מורינו הרב האט געשריבן:איך זעה אז מענטשן רעדן דא מחוסר ידיעה, אמעראצעס אנגעקליידעט מיט שפיציגע חכמה...
איך מיין אז מ'קען זיך טענה'ן אן צוקומען צו דעגראדירן א צווייטן.
מורינו הרב האט געשריבן:איך וויל דא פרעגן עטליכע קושיות, אבער איך שטעל קלאר אז איך פרעג עס לשבר את האוזן - עס איז דא תירוצים דערויף. איך וויל נאר זען וואס די גרויסע חכמים דא וועלן ענטפערן.
קודם כל האב איך נאר נאכגעברענגט די הוחכה פון כוזרי, זייער מעגליך אז ס'איז דא גוטע פירכות אויף דעם, און תירוצים אויף די פירכות, און פירכות אויף די תירוצים און אזוי ווייטער. אבער דאס איז לכאורה זעכער, אויב ברענגסטו נאך אזא מעשה פון א מעמד שישים ריבוא וואס האבן צוגעזען א זאך וואס ווייזט זיך ארויס נישט אמת, איז די ראי' לכאורה אפגעפרעגט.
chaims האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:ונבנתה פארוואס איז דאס וואס שטייט און די תורה אז איז געווען א מעמד הר סיני און גאט האט אינדז געגעבן די תורה, א שוואכרע ריאה ווי דאס וואס שטייט און די תורה אז 60000 מענטשען האבן פארציילט פאר זייער קונדער.
ווי געפילטע, איך האב נישט געזאגט אז אין די תורה שטייט אז וכו', נאר איך זאג אז בפועל האבן 600 טויזנט מענטשן אזוי פארציילט, און ווי אויבן געשריבן איז נישט שייך אנצוהייבן א שקר מיט 600 טויזנט מענטשן.
מיר באדערט שוין לאנג א קשיא
לאמיר זאגן אז עס ווערט היינט באוואוסט אז עס איז דא א געוויסע שבט אין אינדיע וואס האבן געהאט א מעמד כעין מתן תורה פאר צוויי יאר צוריק און איך הער עס פערזענליך פון א אינדעיאנער גוי וואס איז דארט געווען בשעת מעשה וועל איך עס לכאורה אננעמען אלטס א דמיון אדער שקר און ערגסטן פאל אדער אלטס ספק און בעסטן פאל
איז פארוואס ווען די מעשה איז געשעהן מיט מיינהע עלטערען פאר 3300 יאר צוריק וואס זענען לכאורה געווען אזוי פרימיטיו ווי די אינדיאנער אדער מער נעם איך אהן אז דאס איז אמת לאמיתו?
לאז אפ רעליגיע פאר א סעקונדע, טאמער הערסטו פון אסאך אינדיאנער, אז ס'איז געווען א בעיס באלל געים אין א סטעדיום מיט 600,000 באטייליגטע ווי די היטער האט געשאסן דעם באל ארויס פונעם באל פארק, קענסט יעדעם פרעגן, וועסטו גלייבן אז ס'איז געשען? אבער טאמער וועט ער זאגן אז די פיטשער האט געפיטשט אן עלעפאנט ארויס פונעם באלל פארק וועסטו זיי זאגן זיי זענען משוגע, אדער זענען זיי געווען אויף דראגס, אדער איז דאס געווען א פיינע אילוזשען, די עולם איז גוט איינגערעדט, אבער למעשה וועסטו גלייבן אז זעקס הונדער טויזענט באטייליגטע אין סטעדיום זענען פיין איינגערעדט, אבער וועסט נישט זאגן אז די גאנצע סטעדיום איז קיינמאל נישט געווען, נאר אז זיי האבן זיך טועה געווען איז וואס ס'איז פארגעקומען דארט.
לענינינו, דא רעדט מען אויב ס'איז געווען א מעמד ביים הר סיני בשישים ריבוא, נישט אויב די קולות ולפידים זענען געווען עכט, אדער געמאכט אביסל פייער קרעקערס, דאס אז די מעמד איז געווען אן אינטערגעשטעלטע זאך איז א עקסטערע שמועס וואס באלאנגט נישט דא.
דעתי הענייה האט געשריבן:יא!!! עס איז דא א אנדיאנער שבט, דא אין אמעריקע, וואס צייגן אהן אויף א פלאץ אין קאליפארניע, ממש אזוי מעשה ווי מתן תורה.
פאר מער, און נאך אין דעם נושא (שוואכע מאמינים, קוקט עס נישט, אבער א מאמין וואס קען הערן אנדערע זאכן, ובפרט נאר ארויסנעמען די פאקטן, איז עס א גוטע קליפ, עס איז 10 חלקים, די מעשה מיין איך זאגט ער אין חלק 3) זעה דא
ער זאגט דאך דארט אז ס'נישט ממש ווי מעמד מתן תורה, ווי די אידן האבן געהערט די ערשטע צווי דיברות פונעם באשעפער אליינס, און דארט איז סך הכל געווען א דרשה פון איינער וואס האט זיך גערופן גאט. (קען זיין איך האב עם נישט פארשטאנען, כ'האב נישט צוגעלייגט צו פיל קאפ.