גדולי וגרושי ישראל - גדולי ישראל שהתגרשו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך הער וואס דו זאגסט, אבער דו האסט נאכנישט געהערט וואס איך זאג און דו שרייסט שוין.
קודם איך האב ברוך ה' אן אויסגעצייכענטע שלום בית, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
צווייטנ'ס האב איך טאקע געוואלט שרייבן פון שלום בית, אויך שוין נאכן פייט, ווי אזוי דריידט מען צוריק?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ברסלבער האט געשריבן:איך הער וואס דו זאגסט, אבער דו האסט נאכנישט געהערט וואס איך זאג און דו שרייסט שוין.
קודם איך האב ברוך ה' אן אויסגעצייכענטע שלום בית, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
צווייטנ'ס האב איך טאקע געוואלט שרייבן פון שלום בית, אויך שוין נאכן פייט, ווי אזוי דריידט מען צוריק?

לגבי מיין טענה איז נישט משנה בכלל וואס דיינע עצות זענען, עס איז א כללותדיגע טענה אויף די גאנצע מהלך פון טענה'ן אז עס איז דא אפאר פשוטע עצות וואס זענען א "פיט פאר אל" שלום בית רעסיפי. און מיין שאלה איז בכלל נישט געווען וואס טוט מען נאכן פייט נאר די פראבלעם אז עצות און כללים העלפן א רעטאך במציאות ווען סדא א פראבלעם. (כמובן איך רעד עקרונותדיג, אוודאי איז דא אסאך וועם מהעלפט און מקען העלפן).
I have a dream
Martin Luther King ~
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

לגבי דעם קדושת יו"ט איז באקנט אז זיין ערשטע פרוי האט נישט געוואלט נעמען א גט, עס איז געווען א שטילע (גרויסע) פלוגתתא צווישען צאנזער רב זצ"ל בעל הד"ח און דער בעל ערך ש"י הראב"ד מסיגוט אצל הקדושת יו"ט, דער צאנזער רב האט מתיר געווען צו גט'ן בעל כרחה, און דער ערך ש"י האט מפקפק געווען [כמדומה]. למעשה איז זי געבליבן וואוינען אין חצר פונעם קדושת יו"ט.
די סיבה פון נישט רעדען פין די עסק איז פשוט, ווייל לויטען ערך ש"י קומט דאך אויס אז ..., [וי"א אז אלע גאר גדולי הדורות זענען נולד געווארעןן דורך געוויסע ... כדי לכסות הענין פון יענע חברה ושלא להתגרות בהם].
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אויסער דעם וואס לעיקוואוד טענה'ט, האט די גאנצע זאך נישט קיין פירוש. ווי אזוי איז מעגליך אז יעדע איינציגע קאפל זאל זיך גוט לעבן בשעת זיי האבן זיך אפילו נישט אויסגעוועלט איינער דעם צווייטן (און אפילו ווען יא דארף מען אויך רחמי שמים) עס זענען דא אזויפיל מענטשן מיט קעגנזעצטע נאטורן, און אין אזא פאל אפילו ס'איז דא שלום בית, דהיינו מ'קריגט זיך נישט, קען דאס ממש זיין א גיהנם פאר צוויי מענטשן וואס זענען כרחוק מזרח ממערב. נישט יעדע צוויי נארמאלע מענטשן קענען לעבן איינער מיט'ן צווייטן פאר זיבעציג יאר אונטער איין דאך, אפילו אויב ביידע האבן גוטע מידות.
האדם לא נברא אלא להתענג
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

איך ליין דא וואס די עולם שרייבט, זייענדיג א מיטגעמאכטער, און זיך באקענדיג מיט די מצב אויף די אייגענע עקספיריענס וויל איך ארויסברענגען דעם אמת לאמיתו,

די תורה האט באשאפן א טבע הבריאה אז יעדע מענטש ווען ער קומט צו די 20גער יארן,

פעלט אים אויס א פרוי וואס עס זאל זיין פון ביידע זייטן "על כל פשעים תכסה אהבה", אז נישט ברענגסט עס צו צום ערגסטן

ווי די גמרא זאגט:
השרוי בלא אשה שרוי
בלא חומה
בלא שמחה
בלא טובה

כל אדם שאין לו אשה אינו אדם

ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה (ווייל בלא אשה איז קיין טהרה נישט דא)

די גמרא זאגט:
המגרש אשתו ראשונה אפילו מזבח מוריד עליו דמעות,
און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע
אסור לגרש אשתו ראשונה,

אבער:
אשה רעה מצוה לגרשה,

איז אזוי דאס ענין פון זיך גט'ן איז זייער א ביטערע זאך, יעדע גרוש נישט כל חילוק צו ער קען כל התורה כולה צו ער קען גארנישט
ווערט שוואכער אין אידישקייט מיט יעדע פארבייגייענדיגע טאג,

מ'זעהט עס אין די גמרא אויך:
ווי איינע פון די אמוראים האבן געזאגט אז ווען ער וואלט ווען חתונה געהאט ביי די 14 וואלט ער געקענט זאגן "גירא בעינא דשיטנא"

דאס איז די ענין פארוואס ביי די חסידים האט מען איינגעפירט חתונה האבן פרי און באהאלטן פון די קינדער ווי מער,
ווייל אזוי איז דא די מערסטע טשענדזשעס זיך צו האלטן ביי אידישקייט,
חתונה צו מאכן די קינדער נאך פאר זיי קומען צום שכל,


עכ"ז א צו זיין השרוי בלא אשה איז אזא געפערליכע זאך, נאך ערגער איז ווען איינער האט א אשה רעה, אדער אז מ'האט נישט קיין שלום בית, ווייל דעמאלט זעהט מען נישט
מען נישט קיין וועג ארויס, איז די נסיונות שטערקער, משא"כ השרוי בלא אשה קען יעדן טאג געהאלפן ווערן

דאס איז זיכער אז יעדע מענטש מוז טוהן כל טצדקי שבעולם צו לעבן מיט זיין זיווג באהבה ואחוה ושלו' וריעות, אהן דעם קען מען קיין מענטש נישט זיין און אודאי נישט קיין איד,

ליידער איז דא פעלער ווען מ'דארף זיך גט'ן וואס דאס איז ביטערער ווי ביטער


גלייבסט מיר בנאמנות איך בין געווען גרייט צו טוהן כל טצדקי שבעולם זיך נישט צו גט'ן, איך בין געווען גרייט אויף עולם,
אבל מה אעשה אז זי האט זיך געהאלטן קלוגער און בשום אופן נישט געהאלטן ביים ארבעטן אויף זיך,
אין אזא פאל איז געזאגט געווארן "אשה רעה מצוה לגרשה"

לעבן מיט א פרוי וואס מאכט ביטער די לעבן איז ערגער ווי זיך גט'ן


איך בין איבערצייגט ביי נאך צענדליגער וואס האבן זיך נאר גע'גט בלית ברירה

איך וואלט זאגט פארקערט 90% אינגעלייט וואס גט'ן זיך זענען געווען גרייט צו ארבעטן אויף שלום בית, נאר פרויעהן טראכטן נישט אזוי טיף נעמען זיי די גרינגערע וועג און גייען אוועק און האלטן נישט ביים ארבעטן,

ונסיים בדבר טוב,
מיר שטייען אין חודש שבט וואס איז ר"ת די 3 זאכן וואס שטייט אויף השרוי בלא אשה,

ש'מחה ב'רכה ט'ובה,

זאל דער אייבערשטער העלפן אז אלע אידן זאלן לעבן מיט זייער באשערטע בשמחה ברכה טובה, און אלע וואס האבן נישט קיין ש'מחה ב'רכה ט'ובה זאלן זוכה זיין דערצו
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

אפשר אפטיילן די לעצטע פאר תגובות פון דעם אשכול, מאכען אן עקסטרען אשכול - 'קען מען צוריק האלטען זיך גט'ן מיטען ארבעטען אויף שלום בית', נישט אויסמישן מיט די גדולי הדור.
בד"וו מען זאגט א ווערטל פארוואס מזבח מוריד דמעות, ווייל נאך די חתונה דארף מען כסדר ברענגען פארשידנע מיני קרבנות פאר די ווייב, יעדער מין און זיין צייט, אסאך מאל קרבן תודה - 'טענק יוא' דיס אר דעט ואס סא גרעיט, קרבן שלמים - מתנות לאשתו סתם אזוי, און צומאל קרבן חטאת - "איי עם סארי" די ביסט גערעכט. וכו' וכו' כל המוסיף מוסיפין לו. אבער מען קומט צו א מצב מען גט זיך איז דאך א סימן אז מען האט נישט מקריב געווען גענוג קרבנות פאר די פרוי לכן 'מזבח מוריד דמעות'. [פארשטייט זיך יעדע כלל האט א חוץ].
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

גוטע פינטעלך האט געשריבן:אפשר אפטיילן די לעצטע פאר תגובות פון דעם אשכול, מאכען אן עקסטרען אשכול - 'קען מען צוריק האלטען זיך גט'ן מיטען ארבעטען אויף שלום בית', נישט אויסמישן מיט די גדולי הדור.
בד"וו מען זאגט א ווערטל פארוואס מזבח מוריד דמעות, ווייל נאך די חתונה דארף מען כסדר ברענגען פארשידנע מיני קרבנות פאר די ווייב, יעדער מין און זיין צייט, אסאך מאל קרבן תודה - 'טענק יוא' דיס אר דעט ואס סא גרעיט, קרבן שלמים - מתנות לאשתו סתם אזוי, און צומאל קרבן חטאת - "איי עם סארי" די ביסט גערעכט. וכו' וכו' כל המוסיף מוסיפין לו. אבער מען קומט צו א מצב מען גט זיך איז דאך א סימן אז מען האט נישט מקריב געווען גענוג קרבנות פאר די פרוי לכן 'מזבח מוריד דמעות'. [פארשטייט זיך יעדע כלל האט א חוץ].

א גוטע פשט, נאך א פשט איז.
די מזבח וויינט: "עס איז מיר גענוג די בהמות וואס מען איז מקריב אויף מיר, איך דארף נישט מען זאל מקריב זיין אויף מיר מענטשן"
די קינדער וואס זענען געווענטליך די קרבנות, און וואקסן אויף פארקריפעלט רח"ל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

גוטע פינטעלך האט געשריבן:לגבי דעם קדושת יו"ט איז באקנט אז זיין ערשטע פרוי האט נישט געוואלט נעמען א גט, עס איז געווען א שטילע (גרויסע) פלוגתתא צווישען צאנזער רב זצ"ל בעל הד"ח און דער בעל ערך ש"י הראב"ד מסיגוט אצל הקדושת יו"ט, דער צאנזער רב האט מתיר געווען צו גט'ן בעל כרחה, און דער ערך ש"י האט מפקפק געווען [כמדומה]. למעשה איז זי געבליבן וואוינען אין חצר פונעם קדושת יו"ט.
די סיבה פון נישט רעדען פין די עסק איז פשוט, ווייל לויטען ערך ש"י קומט דאך אויס אז ..., [וי"א אז אלע גאר גדולי הדורות זענען נולד געווארעןן דורך געוויסע ... כדי לכסות הענין פון יענע חברה ושלא להתגרות בהם].

דאכט זיך אז דער מהרש"ם האט געשריבן א תשובה לאיסור, און די רביים לבית סיגוט זענען זיך נוהג נישט צו האלטן יענעם חלק אינדערהיים
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אגב, דאס וואס מאנכע טענה'נען אז מ'פארדעקט די גירושים בבית צדיקים, איז נישט אמת, זעה דא די לעצטע צוויי שורות.
Under influence
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ווי האט יענער געזאגט, זאל די מזבח וויינען, נישט איך.
האדם לא נברא אלא להתענג
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך דעתי הענייה »

בונעס איירעס האט געשריבן:געהערט האב איך אמאל (אדרבה דערגייט דעם קארנטקייט הדבר אין קומט צוריק מיט די ריזאלטס)

אז דער יעצטיגער בעלזער רבי ר' בערל רוקח שליט"א האט יארן נישט געהאט קיין קינדער נאך זיין חתונה מיט הרבנית הצדיקות תחי' האט ער אנגעפרעגט הרבי מסאטמאר זצ"ל אדער אליינס, אדער א שליח (איר קענט אריינשטעלן א צווייטען צדיק'ס נאמען דא אויב מאכט אייך עס ניט קיין סענס, איך האב עס געהערט מיט דעם צדיקס נאמען)

האט ער אים געראטען ער זאל גט'ן זיין רעבעצין, און נאכמאל חתונה האבן מיט איר, חוזר זיין גרושתו, דאן איז געבוירן געווארן בנו יחידו אהרן מרדכי

אויב איז דאס אמת דאן איז ער אויך אויף די ליסט.

דער בעלזער רב האט כמה פעמים געזאגט אז דרעי האבן אים אויסגעפועלט:
סאטמערער רב, דער בית ישראל, און דער פאלטיטישאנער רבי ר' אלעזר טווערסקי, וואס אגב, א פאקט וואס מען דערציילט נישט היינט, דער פאלטיטשאנער רבי, אלס בעלזער אייניקל און חסיד, האט שטארק געשטופט די הכתרה פון בעלזער רב אלס רב.

יש תח''י בריוו, א ברכת השנה, פונעם בעלזער רב צום פאלטישאנער רבי אין שנת תשל''ה ווען זיין ווייב באו געווארט ווי ער שרייבט אים מיטן טיטל „תפילתו עושה פירות",
ווען איך וועל זיין אינדערהיים וועל איך עס אופלאודן.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך דעתי הענייה »

נאך איינעם וואס איך זעה מען האט אים פארגעסן, דער מקור ברוך פון סעריט וויזניץ, ער איז בזיווג ראשון געווען א איידעם ביי הרה''ק מהרי''ד מבעלזא, און ער האט זיך בנג'ו ווייל זי איז געווען מאדערן, אבער ער האט כל ימיו גערעדט ממש ווי א חסיד פונעם בעלזער רב, און האט אדאפטירט א שיינע פאר מנהגים פון בעלזא.

ער האט געהאט איין קינד מיט איר, וואס איז נאכן קריג געווארען א קיבוצ'ניק, ער האט זיך גערופן מיכל חלוץ.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך צדיקל »

נאך איינעם פון וועם דער בעלזער האט באקומען דעמאלס א ברכה פאר קינדער פונעם ליובאוויטשער.

דער ווערטל איז געווען אז ער האט געוואלט יעדער זאל קענען זאגן ס'איז זיין מופת
בית שני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך בית שני »

ברסלבער האט געשריבן:
גוטע פינטעלך האט געשריבן:אפשר אפטיילן די לעצטע פאר תגובות פון דעם אשכול, מאכען אן עקסטרען אשכול - 'קען מען צוריק האלטען זיך גט'ן מיטען ארבעטען אויף שלום בית', נישט אויסמישן מיט די גדולי הדור.
בד"וו מען זאגט א ווערטל פארוואס מזבח מוריד דמעות, ווייל נאך די חתונה דארף מען כסדר ברענגען פארשידנע מיני קרבנות פאר די ווייב, יעדער מין און זיין צייט, אסאך מאל קרבן תודה - 'טענק יוא' דיס אר דעט ואס סא גרעיט, קרבן שלמים - מתנות לאשתו סתם אזוי, און צומאל קרבן חטאת - "איי עם סארי" די ביסט גערעכט. וכו' וכו' כל המוסיף מוסיפין לו. אבער מען קומט צו א מצב מען גט זיך איז דאך א סימן אז מען האט נישט מקריב געווען גענוג קרבנות פאר די פרוי לכן 'מזבח מוריד דמעות'. [פארשטייט זיך יעדע כלל האט א חוץ].

א גוטע פשט, נאך א פשט איז.
די מזבח וויינט: "עס איז מיר גענוג די בהמות וואס מען איז מקריב אויף מיר, איך דארף נישט מען זאל מקריב זיין אויף מיר מענטשן"
די קינדער וואס זענען געווענטליך די קרבנות, און וואקסן אויף פארקריפעלט רח"ל.

דעס איז נאר אין די אמאליגע צייטען, משא״כ היינט ווען רוב גיטין גייען ב ה דורך אן קיין ערענסטע מחלוקת און די קינדער גייען פאר געהעריגע הילף, וואקסען די קינדער אויף בעסער און שטערקער פון סתם קינדער
Bayisshaini.org
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

בונעס איירעס האט געשריבן:געהערט האב איך אמאל (אדרבה דערגייט דעם קארנטקייט הדבר אין קומט צוריק מיט די ריזאלטס)

אז דער יעצטיגער בעלזער רבי ר' בערל רוקח שליט"א האט יארן נישט געהאט קיין קינדער נאך זיין חתונה מיט הרבנית הצדיקות תחי' האט ער אנגעפרעגט הרבי מסאטמאר זצ"ל אדער אליינס, אדער א שליח (איר קענט אריינשטעלן א צווייטען צדיק'ס נאמען דא אויב מאכט אייך עס ניט קיין סענס, איך האב עס געהערט מיט דעם צדיקס נאמען)

האט ער אים געראטען ער זאל גט'ן זיין רעבעצין, און נאכמאל חתונה האבן מיט איר, חוזר זיין גרושתו, דאן איז געבוירן געווארן בנו יחידו אהרן מרדכי

אויב איז דאס אמת דאן איז ער אויך אויף די ליסט.

סארא מין שטותים רעדט איר, וואס איז יא אמת איז אז רוב עולם ווייסט נישט פארוואס משה טוביה גרינצווייג איז געפלויגן פון בעלז טראץ וואס ער האט אזויפיל געטוהן פאר בעלזער רב אין זיינע יונגע יארן (כולל ווארפען אנדערע) ,ובכן ער האט פארארבייט מעשים מסכסך זיין צוויישן בעלזער רב און זיין רביצין די צדיקת (ויש אומרים בעצה אחת מיט די קלאפטע שוויגער לייטשא) אמת ער האט געמיינט ער טוהט עס לטובה עס זאל בלייבן א ממשיך השושלת אבער כמובן אזא התנהגות קען מען נישט טאלערירן.

לגבי די ברכה אין פלארידע, וואס עס איז געווען אין הימל ווייס איך נישט אבער אויף די וועלט מיט די פליישיגע אויגן ווייס איך יא, עס איז ידוע ומפורסם אז דער רבי ז"ל האט נישט געוויסט וואס טוהט זיך מיט עם יענע טאג, ער האט געמיינט אז בעלזער רב פון תל אביב קומט עם באזוכן..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
בונעס איירעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך בונעס איירעס »

ווען האט הרבי מסאטמאר נישט געוויסט וואס טוט זיך?? א טאג?? א דאטום?? א יאר?? א מקום?? א פאסירונג??

זיין קאפ האט אים געארבייט 100% ביז די לעצטע רגע, איר האט נארוואס אויסגעזויגען פונעם פינגער א נייעם שפקולאציע, וואס איר האט נאך קיינמאל געהערט פון קיין איינעם!

אפשר האט איר עפעס א כוונה דערביי (מיט אייער פרישען פאבריצירונג) מעגליך, איר וועט אונז דאס לאזען הערן מיט די צייט.

אדער אפשר ווייסט איר נישט פון וועלכן רבי מסאטמאר מיר רעדן, העל איך אייך ענטפלעקן. אויב מען רעדט פון א סאטמארען רבין ביז שנת תשל"ט איז דאס דער ערשטער (בעל דברי יואל ויוא"מ) און פון תשל"ט ביז תשס"ו איז דער צווייטער (בעל ברך משה)

(ביי דע וועי, ברודער זיסער, איר האט שוין אמאל אפגעליינט עפעס א דריי פערטל מאמר (פשוט ביאגראפיע) איבער דעם גדול? ווייל איך זעה אז איר שפרינגט פון די הויט ווען מען דערמאנט נאר זיין האלבן נאמען, און איר האט גאר א קליינע ידיעה בכלל וואס האט זיך געטון ביי זיין וועלט'ס אימפעריע, גייט ליינט אביסל פשוט'ע ביאגראפיע פאר איר טאנצט ארויס עוד הפעם, ווען זיין נאמען מיט זיין אומבאגרעניצטע סוקסעס ווערט דערמאנט.)

יישר כח און א גוטן פורים
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

האם זו בושה שרב מתגרש? בפורום ספרים וסופרים.
I have a dream
Martin Luther King ~
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ס'איז א פאקט אז מענטשן קוקן אהן א גרוש ווי סעקאנד קלעס,

סא ווען איינער גט זיך בתחלת ימיו און האט נאכדעם חתונה א צווייטע מאל ווי ער געווענליך נישט געדענקען פון זיין ערשטע און אודאי נישט אז אנדערע זאלן געדענקן,

איך וויל אז 10 יאר ארום זאל קיינער נישט געדענקן און וויסן אז כ'האב פאר עטליכע חדשים אין לעבן געהאט א אנדערע פרוי פאר א ווייב, פיריעד
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גרוש האט געשריבן:ס'איז א פאקט אז מענטשן קוקן אהן א גרוש ווי סעקאנד קלעס

אפשר מיינסטו אוממענטשן?
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
גרוש האט געשריבן:ס'איז א פאקט אז מענטשן קוקן אהן א גרוש ווי סעקאנד קלעס

אפשר מיינסטו אוממענטשן?

מענטשען + אומוועלעדניג = אוממענטשען
Under influence
בית שני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך בית שני »

Change is on the way,
ס'פארמט זיך יעצט א גרופע "אחים בדרך" achimbderech.org
ס'קומט נייע צייטן .....
Bayisshaini.org
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א שטייגער ווי "sister to sister" ביי פרויען?
וירח ה' את ריח הניחוח
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

yes
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
פארשפארט