ר' איד צו ווערן קאנעקטעד דריקט שוין דעם קנעפל (אשכול)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

ר' איד צו ווערן קאנעקטעד דריקט שוין דעם קנעפל (אשכול)

שליחה דורך בונעס איירעס »

איך האב אנגעארבייט היינט אווי יעדן טאג, א פולען שווערען אפגעמאטערטע טאג,

היינט ב"ה איז עס געלונגען, אויפגעשטאנען בין איך אויף גאנץ א נארמאלן שעה (אויף מיין זייגער) אפגעהיטשט מיט מיין טעגליכען דרייווער אין בית מדרש אריין, געכאפט אפאר קאווע'סלעך, (ניין.. דעם דבר יומו איז נישט אויף מיין טא דא ליסט בכלל) אריבערגעווישט מיין בלויע געלען מקוה קארטל ביי די אייזערנע גראטעס, ער האט מיר געגיבן דעם סימן מיט א גרינעם ליכט שיין, ווי צו זאגען יא בונעס איירעס היינט קענט איר אריין… אפגעטונקען און אפגערייניגט דעם גוף מיינער, אפגעטראכט מיינע ענינים ווי זוי איינצושטעלן דעם היינטיגען טאג עס זאל קלאפען מיט די 24 שעה,

אפגעפאטש'ט אלע מיינע ארומיגע מיט מיין להתעטף בציצית, אפגעדרייט די רצועות, פארשטייט זיך געבעטן מיינע בקשות צום אלמעכטיגען ג-ט, אין איך בין שוין אויפן וועג ארויס מעגיימיר אנהייבען דעם טאג, מע גיימיר אנהייבן דיעלן מיט די קליענטען, אנהייבן ריספאונדען צו די טעקסט און טעלפון רופען.

הקיצור דער טאג פארט ב"ה דורך, איין קליענט איז אביסל גערעגט מען האט אים נישט צופרידען געשטעלט אויף וויפיל ער וואלט ווען געוואלט, א צווייטער איז גאר צו פרידען ווי זוי מען האט אים אזוי שיין אויפגענומען און באהאנדעלט, שוין געהאט א מיטונג צוויי ביי מיטאג צייט (מיין פרישטאג צייט) איין מיטונג צערעמאניע איז ב"ה געלונגען, כאב יענעם קאנווינצט אז איך בין דער בחור וואס ער זיכט שוין אזא לאנגע צייט.. אזאש אז סאיז מיר שוין געלונגען אז א דיפאזיט האב איך שוין אויך אין מיין ביזעם קעשענע…
דאס צווייטע מיטונג האב איך שוין געשפירט גלייך פון אנהייב ווען דער נארוואס חתונה געהאטער יונגערמאנטשיקל איז ארויסגעקומען פון זיין שווערס געבארגטע "אדאסי", אז דאס איז שוין א לבטלה למפרע, דער יונגערמאנטשיק וויל נאר אביסל ליפטערען זיינע געשמאקע געדאנקען אז ער פירט א ביזנעס אין ברויך פשוט נאך איינעם מיט צו שפילן מיט זיין פאנטאזיע, אבער כאב דאך באשטעלט א גרויסען טעלער מיט מעדנים, נא שוין וואס הארט מיך אז דער וועט זיצען אנטקעגען מיר אין אפקויפען מיין אידיאלאגיען אויב נישט מיין מסחר קענטעניס כאטש מיינע קאמפלאצירטע אידישקייט איידיעלען…

אזוי ציעט זיך ווייטער דער טאג מיינער מיט פראסטראציעס, שוין נאכגעלאפען מערערע קליענטען פאר אפאר גרייצער, וואס זיי פראבירן אנצוכאפן פאר נאך א טאג ביז איך איך וועל זיי כאפן ביים קארג… (ס'דערמאנט מיך אמאל האט מיר א באס דרייווער פארציילט אז ס'דא מענטשען וואס מאכען זיכער צו געבן דעם טיקעט זייערע ביים אראפגיין, הכל ריווח ווי לאנג ס'קען נאך ליגען ביי אים אין קעשענע) איך האב שוין פראבירט צו קאלען פון "פאני" נומבערס זיי זאלן דעם טעלפון אויף מיר אויפהייבען, אין איין רגע ליבער פריינט, פארגעסט נישט געארבייט למעשה אויך… אויסער קאלעקטאן.. מיטונגען.. דארף מען דאך פיזיש אויך ארבייטען א 5 -6 שעה, הקיצור א פולען אויסגעמאטערטען טאג איז פאראיבער, ווי אויף יעדען בר נש אויף דעם פלאנעט וואס זיכט ברויט צו שטעלן אויפן טיש, פאר די פאמיליע, איבערהויפט מיר אלע אין דעם יאגענדיגען טומעלדיגען נוי יארק אונזערע.

ענדליך ענדליך קום איך אהיים אויסגעמאטערט, מיט האלב פארלאשענע אויגען לאז איך אראפ די שווערע אויבער וועש פון מיין קערפער, איך ווארף אלעס אויף איינמאל אראפ אויף מיין מקום קבועה, דעם פאטעל, איך הייב אן א פרישע מערכה, איך הייב אן פראבירען מיין איינפלוס אויף די קליינע חברה מיינע, זיי זאלן זיך אריינלאזען אין זייערע געלעגערס וואס שנעלער, עס זאל מנוחה און שטיל ווערן און איך זאל מיינע מידע צווארפענע ביינער קענען אביסל מסדר זיין, אין נאך אניאגען עפעס א יידיש ווארט היינט צו פארדייען, אבער יעדער האט נאר נאך 1 זאך צו זאגען און ווייזען נאר נאך 8 מאל, ענדליך דערזעי איך אלעס שאא שטיל…איך ווארף מיך אריין אינעם פאטעל… און פארמאך אביסל מיינע מידע אויגען..אט אט אין איך גיי שוין זעין רואיקע פלאטערלעך מיט שיינע פארביגע קאלירן דורכלויפען מיינע פאנטאזיעס… אין אט אט כמעט איך דרימעל!

אבער הערט א מעשה, די רגע וואס כאב נאר די זאקען אראפגעווארפען אויף דער ערד, אביסל לופט צוצולאזען צו מיינע פארשוויצטע פיס פלאכען, איך גראד מיר דעם ריקען אויס.. די ברילן א ווארף געטון אן קיין חילוקים ווי עס לאנדעט, די הויזען טרעגער אביסל לויזער געמאכט,

….און … דער דערווירענדער טרייבעל אויף דער וואנט צוקלינגט זיך.

און צו מיין מזל אזוי הויעך אז ער קען א שייגעץ פון שאול תחתית ארויסציען…. איך טראכט צו מיר יא? ניין? אויפהייבען? בלייבען? די זאקען ווי זענען מיר? יואוי די ברילען ווי איז געפלויגען? אבער די החלטה איז געגאנגען…. אז איינער רופט אין אזא צייט ווען מען ענדיגט ענדלעך דעם שווערן אפגעמאטערטען טאג, ווען מען זעיט די שטערנ'ס מיט דאס געזונדעל און ענדליך זענען זיי אלע אין די געלעגערס ווען איך קום אהיים א אויסגעמאטערטער פון ארבייט, ווען די בני בית פארענדיגט ענדליך דעם לעצטען טעלער אפגלאנצען מיטן אפווישטיך…. טראכט איך צו מיר דאס מוז דאך דאס זיין א פיקוח נפש קאלל, נא ווי קען איך ליגען אזוי גלייכגיליטיג מיט די נאקעאטע פיסלעך און לאזען דעם טרייבעל פשוט קלינגעקן??

איך שטעל מיך אויף מיט מיינע לעצטע כוחות, איך שלעפ מיך צו צו דעם טרייבעל, טראכטנדיג אבער ווער איז דאס טאקע? כהאף אלעס איז מסודר ביי מיינע פריינט, איך קוק אויפן איידי דער נומבער איז מיר גראדע נישט קענטיג, הייב איך אויף מיט א געמאכטן רואיגען האלוי….

און פון די אנדערע זייט טרייבעל הער איך א קלארער שטימע נאך מיט א כאריזמאטישען אויסלייג פון ווערטער דערצו אויך, אזוי:

היינט נאכט!!! אויס מיט אלע אייערע חובות!!! אראפ מיט אלע דאגות!!! אן עק צו אייער קאפ ווייטאג איינמאל פאר אלעמאל!! היינט נאכט!! איר זענט דער געווינער פון דעם 4 שטאקיגען אפארטמענט הויז אויסגעצאלט אנע מארטגידזש היינט נאכט!! קענט איר ווערן גליקלעך פאר דאס איבריגע פון אייער לעבן און פאר אלע אייערע דורות הבאים אחריך….
דריקט שוין 2 איר זאלט נישט מארגען דארפן וויינען..….און "ווערט שוין קאנעקטעד" מיט די ראפפעל צעטנער פון מוסדות שפאטיווקא על טהרת הקודש!

איך בין נאך האלב שטים פון דעם גלענצענדען געלעגענהייט, אזא זאך? אלעס אלעס ממש אויף א גאלדענעם טאץ… איך קראץ מיין קאפ צו זעין צו איך ליג נאך אויף דעם אויסגעצויגענעם פאטעל אדער טאקע בין איך דער גליקליכער… פון וועם דער אינעם טרייבעל רעד מיט אזא קאנפידענץ.. ווי לאנג איך כאפ מיך אינמיטן מיין פארנעפעלטן כמעט געכאפטען דרימעל, וואס, ווי, ווען, אט דעם זעלבען רוף באקום איך יעדע נאכט 4 צו פינעף מאל, אין אט די זעלבע צייט, און אט די זעלבע סיטואציע, און מיט אט די אלע גאלדענע גליקען…

איר ווייסט אוודאי פון וועלכען נודניק איך רעד דא, אזא מין זאך דאס? א אומדערהערטע חוצפה, און לאזיגע שטיק!

א נייע פוסטע דערווירענדע טאקטיק פון פארדרייען דעם קאפ פאר אומשולדיגע מענטשען, איר ווילט צדקה? זייער גערן איך גלייך צו געבן צדקה ווער גלייכט נישט? א גוט שפירענדע מצוה! אבער עס האט א נארמאלען וועג מוז דאך נישט זיין און אזא צייט וואס איר ווייסט איר רעגט אויף די מענטשהייט,
יעדעס אפטרופס וואס דערקלערט זיך אן ארגענעזאציע מיט א פי או באקסל, קליגט איבער דעם נעכטיגען חבר מיט המצאות פון שלעפען דעם אויער פון דעם אומשילדיגען אויף די אנדערע זייט.

פיין און וואויל זיסער ברודער און שוועסטער, העלפט אידן פירט ארגענעזאציס, זייט ממשיך מיט אייערע נאבעלע מעשים, מיר ווילן אייך העלפן און אונטערשטיצען, אבער אלעס און זיין צייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום בונעס איירעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר