ספר פרי הארץ

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

ספר פרי הארץ

שליחה דורך דעתי הענייה »

איך ווייס נישט צו איך בין מחדש חידושים מיט וואס איך גיי שרייבן, אבער היות עס האט מיר אסאך געהאלפן, וואלט איך געוואלט מזכה זיין אנדערע.

דער ספר פרי הארץ פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מוויטעבסק איז חוץ דעם וואס עס איז א שיינער ווארימער חסידישער ספר, א גאר גוטע ספר מחזק צו זיין אין אמונה.
את חטאי אני מזכיר היום, איך האב געהאט צייטן, וואס א דאנק, אסאך ידיעות אין מילי דעלמא, איז שווער געווען דאס אמונה, און איך קען זאגן מיט א פול מויל אז דער ספר האט מיר א געוואלד געהאלפן.

ער גייט טאקע אויפן חסידישען מהלך, און ער פארענטפערט נישט קיין שום קשיות, עס איז נאר די מהלך פון זעהן, אז ווען מען וויל גלייבן, קען מען אלעס פארשטיין, און נישט נאר פארשטיין, נאר אידישקייט, און אמונה איז הערליך און זיס, איז א מורא'דיגער מחזק און העלפט אנגיין.
איך האלט שוין ב''ה נאך צוויי יאר לערנען יעדער וואך, בעיון, דעם ספר (עפ''ר איז דא נאר איין לאנגער מאמר א וואך, און דאס איז שוין צוזאמגעשטעלט מיטן ספק פרי עץ), און איך וואלט מיר מחיה געווען דן צו זיין בדבריו, אויב איינער איז אינטערסירט.

דרך אגב, אויב איינער פילט אין פלאץ אריינצוברענגן אין דעם אשכול נאך ענליכע ספרים, כל הכבוד, עס וועט מיר נישט שטערן צו טוישן דעם נאמען פונעם אשכול.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר