אויף אייוועלט האט מיללער קאמענטירט איבער אוצרות חודש שבט און בין היתר געשריבן ווי פאלגנד.
מיללער האט געשריבן:דער ארטיקל פון הרב דאסקאל איבער רבי לייבעלע אייגער האט מיך נישט געכאפט, פון איין זייט פעלט די עיקר היסטאריע דערפון, און אויב ווילסטו עס פארהוילן (וואס איז נישט קיין חסרון) דאן שרייב נישט האלבעטע זאכן יא (הענין של הפילוג בקאצק)
די אפטיילונג פון רבי מרדכי יוסף ליינער זצ"ל פון קאצק ווערט אין דעם ארטיקל זייער טרוקן געשילדערט ווי פאלגנד:
הרב יואל דאסקאל אין אוצרות, שבט תשע"ג האט געשריבן:...רבי לייבל... ממשיך געווען צו פארן קיין קאצק ביז יאר תקצ"ט, וואס דאן איז געשען אין קאצק דער גרויסער "טיילונג", ווען הרה"ק רבי מרדכי יוסף מאיזביצא זצוק"ל האט אין סאמע שמחת תורה זיך צוטיילט פון קאצק, און מיטגענומען מיט זיך אסאך חסידים, און צווישן זיי אויך רבי לייבל'ע איגר וועלכער איז געווען מקושר צום איזיבצער נאך ביים קאצקער אין הויף, און פון דעמאלט איז ער בלויז געפארן קיין איזביצא ביז שנת תרי"ד ווען דער איזביצער צדיק איז נסתלק כעווארן.
היינט האט שאץ מאץ געענטפערט אויף דעם טענה ווי פאלגנד:
שאץ מאץ האט געשריבן:לגבי דעם ארטיקל פון הרב דאסקאל איבער ר' לייבל אייגער, דער שרייבער וואלט געשריבן די גאנצע מעשה איבער דעם פילוג אין קאצק, אבער ס'איז געוועהן גרויס קריטיק ביי עטליכע ת"ח אז ער זאל נישט שרייבן קיין מחלוקה'לעך אינערהאלב חסידות'ער פון אמאל, ווארום די יונגט קען דאס אויסטייטשן שלעכט, אבער דעם טייל ווי ער זעלבסט איז גע'רודפ'ט געווארן פון מתנגדים איבער זיין הנהגה איז א שיינע קאפיטל היסטאריע וואס מסתמא 99.5 ליינער ווייסן בכלל נישט.
הייסט עס אז איבער די רדיפות וואס רבי לייבעלע האט געהאט אויסצושטיין פון רבי יהושע העשיל אשענזי, מרא דאתרא פון לובלין, איבער רבי לייבעלע'ס שפעטע בריתים, איבער דעם איז מותר צו שרייבן און מ'האט נישט מורא אז די יוגנט וועט דאס שלעכט אויסטייטשן, אבער די רייבערייען אינערהאלב קאצק - דאס איז א פראבלעם? מאי חזית?
כ'האב הנאה געהאט אז מיללער האט טאקע געענטפערט פאר שאץ מאץ'ן:
מיללער האט געשריבן:די רדיפות פון די מתנגדים און פון זיין טאטע ר' שלמה אייגער, ווייסט די יוגנט וויאזוי אויסצושטייטשן? דאס זאג איך, אדער שרייב גארנישט (אויך א מהלך) אדער שרייב אינגאנצן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.