פאקט אדער מיטאס?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

פאקט אדער מיטאס?

שליחה דורך יידל »

פון מאל צו מאל הער איך מעשיות אדער פאקטן וואס סאונדן מאדנע אבער כ'קען נישט דערגיין צו יש דברים בגו אדער איז בלויזע שטותים. איך ווידמע דעם אשכול פאר די סארט שאלות און ספקות (אויב ס'איז שוין דא אזא אשכול ביטע צוזאם שטעלן), וזה החלי.

אפאר יאר צוריק האב איך געהערט אז א געוויסער היסטאריקער אין ארץ ישראל איז אויפגעקומען מיט א טעאריע אז דער בלוט בלבול איז שוין גארנישט קיין בלבול און אין געוויסע פעלער האבן אידן טאקע גע'הרג'ט קינדער פאר זייער בלוט. דעם שבת האט מיר א חבר נאכאמאל איבערגעזאגט דעם פאקטויד, וועלנדיג ארויסברענגן ווי נאריש די אקאדעמישע היסטאריקער זענען, עד כדי כך אז אפילו אזעלכע אבוויעס שטותים ווערן דורך זיי גענומען ערנסט אין באטראכט. כ'בין זייער נייגעריג צו דאס איז טאקע וואר. די ערשטע זאך מוצאי שבת האב איך געקוקט אויפן בלוט-בלבול וויקי בלאט. די נאענטסע וואס כ'האב געטראפן צו דעם איז אז אין 1993 האט פראפעסאר ישראל יעקב יובל פון די היברו אוניווערזיטעט אין ירושלים געשריבן אן ארטיקל אין "ציון" אז די שורש פון די בלוט בלבולים קומט פון רעפארטס וואס קריסטן האבן געשריבן איבער די אידן וואס האבן גע'הרג'ט זיך און זייער קינדער ביי די ערשטע קרייצציג כדי נישט אריינצופאלן אין די הענט פון די קרייצציגלער און דארפן זיך שמד'ן. פארשטייט זיך אז יובל האט נישט קיין הווא אמינא אז דער בלוט בלבול איז אמת, און ער שרייבט טאקע אזוי אין זיין ארטיקל, ער פרובירט נאר צו דערגיין א מעגליכע שורש וויאזוי די בלבול האט זיך אנגעהויבן. עס איז שטארק מסתבר אז דאס איז דער ארטיקל איבער וועלכע די מיטאס אז אן איזראלעישער אקאדעמיקער האט באשטעטיגט דעם בלוט בלבול, איז געוועבט געווארן. אט איז וואס שטייט אין די היברעאישע וויקי בלאט "עלילת דם":

על פי מקורות היסטוריים, במהלך מסעי הצלב, כשנדרשו להמיר את דתם לנצרות, היו מקרים בהם הרגו יהודים בני אשכנז את ילדיהם והתאבדו. מטרתם הייתה למנוע את המרתם של הילדים לנצרות, או את הריגתם בידי הנוצרים.
במאמר שפרסם ב־1993, בכתב העת ציון, טען ישראל יעקב יובל כי אירועים אלו היו ידועים לנוצרים בני התקופה, והביאו אותם להאמין ביתר קלות באמיתות עלילות הדם, ובטענות כאילו היהודים הם רוצחי ילדים מועדים. הפרשנות הנוצרית, אליבא דיובל, לא הבדילה בין הרג ילדיך שלך להרג ילדיהם של אחרים, וסברה שאלו המסוגלים לדבר הראשון, מסוגלים על אחת כמה וכמה גם לדבר השני.
דעתו של יובל, שמשתמע ממנה כי היהודים, בהתנהגותם האכזרית כלפי צאצאיהם, הביאו במידה מסוימת את עלילות הדם על עצמם, זכתה לגינויים חריפים, ועוררה סערה שאינה שכיחה בחוגים האקדמיים העוסקים בהיסטוריה של ימי הביניים. כך, למשל, כתב חוקר הפיוטים עזרא פליישר על דבריו של יובל: "ראוי היה שלא ייאמרו, משנאמרו ראוי היה שלא ייכתבו, משנכתבו ראוי להם להישכח."
בעיני אחדים ממבקריו של יובל, העובדה כי חלק ניכר מעלילות דם התרחשו זמן רב לאחר מסעות הצלב, יש בה כדי לערער על תקפותה של התאוריה. בעיני יובל ההסבר להמשך קיומן של עלילות הדם קשור בתרבות הזיכרון של קידוש השם אותה טיפחו יהודי אשכנז.


האט איינער פון די חברים דא שוין אמאל געהערט פון דעם מיטאס? קען מיר איינער טאקע באשטעטיגן אז די מדובר איז פון יובל'ס ארטיקל?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערוועגן, אבער אין מיינע אויגן מאכט די טעאריע נישט צופיל סענס.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערוועגן, אבער אין מיינע אויגן מאכט די טעאריע נישט צופיל סענס.

אין מיינע אויגן אויך נישט און די זעלבע האלטן אסאך היסטאריקער.

--

זיכענדיג מער אויפן געוועב האב איך געפונען די מקור, און ס'איז שוין גארנישט אזא מיטאס. די מדובר איז איבער פראפעסאר אריאל טואף וועלכער האט אין פעברואר 2007 ארויסגעגעבן א בוך מיטן פראוואקאטיווען נאמען "Pasque di Sangue" וואס מיינט "פסח פון בלוט" אין ספאניש. דער בוך פארציילט היסטארישע דעטאלן איבער די בלוט בלבול פון טרענטאן. טואף האט געשריבן אז מ'קען נישט זיין זיכער צו די באשולדיגונגן אנטקעגן די אידן זעען נישט געווען באזירט אויף פאקטועלע יסודות. למעשה האט די בוך געמאכט א ריזיגע איבערקערניש, ווי איר קענט ליינען אויף זיין וויקי בלאט. די סוף איז געווען אז ער האט אפגעשטעלט די פארקויף פון זיין בוך און עס נאכאמאל ארויסגעגעבן אין פעברואר 2008, דאסמאל אן די קאנטראווערסיאלע שורות און צוגעלייגט אסאך שורות אז די בלוט בלבול האט נישט קיין שום מקור אין מציאות, און אידן האבן קיינמאל נישט גע'הרג'ט קיין מענטשן אלץ ריטואל. ליינט דעם אינטערעסאנטן "נאכווארט" וואס טואף האט געשריבן אין די צווייטע מהדורה פון זיין בוך. גלייך פון אנפאנג שרייבט ער אז עס איז ביי אים ברור אז דאס אז אידן האבן גע'הרג'ט אלת ריטואל איז נישט מער ווי א בייזוויליגע מיטאס. נאר וואס דען? עס קען זיין, שרייבט ער, און מען קען נישט אויסשליסן די מעגליכקייט אז אן עקסטרעמער משוגענער איד (אדער אידן) וואס האט גע'הרג'ט א גוי און מען האט דאס געוואלט פארשטעלן אלץ א ריטואל.

--
שוין, קופערניקוס האט אויסגעכאפט. קעניינאהארע, סארא ידענים מיר האבן דא!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

און דו יידל האסט מיר אויסגעכאפט, איך האב דיר געוואלט שרייבן די מעשה מיט דעם עטענשאן זיכער טואף, בקצור פון זיין גאנצע צודרייטע סענזאציע איז געבליבן אז "מעגליך" א "עקסטרעמער" "משוגענער איד" האט "אמאל גע'הרג'ט א גוי" , ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחית.

ד"א זיין אייגענע טאטע האט זיך דעמאלס אפגעשאקעלט פון עם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נישט "מעגליך" נאר "מ'קען נישט אויסשליסן די מעגליכקייט"...
נישט נאר זיין טאטע האט זיך אפגעשאקלט (זיין טאטע איז געווען הויפט רב אין רוים), נאר די גאנצע אקאדעמישע קאמיוניטי אין ארץ ישראל און אין חו"ל האט זיך אפגעשאקלט פון אים.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יעצט ליין איך דעם נאכווארט און עס געפעלט מיר מיט וואס פארא פלפולים של הבל דער צודרייטער פראבירט נעבעך זיך אליינס משכנע צו זיין אבי נישט מודה צו זיין בטעותו.

הסכו ושמעו, ער עקנאלעדשט די פאקט אז מען קען זיך נישט קיין סאך סומך זיין אויף די 'קאנפעשאנס' פון די ביטער-שווער געפייניגטע אידען אבער אפשר האבען זיי 'אויך געזאגט דעם אמת' ,הערט זיין באמבע ראיה! ווען מען קוקט אין די ארכיווען פון די אינקוועזיציע ביי די מאראנא משפטים זעהט מען אז פילע פון זיי האבען נאך שווערע פיינונגען מודה געווען אז זיי זענען באהאלטענע אידען אדער לפחות האלטען א חלק מצוות ,נו זעהט מען אז אפילו נאך ווערען געפייניגט האבן אידען געזאגט דעם אמת... אויב דאס הייסט שוין א "פראפעסאר" וואס הייסט א שוסטער?

אוודאי ווייס איך פונעם שטורעם וואס זיין לאקשן-ביך האט פאראורזאכט, איך זאג נאר אז אפילו זיין אייגענע טאטע איז ארויס אקעגן עם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט