מורי ורבותי הייבט נישט קיין אויגן ברעמען
היינט אידערפריע זעה איך מיין חבר גאנץ א נאנטע ווי זיין נאז פאלט אים ממש אראפ יא עס פאלט אראפ גיי איך צו צו אים און איך גיב א פרעג שלמה וואס גייט פאר מיט דיר היינט אלעס איז אלרייט ביי דיר די קינדערלעך די שלום בית דו קוקס עפעס נישט אויס צו דערזאך היינט
זאגט ער מיר אז די פרעגטס מיר וועל איך דיר זאגן קום זיי אזוי גוט ארויס פון שול איך וועל דיר דערציילען
איז זעה אז די ביסט באמת פאר מיר א נאנטע חבר וועל איך דיר אנפארטרויען די סוד וואס איך זיך שוין א שטיק צייט א עצה
וואו די ווייסט האב איך געמוזט מופן און א אנדערע דירה ווייל די אלטע איז שוין קליין געווען קוים מיט צרות האב איך געטראפן א נארמאלע 4 בעדרומס דירה און איך האב מיר אריינגעצויגן דערעין אין א מזלדיגע שעה אבער זאלסט וויסן די רענט הרגעט מיר
פרעג איך נו וויפיל איז די רענט זאגט ער מיר נישט מער ווי 3500$ געב איך אים א פרעג אזוי שטילערהייט די האסט פון די אכטע זאגט ער מיר יא זאגט איך אים מיט א ברייטע שמייכעל נו ביסט שוין א געהאלפענער וועגען דעם ביסטו אזוי צובראכן
זאגט ער מיר דו דארסט פארשטיין די אכטע גיבט נאר 1800$ די איבריגע דארף איך געבן מזומן אין אויף דעם וויין איך ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי צו דעקן דע קאסט עס איז א הימל געשריי זאגט ער מיר ממילא ווען דאס איז א נייע געבויעט הויז און ער בעט אזויפיל פיין ער האט אים געקאסט דאס אויפבויען
דאס איז אן אלטע הויז אביסל איבערגעמאכט שוין לאנג נישטא קיין מארגעדט דערויף די לענדלארד זאגט מיר פארציילט ער מיר דאס איז די פרייז אלע בעטן אזויפיל בעט ער פון מיר אן אצה זאג איך אים אויפן פלאץ איך האב א עצה אבער די וועסט מוזן הילף פון נאך אפאר טענעטס אזוי ווי דיר אין איך האף אז דאס וועט זיין דיין ישועה
דו זאלסט געבן פאר דיין לענדלארד א 1099 זאל ער באצאלן טעקס ווי א טאטעלע אויף דעם געלט
וואס זאגט דער עולם צו דעם? האב איך עובר געווען אויף יעצנו רע ?
געט פאר אייער לענדלארד א 1099
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 5:01 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
אויב האסט עובר געווען יעצנו רע איז עס פאר דיין חבר די טענענט, אויב זיין לענדלארד גייט באצאלען טעקס ווי א טאטעלע וועט דיין חבר אנפאנגען צאלען רענט ווי א מאמעלע מיט א הויכע רעיס יעדעס יאר...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 5:01 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
א גוטן משה געציל איך האב הנאה אז דו האסט עס גוט דורךגעליינט
אבער איך האב נישט געוואלט מסביר זיין די גאנצע זאך משום הרחק מן הכיור וד"ל
אבער און קורצן דער לענדלארד דארף דאס געלט אונטערן טיש אויב דארף דאס גיין אויפן טיש מיין איך איז דאס שוין נישט אינטערעסאנט עס מאכט מער טראבל פארן לענדלארד וויפיל די געלט איז ווערט וד"ל
אבער איך האב נישט געוואלט מסביר זיין די גאנצע זאך משום הרחק מן הכיור וד"ל
אבער און קורצן דער לענדלארד דארף דאס געלט אונטערן טיש אויב דארף דאס גיין אויפן טיש מיין איך איז דאס שוין נישט אינטערעסאנט עס מאכט מער טראבל פארן לענדלארד וויפיל די געלט איז ווערט וד"ל
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
משה געציל האט געשריבן:אויב האסט עובר געווען יעצנו רע איז עס פאר דיין חבר די טענענט, אויב זיין לענדלארד גייט באצאלען טעקס ווי א טאטעלע וועט דיין חבר אנפאנגען צאלען רענט ווי א מאמעלע מיט א הויכע רעיס יעדעס יאר...
אויב גייט אלעס לעגאל
איז דער לענדלארד אין גרויס טראבעל
ער טאר נישט בעטן אזויפיל רענט אין די זייט
אין ער טאר נישט רעיסן יערליך, דאכט זיך ער מעג נאר ביז 2/3%
איך וויל געזאגט די לענדלארדס פין די אלטע אויסגעצאלטע - ווער רעדט נאך פין די ירושה הייזער וועלכע 'נעמען' די מערסטע וואס זיי קענען
זענען די געמיינסטע וואס מיר פארמאגען
נישט אז די וואס האבען לעצטנס געקויפטע הייזער זענען אזעלכע צדיקים, אבער די האבען כאטשיג עפעס א עקספענס