שמעקעדיג האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:בעצם וואס איז אזוי שלעכט צו זיין א בחור?
און אז איינער האט חתונה ביי די פינף און צוואנציק איז ער עפעס א רחמנות?
עס זעהט נישט אויס ווי דער עולם איז אזוי צופרידן ביי די דרייסיג ממילא.
נאכן ליינען אזא תגובה ווי דאס
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=55373#p55373קענסטו נאך אלץ רעדן אזוי?
קיינער, קיינער! וויל נישט באמת זיין סינגל אדער זיך גט'ן. אפילו מען כאפט זיך ארויס מיט אזא נוסח בשעת מ'איז אמאל אנגעצויגן.
כ'דערמאן זיך, נישט לאנג צוריק האב איך גערעדט מיט א חבר מיינעם, א יונעגערמאנטשיק. די שלום בית דארט איז גאנץ פיין. גארנישט ספעציעל.
איז געווען א חתונה אין די משפחה פון זיין ווייב'ס זייט אין ענגלאנד, און א חלק פון די משפחה איז געפארן.
ער האט אויך געוואלט פארן מיט זיין ווייב, אבער צוליב זיין ארבעט איז אים נישט מעגליך געווען צו פארן און זיך באטייליגן,
האט מען באשלאסן אז די ווייב מיט די בעבי וועלן פארן, די איבריגע קינדער וועט מען צוטיילן, און ער וועט בלייבן דא. נישט געפערליך.
פארציילט מיר דער אינגערמאן: איך בין בטבע א שטארקער, נישט קיין בעל בכי. אבער די מינוט וואס איך האב אראפגעלייגט מיין ווייב אין עירפארט, האב איך געשפירט א דראנג צו לאזן אפאר טרערן! איך האב זיך געמוזט צווינגען בעל כרחי נישט צו וויינען ברבים, און בלייבן שטארק.
בינאכט איז ער אריין אין זיין בעט, אין א ליידיגע בעדרום. זיין ווייב'ס און בעבי'ס בעט ליידיג, די שטילקייט און שטומקייט האט געשריגן זייער הויך.. ואת אשר יגור בא, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און... ער האט אויסגעשאסן אין א יאמערליך געוויין פון בענקשאפט!
נאכאמאל: דא רעדט מען נישט פון קיין גט אדער סעפערעישאן; נישט קיין ספעציעלע נאנטשאפט, נאר נארמאל ווי געווענליך, עולם כמנהגו נוהג; זיך געזעגנט בלויז פאר עטליכע געציילטע טעג; און א "שטארקער" מאן וואס איז נישט קיין בעל בכי!! אבער פארפאלן, עס טאטשט! עס קומט א צייט ווען די נאנטשאפט און קאנעקשאן באווייזט זיך אין די שטארקסטע קאלירן.
אם בארזים נפלו שלהבת, מה יענו הבחורים והגרושים???
עס רייסט ביים הארץ!! אז השי"ת זאגט לא טוב היות האדם לבדו, דאן איז עס נישט גוט. פינטל.