לאמיר זאגן אז פשוט קאמפלעצירט'ס ביישפיל פון חז"ל'ס ידיעה אין וויסענשאפט פאראויס פון זייער דור זאל קענען דעמאנסטרירט ווערן, קומט עס נישט צו צו צען פראצענט אין שטארקייט צו די נעגעטיווע ארגומענט אז זיי האבן הונדערטער מאל דעמאנסטרירט קלארע חסרון ידיעה. דהיינו, אויב זאלן ביידע זיך געפינען אין חז"ל, איז די פאזיטיווע ארגומענט בכלל נישט אזוי שטארק ווי דער נעגעטיווע ארגומענט איז א סתירה. אויב אזוי פארוואס זאל די פאזיטיווע ארגומענט זיין די הנחה און די נעגעטיווע ארגומענט "פארענטפערט" ווערן מיט בלינדע מוח-דרייענישן? ובפרט ווען די טעותים פון חז"ל זענען די זעלבע טעותים פון וויסענשאפט אין זייער דור און דורות פריער, וואס צייגט פון ווי זיי האבן געשעפט היבש פון זייערע ידיעות.
יעצט דאס איז נאך איידער מיר קומען צו אז א פאזיטיווע פאל עקזיסטירט נישט (לידיעתי) און נעגעטיווע זענען דא איבער געניג. דאס איז נאך איידער מיר קומען צו צו דעמאנסטרירען אז די "פארעפערונג" אויף די מאמרי חז"ל דורכואס די דורות גייט דורך אן אייגענע עוועלוציע מדור לדור, אין שפאן מיט וויסענשפאט, ווען וויסענשאפט ווארפט אפ דאס לעצטיגע.
ס'איז דא אסך צו שמועסן איבער דעם ענין אבער מאנכע קענען עס אויסטייטשן אלס א פארלעצונג פון די תקנת הפורום, ממילא העמיר עס לאזן ביי דעם.
דרך אגב, מער מן הענין פונעם אריגינעלן שמועס דא: נאדיר א וועבזייטל וואס ציטירט א שלל פון חז"ל און ראשונים איבער דעם שמועס פון תורה און מציאות. (דאכט זיך דער פארפאסער איז הרב נתן סליפקין)
http://torahandscience.blogspot.com/און נאדיר הרב נתן סליפקין'ס בלאג, וועלכע גיט זיך זייער אפ מיטן פלעכטן די ראציאנאלע צוגאנג צו די נושא.
http://www.rationalistjudaism.com/