התעוררות? אז איך פיל נישט קיין התעוררות אין לייגן תפלין, זאל איך נישט לייגן קיין תפלין? אויב עס אנגענומען ביי אלע אידן צו גיין צו קברי צדיקים צו פועל'ן ישועות, און מען טרעפט דאס אסאך מאל אין חז"ל און אין אלע ספרים, ווי אזוי קען מען עס אזוי גרינג אוועק מאכן?
דריטנ'ס, און דאס איז שוין אן ענטפער אויף נאך עטליכע פלעצער אינעם ביכל, ער ברענגט אסאך מאל מעשיות וואס ער האט געהערט פון דעם אדער פון יענעם, אלץ מקור צו זיינע ווערטער, יעצט וויל איך פארשטיין, אויב רבי נחמן און רבי נתן זענען נישט קיין גוטע מקורות, איז דיינע אויסגעזויגענע מעשיות וואס דו האסט געהערט פון איינעם און עס איז נישט געדרוקט אין ערגעץ, איז דאס יא א גוטע מקור? אתמהה?
און דרך אגב איבער דעם ענין איז דא אן אינטערעסאנט שטיקל אין שיחות הר"ן סימן קנ"ו.
(אפילו לשיטתו פון דעם טיפש, איז דאך שיחות הר"ן יא מער קראנט, און עס איז יא געשריבן געווארן לדורות פאר יעדן איינעם).
כשהיה באומאן שמע בביתו קול של הצועקים על הבית עלמין על קברי אבותם שדרכם לצעוק ולהתפלל שם בקול מר כנהוג, ופעם אחת שמע אשה אחת שהיתה צועקת שם על קבר אביה, אבי, אבי, בקול מר מאד, ובתו תחיה היתה עומדת אצלו אז ענה ואמר לה: האשה הזאת צועקת בכונה היטב אבי אבי, אבל אביה אינו בכאן כלל.
ואמר אז שטוב כשבאים על קברי אבות לומר להמתים השוכנים סביב סביב לקבר אביהם ואמם וכיוצא שבאים אליו לבקש מהם שיודיעו לו שבא בנם או בתם אליו כי בודאי לא כל המתים נסתלקים ממקום קבורתם למקום שנטרדים כי הרבה שרויים על קברם על כן טוב להודיעם כדי שהם יודיעו לאביהם וכו'.
ואמר אז: אבל אצל הצדיק אין צריכים לחשש על זה שמא אינו שם, כי מיתת הצדיק הוא רק כמו מי שיוצא מחדר לחדר אחר והמשיל אז לבתו על עצמו כמו שאני עתה בחדר זה ואחר כך אני יוצא מחדר זה ונכנס לחדר השני וסוגר הדלת אחרי אם אתה תבוא אצל הדלת ותצעק אבי אבי וכו' לא אשמע דבריך ?!
כדברים האלה נשמע מפיו הקדוש כמה פעמים שרמז לכל אחד ואחד כמה גדולה המעלה של מי שיזכה לבוא על קברו הקדוש והנורא כי בודאי ישמע דבריו ויעזר ויושיע לו בכל מה דאפשר.
ווי אזוי זאגט מען? ווער ס'האט שכל פרובירט עס אויס, אבער שכל קען מען נאך דערווייל נישט קויפן.
פארזעצונג בקרוב אי"ה.
ברסלב, איך בין צומישט
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
המשך חלק ב'
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
פותחין בכבוד אכסניא: יישר כח פאר'ן קאווע שטיבל.
יעצט צום ענין: ווען עס איז ווען נישט אויפן אינטערנעט וואלט דער יעניגער חונן ה"טעות" נישט ווערט געווען קיין טינט אין קיין פאפיר אפצוענטפערן אויף זיינע דברי חירוף וגידוף, נאר היות דא ווערט נישט געניצט קיין טינט און פאפיר, ווי אויך די אינטערנעט (חוץ אין די ד' אמות פון "קאווע שטיבל") איז דאך די פלאץ אויסצולופטערן אלע שמוץ און כפירות פון די גאנצע וועלט, דא אין דעם גרף של רעי איז זייער גוט צו שרייבן אפאר שורות בענין הנ"ל, והבוחר יבחר אזוי ווי אלע אנדערע זאכן וואס ווערן דא אויסגעלופטערט און הבוחר יבחר.
איך וויל נאר מסביר זיין דעם קיטון של שופכין און גרף של רעי זיינע לפי עניות דעתי וקט שכלי.
דער בעל ה"גרף" איז מבאר אין זיין חיבור אז ספר נועם אלימלך היות עס איז געשריבן געווארן דורך זיין זוהן ר' אלעזר הגם כבודו במקומו מונח און מען טוט נישט ח"ו גורע זיין קיין זוז כל שהו פון די גדלות פונ'ם ר"ר אלימלך און פון הרה"ק ר' אלעזר און הגם ער איז געווען אזוי אדוק אין זיין גרויסען טאטען איז אבער נישט מוכרח אז ר"ר אלימלך וואלט ממש אזוי געשריבן, און בפרט די אגרת הקודש וואס ר' אלעזר האט געשריבן קען מען אפלערנען אנדערש ווי איהם און עס איז ווייטער כבודו במקומו מונח און ער איז ווייטטער הייליג הייליג הייליג. עפ"ל
(לייען: נועם אלימלך – לקוטי מוהר"ן. אגרת הקודש – חיי מוהר"ן. ר"ר אלימלך – ר' נחמן. ר' אלעזר - ר' נתן)
עוד יש להעיר לענ"ד: פון די ווערטער פונ'ם בעל הגרף זעהט אויס אז די ספר ליקוטי מוהר"ן חיי מוהר"ן שיחות הר"ן איז נאר וואס ארויסגעקומען מתחת מכבש הדפוס און "קיינער" מקטן ועד גדול אין די לעצטע 200 יאהר האט נישט געהאט קיין צוטריט צו די ספרים און זיי ניטעמאהל געזעהן אין כתב יד, און אויף דעם "נייעם" ספר (וואס איז געליגן אין שטוב פון אלע צדיקים אשר כל בית ישראל נשענים עליהם וביניהם רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע ותלמידיו) האט מען געווארט אויף דעם אומפארשעמטן יונג צו מבאר זיין ווי אזוי צו לערנען פשט... ממש א נייע פולמוס וואס דער חצוף ועז פנים האט יעצט ערפינדן והוא לפלא.
אין צום שלוס א ווארט צום בעל הגרף: דו גראביאן! דו שמוץ! ווען די האסט דיך נאך געפאטשקעט אין דיינע פינסטערע חטאות נעורים האבן שוין הונדערעטער טויזענטער יודן וביניהם גדולי ישראל אויפגעוועהן נעכט מיט עבודות קדושות וטהורות וואס איז באקאנט אפילו צעווישן די אויסגעשפראכענע מתנגדים אויף ברסלב, און דו אומפארשעמטער נידערטרעכטיגער פרומער רשע מתוך כרס מלא און איבערן קאפ מיט עבירות האסטו א דעה צו ר' נחמן יא ר' נתן נישט ר' נתן יא ר' נחמן נישט ווער האט דיר געפרעגט, שטעק דיר אריין די קאפ אין ביה"כ, נישט אין דברים העומדים ברומו של עולם.

הלכה כדברי "המכריע"
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
דערנאך ווינדערט מען זיך ווען רביה''ק מ'סאטמאר שרייבט, אז נשתכח תורת הבעש''ט און וצריך ''בינה יתירה'' להתבונן בדבריהם הקדושים, דאס איז זיכער אז די מחבר פון די ספרי מינות דארף שטארק בעטען ביי ''חונן הדעת'' און החזירינו בתשובה.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:13 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
ציוני האט געשריבן:דער עיקר וואס איך האב געזעהן,
איז אז ברסלב כהיום הערשט א גרויסע תוהו ובוהו,
איך בין אויפגעוואקסן אז ר' יעקב מאיר שעכטער איז ברסלב, ותו לא, דעמאלטס האב איך געוויסט אז אליעזר ברלנד איז א פרענק, און ניצט ברסלב פאר זיינע פריוואטע צרכים, וכן א.ש. שיק, ניצט דאס פאר זיינע תאוות של גינוני מלכות וכו' וכו',
יעצט זעה איך שוין אז יצחק מאיר מארגנשטערן איז אויך היבש צומישט, יעדן קונ' זיינער האט א אנדערע בירור וואס ר' נחמן האט געוואלט, (אולי לשיטתו, ווענדט זיך, ווען איטשע מאיר איז אין אצילות לערנט ער אנדערשט פשט, ווי ווען ער איז אין בריאה, כידוע לבקי בספרי ים החכמה)
בקיצור כהיום ווייסט קיינער נישט (חוץ ר' יעקב מאיר לדעתי) וואס ר' נחמן אדער ר' נתן האבן באמת געוואלט, און ווען מ'בעט א ברסלב'ער א סייעתא אז ר' נתן איז גערעכט, זאגט ער דיר נאך נאך א ר' נתן, וואס זאגט אז ר' נחמן האט אים געזאגט, נאך א טוץ מיט הגזמות, בקיצור ס'איז נישטא קיין שום סייעתא מן החוץ
עס איז זייער פשוט עס איז נישט קיין צומושעניש ברעסלעוו איז ווער סאיז אדער משוגע אדער א נואף
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לאדיך אפ האט געשריבן:כל הפוסל במומו פוסל. א בעסערע הסבר האב איך נישט פאר דיין סטופיד קאמענט פול אף ביגאטרי.
איך זעה אז ר'האט נישט ארויס ברסלב קיין כהוא זה. ווייל אפילו ר' אליעזר ברלנד וואס ס'דא א יש אומרים אז ער האט אליין אנגעדרייט די בארימטע מעשה פארגאנגענעם זומער. (די בעלי המוסר האבן אזא מהלך,אז ס'כדי אריינצוכאפן בזיונות) אבער קיין קטלא קניא אדר א פראסטער יונג איז ער נישט.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
לאדיך אפ האט געשריבן:כל הפוסל במומו פוסל. א בעסערע הסבר האב איך נישט פאר דיין סטופיד קאמענט פול אף ביגאטרי.
ספר המדות ערך מריבה אות כ
הַנּוֹאֲפִים לָרוֹב הֵם בַּעֲלֵי מְרִיבָה לַצַּדִּיקִים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל