ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס פאלט דיר ביי אז איך ווייס עס פון די תורה? איך ווייס עס פון מיין טאטע, און ער פון זיין טאטע וכו'.
ובלשונו של געפילטע:געפילטע פיש האט געשריבן:פאר די דור המדבר וואסטו דאך נישט געקענט איינרעדן א יאר נאך די אנגעבליכע מתן תורה אז ו' סיון פאריאר איז געווען א מעמד פון שישם ריבוא איש, סא ווען האט זיך די לעגענדע אנגעהויבן?
די מעין פאינט איז: אויב ווען מען פארט ארויף די דורות ענדיגט זיך די לעגענדע ביי 600 טויזנט מענטשן, קען עס נישט זיין א לעגענדע.
די גמרא וואס שטייט אז הכניס יהושע דעם גאנצען כלל ישראל, אלע 600,000 פין זיי,בין שני בדי הארון, ווייסטו אויך פין דיין טאטע? דו אין אלע אידן וואס גלייבען דעם מדרש האבען דאס געהערט פין זייער טאטע? אדער מיר גלייבן עס בתמימות? פארוואס איז דאס אנדערש ווי מתן תורה? פינקט ווי די גלייבסט דעס אהן קיין טאטען מיט זיידען, אזוי האסטו אין די אידן אין א"י געגלייבט אז עס איז געווען מתן תורה אפי' זיי וואלטען עס נישט געהערט פין זייער טאטען.
אמונה בתמימות!!!