לאמיר אביסל פראבירן שרייבען איבער די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב הקדוש און מרן החת"ס זכותם יגן עלינו און טאג פון זייער יארצייט
היינט ז' שבט איז די יארצייט פון הרב הקדוש רבי דוד מלעלוב זי"ע
רבינו דוד ב"ר שלמה (ויש גירסא שלמה צבי, אבל רבינו חתם שמו רק דוד בן שלומה עם וי"ו) מיט זיין גרעסטע מעלה איז ער געווען באוויסט מיט זיין אויסערגעווענליכע אהבת ישראל, מיט א מוראדיגען עניוות און פשטות דערביי, אזאך וואס כל גדולי הדור האבן פשוט מקנא געווען זיין התעלות און דערגרייכונג אין אט די וויכטיגע מדה.
צדיקים פלעגן זאגען מיט חביבות אויף דעם ווארט לעלוב, ל"ו ל"ב ער האט א ריכטיגער הארץ, סיי פארן בוכ"ע אין סיי די ריכטיגע אהבה פאר א יעדן איד, (וואס מיר רופען צו ג-ט און צי לייט)
דער הייליגער תפארת שלמה ברענגט איבער דעם ענין פון זיין אהבת ישראל אז רבי דוד'ל האט אמאל געפרעגט ווי זוי קענט איר זאגען אז איך האב אמת'ע אהבת ישראל, ווען איך האב נאך מער ליעב מיין אייגען קינד משה'לע (מיינענדיג זיין ממלא מקום הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע)
אן ענין נשגב איבער זיין ארבייטן אויף אט די מדה פון אהבת ישראל ווערט פארציילט אזוי: אלץ אינגערמאן זייענדיג סמוך על שולחן חותנו פלעגט ער צו פראווען גרויסע סוגיפים, ער פלעגט ברעכען דעם אייז ווי אלע צדיקים, זיך טובל זיין אינעם טייך אינמיטן די פרעסטיגע ווינטער פארטאגסען, אבער דאס ברעכן דעם אייז האט געהאט א שטערקער באדייט ווי סתם ברעכן אייז, ער פלעגט ארויף צו גיין דעם בארג נעבן טייך אין זיך אראפקוילערן פונעם שפיץ בארג (גלגול שלג אינאיינוועגס) און קומען צוגיין מיט אזא קראפט און אזוי געבראכן דעם אייז, זיין שווער האט די אלע זאכען נישט דערהויבן, און האט ער אים מער נישט אריינגעלאזט אין שטוב, אבער איינער פון די משרתים דארט, האבן זעיט אויס יא פארשטאנען אז דא רעד זיך פון איש קדושו נישט סתם א צודרייטער, און האט אים אריינגענומען כסדר דורך אן אונטער טיר. איינמאל האט דער משרת געפרעגט רבי דודל צו האט איר דען אזויפיל עבירות געטון אז איר מוזט מאכען אזאנא שרעקליכע סוגופים? האט ער אים גענטפערט מיט א פשטות.. חלילה וחס עבירות.. איך מאך נישט קיינע סוגופים פאר חטאים, נאר וואס זאל איך טון אז איך שפיר נאך נישט אין מיין הארץ די ריכטיגע אהבת ישראל!
ער איז געווען א תלמיד מובהק פון רבינו רבי אלימלך מליזענסק, זי"ע אין פונעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע
רבינו דוד איז שוין געווען מפורסם אין זיינע קינדער יארן פאר אן איש פלא און הייליג געשטאלט, ער איז געבוירן אינעם דערפעל ביאילא וואס איז אפאר קאלימעטער פון די שטעטעלע לעלוב,
איבער זיין געבורט פארוואס זיין טאטע אן איש אמת ואיש פשוט א דארפס איד, האט זוכה געווען צו אט אזא הייליג קינד, איז פארהאנען אפאר גירסאות
די אנגענומענע גירסה איז אזוי:
ווען די צוויי הייליגע ברודער רבי אלימלך און רבי זושא זענען ווי באוויסט אין זייערע יונגע יארן געגאנגען גלות ליידען איבער די שטעטלעך אין דערפלעך איבער פארשידענע לענדער, האבן זיי זיך דערוויסט פון אט דעם קינד דוד'ל, האבן געריכטעט זייערע טריט צו דאס שטעטעלע ביאלע אפיר צוזוכען דאס פלאדיגען קינד, אנקומענדיג און דעם שטוב ווי זיינע עלטערן האבן געוואוינט זענען זיי אריין אינווייניג, אן ארים הייזקעלע איז דאס געווען, וואס האט גערוהט אויף א טיפישען פוילש/אורקריינישען אויסזעין, א הילצערנעם כאטקעלע באדעקט מיט א שטרויענעם דעכעל, מיט שיינע רואיגע גרינע גראזלעך ארום, אן אויסגעמאגערטען קי אין דערזייט וואס ברימט פאר אביסל שטרוי צו קייען, און דער זייט איז דא עפעס א שטיקעלע היימיש געמאכטער פאבריקעל ווי מען מאכט וויין א פרנסה'לע מיט וואס רבי שלמה טוט זיך פארנעמען צו שפייזען זיין משפחה מיט ענגשאפט, קומען אן די צוויי הייליגע שרפים צום טירל און קלאפען אן…
עס עפענט אויף א בחנטער זיס אינגעלע, דודול האט מען אים גערופען, די צוויי הייליגע ברודער בייגען זיך אן פאר דעם נידריגען דעכל און גייען אריין אין דעם הייזקעלע, דאס הויז איז ליידיג נאר דאס הייליג אינגעלע דרייט זיך ארום דארט, פרעגן זי אים אווי איז דער טאטע? זאגט ער דער טאטע איז אריין אין די דערנעבנדיגען שטאט עפעס ערלעדיגען ענינים דארט, אזוי קניפענדיג דעם לויטער קינד'ס בעקעלע פרעגן זיי אים ווייטער אווי איז די מאמע? ענטפערט דאס קינד, די מאמע איז ארויס פון שטוב זי וועט שוין זיין צוריק..
די צוויי הייליגע ברודער האבן זיך אראפגעזעצט פירן א שמוסעל מיטן קינד און דערצווישען קומט די מוטער אריין..
די צווי הייליגע ברודער טוען איר באגריסען, און ווענדען זיך צו איר מיט א פראגע, מיר זענען זייער פאראינטעסירט צו וויסען וואס איז די הלוך ילך פון אייער חשובען מאן אפשר קענט איר אראפמאלן אביסל א טאג ווי זוי עס קוקט אויס ביי אים, ווי פירט ער זיך במשא ומתן און ווי זוי פירט ער זיך ביים עסן און טרינקען, און פארציילט אונז עפעס אביסל מער איבער אים, אז ער האט געהאט זי זכיה צו האבן אזא הייליג קינד.
זאגט זי זיי, הערט צו, איך העל דעם אמת זאגען איך זעי נישט עפעס קיין ספעציעלע אויסטערלישע צדקות, פרישות, אדער קדושה, אלעס וואס ער טוט איז אויף א פשוטע אופן ווי א פיינער פשוטער איד, איך זעי נישט קיין חילוק צווישן מיין מאן און די אנדערע שכנים אונזערע דא אינעם דארף,
נאר איין זאך וואס איך באמערק אפשר איז אביסל אנדערש פון אלע אנדערע שכינים, פארציילט זי מיט איר תמימות, יעדע וואך ווען מיר עסען שלוש סעודת אין עס קומט ביים זינגען דעם זמר בני היכלא.. ווען ער קומט אן צו דעם שטיקעל פון "ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות לשמה" הייבט ער אן שרעקליך צו וויינען און גייט אריין און א מוראדיגען התלהבות אין אזא דביקות ממש אז ער קלאפט דעם קאפ און וואנט אריין, בעטענדיג אט די תפילה פונעם בוכ"א מיט א ריין הארץ, פארפירט און בעט זיך בים אויבערשטען בתחנונים אז ער זאל אים שענקען א לעכטיג הייליג קינד, און ער וויינט אזוי לאנג ביז ממש אפיסת כח, ביז ער פאלט אועק אין אנמאכט און חלשט אויף דער ערד, ביז איך זאגט די מאמע, לויף צו און איך טו אים דערמינטערען און צוריק ברענגען.
ווען די הייליגע ברודער רבי אלימלך און רבי זושא האבן דאס דערהערט האבן זיי זיך אנגערופען, אט יעצט פארשטייען מיר שוין פארוואס עס קומט פאר א פשוטען תמימותדיגען דארפס איד אזא בן קדוש
א סיפור'ל איבער זיינע קינדער יארן מופתימלעך
אמאל איז ער אריין ביי די בעקערען פונעם דערפעל אין געקויפט ביי איר א חלה צוויי, האט ער געזעין ווי זי טוט מעסטען די מעהל פאר א טייגעל, האט ער איר א זאג געטון "איר זאלט מעסטען מיט א ברכה" אין גלייך דערויף איז אריין א ברכה אין די מעהל, סהאט אנגעהויבען זיך מערן אזוי אז מען האט ממש געברויכט ברענגען נאך און נאך כלים, ביז עס איז שוין נישט געווען קיין כלים, אין די ברכה האט נישט געהאט ווי חל צו זיין האט דאס אויפגעהערט זיך מערען, מאכט זיך ער איז דארט א צווייט מאל ביי די בעקערען, בעט זי אים יונגעלע זיסער גיב מיר נאכאמאל א ברכה פאר מיינע מעהל, האט ער גענטפערט מיט א פוילישען אויסדריק "איר מיינט אז יעדן טאג פאסירט עפעס ניסים)
היינט איז די יארצייט פון רבי…זי"ע אביסל תולדות און א סיפור
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
היינט איז די יארצייט פון רבי…זי"ע אביסל תולדות און א סיפור
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום בונעס איירעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:44 am
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל