הייסע נייעס! הצלחה ספרים סטאר פארקויפט לעצטע מורה נבוכים!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

הייסע נייעס! הצלחה ספרים סטאר פארקויפט לעצטע מורה נבוכים!

שליחה דורך לאדיך אפ »

זייט הצלחה ספרים סטאר אין וויליאמסבורג האט זיך איבערגעבויט פאר 10 יאר צוריק האבן זיי אין די מוסר סעקשאן איין אלטע צוריסענע מורה נבוכים. שוין יארן וואס מ'גייט דורך די מוסר שעלפס אין הצלחה, און אינדערמיט ליגט אזוי נעבעכדיג און לאונלי א ווייסע באטריבטע מורה נבוכים, עלנד אליין אן קיין גואל. זיינע חברים אין שאפע טוישן זיך יעדע פאר וואכן ווען פרישע שיפמענטס פון חובת הלבבות, מסילת ישרים, מעלות המדות וכו' קומען און גייען, אבער דער מורה נבוכים איז א סטעדי פיקטשור.

די וואך שפאציר איך אריין אין הצלחה ספרים סטאר און כ'אנדעק אז די אומגלויבליכע איז געשען! נישט מער און נישט ווייניגער, דער מורה נבוכים ליגט נישט אויף זיין פארשטויבטן מקום קובע! כ'בין געווען זיכער אז ווען איינער האט ארויסגעשלעפט די קב הישר איז די מורה נבוכים נעבעך ארויסגעפאלן און אזוי ארום פארענדיגט זיין שעלף-לייף בשיבה ובזקנה טובה. זיכער צו מאכן, לויף איך שנעל צום קאונטער און כ'פרעג חיים מאיר אזוי תמימות'דיג צו ער האט א מורה נבוכים צו פארקויפן. נאכן צומאכן די צוויי גרויסע אויגן וואס ער האט אויף מיר געעפנט זאגט ער מיר "כהאב עס פארקויפט פאריגע וואך".

אומגלויבליך!! נאכן ווארטן יארן לאנג אויף א תיקון איז דער מורה נבוכים ענדליך אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה אין איינע פון די וויליאמסבורגע הייזער! ווער האט זיך געגלייבט אז כ'וועל דאס נאך דערלעבן!!.

סארסעס געבן איבער אז הצלחה האט שוין געארדערט א פרישע שיפמענט פון איין מורה נבוכים. ס'וועט אנקומען ערגעץ-ווען אין די נעקסטע צען יאר.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר