ביבלישער אומרעכט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1684 מאל

ביבלישער אומרעכט

שליחה דורך בן תמליון »

צוויי מענטשן געווען אין א שטעטל א קליינער
איינער רייך דער צווייטער ארים דער גורל זיינער

צום רייכן איז געווען אקסן שאף אלע בהמות פון פעלד
אסאך אסאך גאנצע סטאדעס קיין אפהאלט פון געלט

דער ארימאן האט נישט גארנישט קיין ווערט
נאר איין לעמעלע געקויפט א קליינע נשמה זיס
מיט הארץ איר געהאדעוועט און נשמה איר ערנערט
זיין וואסער געטרונקען געטיילט מיט איר זיין ברויט
זי איז געשלאפן אין זיין שויס איר פארציילט זיין שמועס
געווען פאר איהם ווי א טאכטער אין צייט פון נויט

אט איז אין שטעטל א גאסט
געקומען דעם עושר'ס א מחותן
דארף מען מכבד זיין ווי ס'פאסט
א פליישיקע סעודה מיט אלעם גוטן

האט דער רייכער זיינע טשערדעס געשוינט
זיין פארמעגן האט זיך איהם נישט געלוינט
דעם ארימאנס לעמעלע גענומען מיט געוואלד
געמאכט א פעטע סעודה באלד
געהוליעט ביז שפעט ביינאכט
דעם ארימאנס געשרייען אויסגעלאכט


שמואל ב י"ב

א שְׁנֵי אֲנָשִׁים הָיוּ בְּעִיר אֶחָת, אֶחָד עָשִׁיר, וְאֶחָד רָאשׁ.

ב לְעָשִׁיר, הָיָה צֹאן וּבָקָר--הַרְבֵּה מְאֹד.

ג וְלָרָשׁ אֵין-כֹּל, כִּי אִם-כִּבְשָׂה אַחַת קְטַנָּה אֲשֶׁר קָנָה, וַיְחַיֶּהָ, וַתִּגְדַּל עִמּוֹ וְעִם-בָּנָיו יַחְדָּו; מִפִּתּוֹ תֹאכַל וּמִכֹּסוֹ תִשְׁתֶּה, וּבְחֵיקוֹ תִשְׁכָּב, וַתְּהִי-לוֹ, כְּבַת.

ד וַיָּבֹא הֵלֶךְ, לְאִישׁ הֶעָשִׁיר, וַיַּחְמֹל לָקַחַת מִצֹּאנוֹ וּמִבְּקָרוֹ, לַעֲשׂוֹת לָאֹרֵחַ הַבָּא-לוֹ; וַיִּקַּח, אֶת-כִּבְשַׂת הָאִישׁ הָרָאשׁ, וַיַּעֲשֶׂהָ, לָאִישׁ הַבָּא אֵלָיו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר