היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך דעתי הענייה »

הדד בן בדד האט געשריבן:ליידער איז עס גארנישט קיין נייעס אז א מאמע זאל פיינט האבן אן אייגן קינד. און אדרבה, פרעג זיך נאך ביי די אלע עלטערע וויזניצער תלמידים, די וואס געדענקען נאך יענע תקופה פון די י' און אנהייב כ' יארן, זיי וועלן דיר אלע מעיד זיין און פארציילן כמה מעשיות איבער דעם ווי זי האט פיינט געהאט ר' ישראל'ן. (און אז מען רעדט שוין, האט זי אויך פיינט געהאט דעם בעלזא רביצין, און אויך ווייל זי איז געווען צו פרום און ערליך פאר איר).

אז מען רעדט שוין, נאך א מעשה, געהערט פון א עד ראיה.

אין וויזניץ איז כידוע געווען איינגעפירט אז דער רבי האט געפירט טיש, נאכ'ן טיש איז געווען 'די צווייטע טיש' (וואס מען רופט אין אנדערע פלעצער פירות טיש, אין וויזניץ איז דאס אבער געווען א טיש פאר זיך) אויך געפירט על פי רוב ביים רבי'ן.

אין בני ברק, אין יענע יארן פאר די מרידה (בעיקר אין די י' און אנפאנג כ' יארן) פלעגט זיין א 'דריטע טיש' וואו די פרומע חניוקע'ס זענען געזיצען עד עלות השחר און פארברענגט (און אויב האט זיי די מזל געשפילט, פלעגט זיך דער רבי -וואס איז ממילא אויף געווען א גאנץ שבת- אויך צוזעצן).

דערציילט דער איד: איין וואך איז ר' ישראל אויך אפגעזיצן דארט ביז שפעט, ווען ער איז אהיימגעקומען, האט זיך די מאמע אויפגערעגט, און באהאלטן זיין קאלפיק.
צופרי צום דאוונען, איז ער געקומען מיט די הוט. ווען די רבי האט דאס באמערקט און געפרעגט דערויף, האט ער נאר געוויזן אז זיין מאמע....
ביי קידוש, פלעגט זי אלץ אריבערקומען צום שווער, האט איר דער רבי געפרעגט, וואס איז עפעס געווען מיט ישראל'יקל היינט? ענטפערט זי, ער איז זיך אפגעזעצען מיט די 'משוגעים' ביז צופרי, האב איך אים באהאלטן דעם קאלפיק....
די רבי איז צוקאכט געווארן, און ער האט זיך אונטערגעברימט א ניגון וואס ער פלעגט זינגען ווען ער האט געוואלט איינהאלטן זיין כעס (די ראפשיצער שלום עליכם) און רופט זיך אהן: מען זאגט, אז דאס ביסל וואס די לבנה שיינט איז נאר ווייל ער האט נישט קיין ווייב....
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נייגעריגער האט געשריבן:וואס איך האב געזאגט [אדער געשריבן] איז אזוי: אז אין סאטמאר איז עס נישט די איין קאנפליקט וואס אדמו"ר מהר"א האט מיט אדמו"ר מהרז"ל [בעסער געזאגט משה גבאי], נאר יעדע זאך איז קריגערייען!
קודם בכלל די מחלוקת פון דעם ברך משה'ס חסידים מיט די רעביצן'ס מענטשען, און נאכדעם [אדער פארדעם] סאטמאר אקעגן כמעט איעדע חסידות פון וועמען זיי האבן זיך געפילט א טראפעלע באדראט .
אויכעט זאלסטו עס נישט פארגלייכן צו וויזניץ, אין וויזניץ זעהסטו דאך אז ווען דער איינצעלער גורם האט געפאקט פעק איז נאך אביסל צייט געווארן שלום סיי מיט מאנסי וויזניץ און סיי מיט ר' ישראל'ען.זעהסטו דאך אז אי לאו ההיא איתתא וואלט גארנישט געווען, וקל להבין!

אנטשולדיגט פאר מיינע אומאויסגערעכנטע דיבורים, איך האב נישט געמיינט קיינעם פערזענליך, און אודאי וויל איך נישט פארגלייכן די צוויי מחלוקות'ן שלא קרב זה אל זה, איך האב נאר געמיינט צו זאגן אז איך זע אז די וועלט איז נישט פערפעקט, און מענטשן, אפילו גאר געהויבענע און הייליגע אידן, קענען דורכפאלן צוליב א מיספארשטענדעניש. בקיצור, אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

דעתי הענייה האט געשריבן: אז מען רעדט שוין, נאך א מעשה, געהערט פון א עד ראיה.

אין וויזניץ איז כידוע געווען איינגעפירט אז דער רבי האט געפירט טיש, נאכ'ן טיש איז געווען 'די צווייטע טיש' (וואס מען רופט אין אנדערע פלעצער פירות טיש, אין וויזניץ איז דאס אבער געווען א טיש פאר זיך) אויך געפירט על פי רוב ביים רבי'ן.

אין בני ברק, אין יענע יארן פאר די מרידה (בעיקר אין די י' און אנפאנג כ' יארן) פלעגט זיין א 'דריטע טיש' וואו די פרומע חניוקע'ס זענען געזיצען עד עלות השחר און פארברענגט (און אויב האט זיי די מזל געשפילט, פלעגט זיך דער רבי -וואס איז ממילא אויף געווען א גאנץ שבת- אויך צוזעצן).

דערציילט דער איד: איין וואך איז ר' ישראל אויך אפגעזיצן דארט ביז שפעט, ווען ער איז אהיימגעקומען, האט זיך די מאמע אויפגערעגט, און באהאלטן זיין קאלפיק.
צופרי צום דאוונען, איז ער געקומען מיט די הוט. ווען די רבי האט דאס באמערקט און געפרעגט דערויף, האט ער נאר געוויזן אז זיין מאמע....
ביי קידוש, פלעגט זי אלץ אריבערקומען צום שווער, האט איר דער רבי געפרעגט, וואס איז עפעס געווען מיט ישראל'יקל היינט? ענטפערט זי, ער איז זיך אפגעזעצען מיט די 'משוגעים' ביז צופרי, האב איך אים באהאלטן דעם קאלפיק....
די רבי איז צוקאכט געווארן, און ער האט זיך אונטערגעברימט א ניגון וואס ער פלעגט זינגען ווען ער האט געוואלט איינהאלטן זיין כעס (די ראפשיצער שלום עליכם) און רופט זיך אהן: מען זאגט, אז דאס ביסל וואס די לבנה שיינט איז נאר ווייל ער האט נישט קיין ווייב....

איך האב אויך געהערט די מעשה פון אן עד ראי', הגם געוויסע קליינע פרטים האט ער אנדערש פארציילט אבער די מעשה איז די זעלבע.
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

נו, ערעב הדד שליט"א: פארוואס שעמסטו זיך צו איבערנעמען דעם מייקראפאון און אנהויבן צו רעדן און פארציילן די גירסא וואס דו האסט געהערט אינעם גאר וויכטיגן סיפור???
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

שמעו נא רבותי אהובים ידידים:

די מעשה מיט ר' ישראל איז א פארצווייגטע און א פארפלאנטערטע. מקרבי ר' ישראל האבן דעמאלס אריינגעמישט מיין טאטע'ן זז"ג - א גרויסע עסקן אין ארץ-ישראל, זאל זיך אריינלייגן דערין און פראבירן עפעס אויסצוארבעטן. ער איז געווען פארמישט בעובי הקורה, און ער זאגט אז די מעשה איז פארדרייט און פארפלאנטערט, מען קען דערויף שרייבן גאנצע מגילות און גאנצע ביכער (גלויבט מיר - עס וועט נאך אמאל זיין אזא דוד אסף וואס וועט זיך נעמען די מיה און ארויסקומען מיט א בוך).

צו פארשטיין ריכטיג די מעשה, דארף מען ארויסהאבן גענצליך ויז'ניץ, מיט אסאך פרשיות פון ארום און ארום. עס גייט נישט אויף איין פוס.

פאלגענד זענען די זאכן וואס מען דארף וויסן בתור הקדמה:
1. דער כאראקטער פון מרן בעל אמרי חיים זצ"ל, און די סארט חסידות (חניוקעס) וואס ער האט אויפגעשטעלט, און ווער זיינע תלמידים זענען געווען.
2. דער כאראקטער פון מרן בעל ישועות משה זצ"ל, און זיין לעבנ'ס היסטאריע במשך זיינע יארן.
3. די הויף פון מרן בעל אהבת-ישראל, די לופט ארום און ארום - דארט ווי די צוויי ויז'ניצע ברידער זענען אויפגעצויגן געווארן - ווי אויך אביסל, דער דז'יקוב'ער הויף, פון וואו מרן בעל אמרי חיים זצ"ל האט גענאשט.
4. דער כאראקטער פון הרבנית מרת לאה אסתר ע"ה, א"ח מרן בעל הישועות משה זצ"ל.
5. די מרידה בבית ויז'ניץ (אן ארויסהאבן די פרשה, קענט איר נישט פארשטיין קלאר פרשת ר' ישראל - עס איז איין לאנגע המשך)

הערשט נאכן פארשטיין די אלע הקדמות, קען מען אנהויבן דעבאטירן די פרשה פון ר' ישראל.

דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און אגב קען מען זיך דא לערנען א לעקציע אין סבלנות און אין שלום בית, אויב האט דער ישועות משה זיך אזוינס אנגעליטן פון זיין רבי'צין און זיך נאך פרובירט צו האלטן רואיג, און זיך אונטערזינגען א ראפשיצע שלום עליכם...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

שמעקעדיג האט געשריבן:און אגב קען מען זיך דא לערנען א לעקציע אין סבלנות און אין שלום בית, אויב האט דער ישועות משה זיך אזוינס אנגעליטן פון זיין רבי'צין און זיך נאך פרובירט צו האלטן רואיג, און זיך אונטערזינגען א ראפשיצע שלום עליכם...

אוודאי אז פון דעם גאנצן פרשה קען מען זיך אסאך לערנען אין שלום בית, אבער כמדומני אז די מעשה אויף וואס די שטעלסט זיך איז פארגעקומען ביי ר' חיים מאיר'ל ז'"ל!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך דעתי הענייה »

נייגעריגער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:און אגב קען מען זיך דא לערנען א לעקציע אין סבלנות און אין שלום בית, אויב האט דער ישועות משה זיך אזוינס אנגעליטן פון זיין רבי'צין און זיך נאך פרובירט צו האלטן רואיג, און זיך אונטערזינגען א ראפשיצע שלום עליכם...

אוודאי אז פון דעם גאנצן פרשה קען מען זיך אסאך לערנען אין שלום בית, אבער כמדומני אז די מעשה אויף וואס די שטעלסט זיך איז פארגעקומען ביי ר' חיים מאיר'ל ז'"ל!

יא עס איז געווען ביים אמרי חיים.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מורינו הרב האט געשריבן:דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.

איך מיין אז היינטיגע צייטן דארף מען א 'פארמעגליך' לבית כמעט יעדע חסידות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מורינו הרב האט געשריבן:שמעו נא רבותי אהובים ידידים:

די מעשה מיט ר' ישראל איז א פארצווייגטע און א פארפלאנטערטע. מקרבי ר' ישראל האבן דעמאלס אריינגעמישט מיין טאטע'ן זז"ג - א גרויסע עסקן אין ארץ-ישראל, זאל זיך אריינלייגן דערין און פראבירן עפעס אויסצוארבעטן. ער איז געווען פארמישט בעובי הקורה, און ער זאגט אז די מעשה איז פארדרייט און פארפלאנטערט, מען קען דערויף שרייבן גאנצע מגילות און גאנצע ביכער (גלויבט מיר - עס וועט נאך אמאל זיין אזא דוד אסף וואס וועט זיך נעמען די מיה און ארויסקומען מיט א בוך).

צו פארשטיין ריכטיג די מעשה, דארף מען ארויסהאבן גענצליך ויז'ניץ, מיט אסאך פרשיות פון ארום און ארום. עס גייט נישט אויף איין פוס.

פאלגענד זענען די זאכן וואס מען דארף וויסן בתור הקדמה:
1. דער כאראקטער פון מרן בעל אמרי חיים זצ"ל, און די סארט חסידות (חניוקעס) וואס ער האט אויפגעשטעלט, און ווער זיינע תלמידים זענען געווען.
2. דער כאראקטער פון מרן בעל ישועות משה זצ"ל, און זיין לעבנ'ס היסטאריע במשך זיינע יארן.
3. די הויף פון מרן בעל אהבת-ישראל, די לופט ארום און ארום - דארט ווי די צוויי ויז'ניצע ברידער זענען אויפגעצויגן געווארן - ווי אויך אביסל, דער דז'יקוב'ער הויף, פון וואו מרן בעל אמרי חיים זצ"ל האט גענאשט.
4. דער כאראקטער פון הרבנית מרת לאה אסתר ע"ה, א"ח מרן בעל הישועות משה זצ"ל.
5. די מרידה בבית ויז'ניץ (אן ארויסהאבן די פרשה, קענט איר נישט פארשטיין קלאר פרשת ר' ישראל - עס איז איין לאנגע המשך)

הערשט נאכן פארשטיין די אלע הקדמות, קען מען אנהויבן דעבאטירן די פרשה פון ר' ישראל.

דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.

ביטע לאז אונז נישט מיט די צינג אינדרויסן. עס רינט מיר שוין שפייעכץ פון מויל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך אויך האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.

איך מיין אז היינטיגע צייטן דארף מען א 'פארמעגליך' לבית כמעט יעדע חסידות.


דוקא נישט, ווייל פארמעגליך האט פלעין און פשוט געשריבן אפענע און גראבע שקרים (לכאורה מיט דעם האפענונג אז קיינער וועט נישט מאכן אזא סארט ארבעט אויף קעגן, און אין יארן ארום וועט מען דאס אנקוקן אלס היסטארישע אמת'ע ווערק), עס פעלט זיך אויס איינער וואס זאל שרייבן כאטש אכטציג פראצענט אמת.

נו, צוריק קיין וויזניץ
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

מורינו הרב האט געשריבן:דערווייל דארף נאך אפירקומען דער 'פארמעגליך' לבית ויז'ניץ, זאל אראפלייגן א דזשאב און מסביר זיין וואס דא איז פארגעקומען.

גם אני הקטן מצטרף לכל הקולות, וואס בעהטן זיך ביי דיר ווייז אונז אביסל, מיר האבן דאך שוין פון דיין קורצן הקדמה - פון אפאר נקודות למחשבה - געזעהן אז כי לך יאה העבודה צו זיך אריינלייגן אין די ארבעט פונעם פארמעגליך לבית וויזניץ!
און לגבי דעם וואס "הדד" טענה'ט אז פארמעגליך איז יסודתו בשקר, נו אויף דיר האמיר נישט אזא חשד פאר א "מורינו הרב" פאסט נישט צו זאגן קיין ליגענט....
יעצט בלייבט נאר איבער דו זאלסט מקיים זיין את דברי חבריך האומרים עלה לדוכן. שרייטס אלע ער גייט ער גייט, שבת שבת שבת....
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך ענדע צדיק »

די אלע מעשיות זענען אמת, אבער ס'איז מיר א געוואלדיגע פלא ווי היסטוריע טוישט זיך,
ביז ארום 10 יאר צוריק האט יעדע ויזניציע חסיד געהאט א בארג מיט מעשיות קעגן רבי ישראל, און סיבות פארוואס מ'איז אים מחרים וכו', און היינט הערט מען נאר פארקערט ווי א גרויסער בעל מדות ער איז (וואס איז טאקע אמת), און זיין כיבוד אב,

און נאך מער איז מיר א חידוש וויאזוי מ'קען נעמען מענטשען, בחרים, יונגעלייט וועלכע זענען יארן לאנג געפרעדיגט געווארן דורך אלע משפיעים ביז'ן רבין אליינס ווי פסול ער איז, און אין איין מינוט אריבער דרייען אויף פארקערט. צו פאטשען און טאנצען אויף זיינע טאקטן וכו'.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ענדע צדיק האט געשריבן:די אלע מעשיות זענען אמת, אבער ס'איז מיר א געוואלדיגע פלא ווי היסטוריע טוישט זיך,
ביז ארום 10 יאר צוריק האט יעדע ויזניציע חסיד געהאט א בארג מיט מעשיות קעגן רבי ישראל, און סיבות פארוואס מ'איז אים מחרים וכו', און היינט הערט מען נאר פארקערט ווי א גרויסער בעל מדות ער איז (וואס איז טאקע אמת), און זיין כיבוד אב,

און נאך מער איז מיר א חידוש וויאזוי מ'קען נעמען מענטשען, בחרים, יונגעלייט וועלכע זענען יארן לאנג געפרעדיגט געווארן דורך אלע משפיעים ביז'ן רבין אליינס ווי פסול ער איז, און אין איין מינוט אריבער דרייען אויף פארקערט. צו פאטשען און טאנצען אויף זיינע טאקטן וכו'.

א גוטע קשיא, אבער איך מיין אז טאקע אנפאנג האט מען איהם געפערליך גערוידפט, אבער די שנאה האט מען נישט איבערגעגבען פארן נעקסטען דור.
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך ענדע צדיק »

ס'איז ריכטיג אז די רביצין איז געווען דער וואס האט געקאכט די קאשע, אבער דער רבי דער ישועות משה זצ"ל איז נישט געווען קיין נער בכלל, און זי האט נישט געקענט טון מיט אים וואס זי האט געוואלט ממש.
דער רבי אליינס האט געהאט שטארקע טענות אויף אים.
די געלט איז געווען א גרויסע אישו. ס'איז דא א בריוו פון אפאר יאר פריער ווי ער שרייבט צו רבי ישראל אז ער זאל זיך אינגאנצען ארויסלאזן פון די געלטער ווייל ס'טויג נישט, די מנהלי מוסדות האבען געהאט טענות, און אויך אנדערע האבן געהאט טענות איבער זיין הנהגה,
און מיט זיין שטארקע כיבוד אב ואם האט ער פארט געהאט אין זיך שטארקע מידת קנאות, און פלעגט קריטיקירן די עלטערין "אבא כך כתוב בתורה", ביז ס'איז צוגעקמען דערצו אז דער רבי איז געווארן בייז און געהאלטן אז ער שטערט אים, און געטון וואס ער האט געטון.

און כל ימיו וואס רבי משה'לע איז געווען בדעתו הצלולה,האט ער אים נישט געוואלט צריקנעמען.
לאפוקי פון די אלע ואס שרייבן אויבן אז פון ווען זי אוועק האט זיך אלעס געטוישט,
בערך תשנ"ט א שיינע פאר יאר נאך איר פטירה האבן די איידימער האדמורי"ם מסקוירא, בעלז, אבד"ק קרית יואל (בימים ההם) געשריבן א בריוו צום שווער אז ער זאל צוריקנעמן דעם זין, האט ער שארף צוריק געשריבן מיט א גרויסע "לא".

נאר שפעטער ווען דער רבי איז געווארן שוואך, אלט, נישט געזונט, און האט אנגעהויבן צו מישן אביסל, פארגעסן וכו',
און באותן הימים איז אריינגעקומען א נייע רביצין וואס האט געוואלט שלום מאכן,
און די דעמאלטסדיגע רב רבי מענדל האט געטון אסאך נערישקייטן (הערט צו די דרשות פון יענע תקופה וועט איר וויסן וואס איך מיין)
ממילא איז געווען צוריקצוברענגן רבי ישראל לשולחן אביו.

עד כאן על קצה המזלג
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

ענדע צדיק האט געשריבן:דער רבי אליינס האט געהאט שטארקע טענות אויף אים.
די געלט איז געווען א גרויסע אישו. ס'איז דא א בריוו פון אפאר יאר פריער ווי ער שרייבט צו רבי ישראל אז ער זאל זיך אינגאנצען ארויסלאזן פון די געלטער ווייל ס'טויג נישט, די מנהלי מוסדות האבען געהאט טענות, און אויך אנדערע האבן געהאט טענות איבער זיין הנהגה,

און כל ימיו וואס רבי משה'לע איז געווען בדעתו הצלולה,האט ער אים נישט געוואלט צריקנעמען.
לאפוקי פון די אלע ואס שרייבן אויבן אז פון ווען זי אוועק האט זיך אלעס געטוישט,
בערך תשנ"ט א שיינע פאר יאר נאך איר פטירה האבן די איידימער האדמורי"ם מסקוירא, בעלז, אבד"ק קרית יואל (בימים ההם) געשריבן א בריוו צום שווער אז ער זאל צוריקנעמן דעם זין, האט ער שארף צוריק געשריבן מיט א גרויסע לא.

ראשית כל: קיינער דא האט נישט געזאגט אז די טענות וועגן די געלט געבארגעריי איז מוגזם אדער נישט אמת, אזויפיל האט מען יא געזאגט [אפשר נאר צווישן די שורות] אז "סאמטינג פיששי העיער", אביסל-און אפילו אסאך-געלט פראבלעמען ברענגען נאכנישט אז א רחמנות'דיגער טאטע [כ'מיין, דאס וועט דאך יעדער מודה זיין אז דער ישועות משה ז"ל איז קיין הארצלאזער אכזר נישט געווען, נאר אדרבה דאס פארקעטע..] זאל אזוי ארויסשליידערן אן אייגן קינד [וואס דער טאטע האט אויכעט געוואוסט אז ער איז נישט קיין להכעיס'ניק, נאר אביסל צו תמימות'דיג] …
אבער אזויווי דאס איז דער עיקר סיבה פונעם גאנצן ווארפן לויט וואס דער ישועות משה ז"ל זאגט אין אלע דרשות, מוז מען זאגן אז מ'האט [בעסער געזאגט: זי האט] איהם א לאנגע צייט אריינגעפרעדיגט אז הוא הדבר וואס ברענגט אינטער כבוד בית וויזניץ, וכו' וכו' וכו', און מיט די צייט איז די אייזן געווארן הייסער און הייסער ביז עס האט אויפגעפלאקערט אין א העלישן פלאם.

און דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז נישט געווען גלייך נאך די רעביצן'ס פטירה און דאס איז א ראי' אז ערשט שפעטער האט מען געארבעט אויף איהם.
שתי תשובות בדבר: איינס אז אוודאי אזויפיל יאהרן פרעדיגן ווערן נישט פלוצלינג פארגעסן ווען די פרעדיגער גייט פון דער וועלט, און דאס האט געדויערט אסאך צייט איהם צו פארשטיין געבן אז עס איז נישט פונקטליך וואס ער האט ביז יעצט געהאלטן פאר א פאקט.
צווייטענס איז דאך פאר יעדן באוואוסט דעם שטרענגען צענזור וואס אדמו"ר מוהר"ם מיט זיינע מענטשען האבן אראפגעשטעלט דארטן אין חצר אין יענעם תקופה. עס האט מיר פארציילט אן אייניקל פון הה"צ ר מנחם מונדרער אז איעדע מאל זיין זיידע איז אנגעקומען אין חצר איז מענדיל ביז געציילטע מינוטן דארט געווען. אזוי אז עס איז פשוט געווען שווער מסביר צו זיין אמיתן של דברים ווייל עס איז שוין גלייך פארווישט געווארן מיט די הסברים פונעם צד שכנגד.

און דאס וואס די טענה'סט אז ער איז נישט געווען קיין נער דער ישועות משה, אמת אז א נער איז ער נישט געווען אבער ער איז פשוט געווען דבוק אין העכערע זאכן ווי די שטותים און פאליטיק במילא האט מען איהם געקענט איבערצייגן זאכן מיט ראיות וואס האבן נישט געמוזט שטימען מיטן מציאות. און דאס איז חוץ דעם וואס-ווי אויבענדערמאנט-ער האט נאך געהאט א פחד עצום פון דער שרעקליכער מרידה, וואס האט איהם אטאמאטיש געמאכט שנעל מורא האבן פון סיי וואספארא זאך עס קען אנרירן…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נייגעריגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לכאורה פין די אלע מעשיות קומט אויס אז דער ישועת משה איז גאר געוועהן גערעכט פאר משלח זיין ר' ישראל פין שטוב.

מען דארף פארשטיין אז נעמען געלט און אוועקגעבען פאר מענטשען, הגם עס איז א גרויסע מצוה, אבער ווען מען טוט עס מיט יענעמס געלט, איז עס אן עבירה. וויפיל מען זאל מסביר זיין אז איינער האט א לב טוב, און ער מוז פשוט אוועק געבען יענעמס געלט ווייל ער קען נישט צוקוקען יענעמס צער, מאכט עס נישט אויס עבירה. חוץ פין דער עבירה חלק, האט עס נאכווייען ווי אין דעם פאל וואס מען דארף דעקען די מוסד, און דאס געלט איז נישטא, מען קען נישט באצאלען די מלמדים ארבייטערס וכו', אלץ ווייל א לב טוב פארטיילט עס פאר אנדערע.

געהערט האב איך אייביג, אז ער פלעגט גין בארגען געלט פין מענטשען און זייענדיק דער זוהן פין וויזניצער רבין פלעגען מענטשען בארגען גרויסע סכומים פאר זיינע צדקות, און זיך פארלאזען אז דער טאטע וועט שוין צוריק צאלען ווייל ער וויל נישט זיין זוהן זאל הייסען א בעל חוב. דער טאטע פלעגט טאקע צוריק צאלען אפאר מאהל, אבער ער האט נישט געקענט אנגיין מיט א התנהגות פין בארגען אויף זיין חשבון און מען האט דאס געמוזט אנשטעלען.

יעצט לגבי די חלק הזריקה, איז מיין "השערה" לויט ווי איך האב געהערט טיטביטס פין דא און דארט, אז דער ישועת משה האט פארלאנגט פין זיין זוהן ר' ישראל זאל אויפהערען מיט די מעשות, ווייל עס קען נישט אזוי אנגיין. דער זוהן האט אבער נישט געקענט זיך מקבל זיין אויפהערען זיינע צדקות, פשוט מחמת לבו הטוב וכו'. ממילא האט דער ישועת משה באמת נישט געהאט קיין אנדערע עצה, נאר זאגען פארען זוהן, האסט צוויי ברירות, אדער הערסטו אויף מיט דיינע צדקות, און אז נישט וועל איך דיך מוזען ארויסווארפען, אזוי אז מענטשען זאלען וויסען אז ווען זיי בארגען דיך געלט וועלען זיי עס פין מיר נישט צוריק באקומען. ר' ישראל האט געזאגט פארען טאטען, אז ער קען נישט אויפהערען, ער קען פשוט נישט. און דער טאטע האט נישט געהאט קיין ברירה נאר אים פארשיקען.

געהאפט האט דער ישועת משה אז דער זוהן ר' ישראל, וועט זיך מקבל זיין אז ער הערט באמת אויף זיינע צדקות, און ער וועט קענען צוריק קומען. און א בריוו וואס דער רבי שרייבט ברענגט דאס ארויס קלאר, אז ר' ישראל קען אייביג צוריקוקמען אויב איז ער זיך נאר מקבל וואס ער וויל פין אים. אבער ר' ישראל האט געהאלטען משום סיבה, אז ער קען אדער טאר נישט מקבל זיין אזעלכע קבלות, און ער האט מסכים געוועהן צו גיין אין גלות, און האפען אז דער טאטע וועט אים צוריקנעמען אפילו אהן זיין קבלה.

דער ביאור ווארפט אויך א ליכט אויף דעם וואס דער ישועת משה האט געבאדערט אז מען גיט געלט פאר ר' ישראל, געטענה'ט האט ער, אים פעלט דען געלט? ער קען קומען צו מיר און איך וועל אים אלעס געבען, ער זאל נאר קומען אויף דעם אופן ווי איך פארלאנג. געפילט האט ער אז ווען מען גיט אים געלט, איז מען אים מחזק פאר נישט וועלען מקבל זיין וואס ער וויל פין אים, און מען טוט עס ווייל מען האט אים (דער ישועת משה) פיינט. ווייל ווען מען טוט עס אלץ אהבה צו ר' ישראל, וואלט מען אים גארנישט געדארפט צו געבען, אזוי ער זאל זיך ברעכען און קומען זיך איבערבעטען מיטען טאטען.

אזוי זעה איך די מעשה פין מיין געליינעכץ וואס חסידי ר' ישראל און חסידי ר' מענדל און פין וואס איך געדענק הערען בשעת די גרויסע מחלוקה איז געוועהן אין אקציע.

אויב איז די מעשה אזוי ווי איך שרייב, קען מען זיי ביידע פארשטיין, אבער מער גערעכט לענ"ד איז דער ישועת משה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ענדע צדיק האט געשריבן:די אלע מעשיות זענען אמת, אבער ס'איז מיר א געוואלדיגע פלא ווי היסטוריע טוישט זיך,
ביז ארום 10 יאר צוריק האט יעדע ויזניציע חסיד געהאט א בארג מיט מעשיות קעגן רבי ישראל, און סיבות פארוואס מ'איז אים מחרים וכו', און היינט הערט מען נאר פארקערט ווי א גרויסער בעל מדות ער איז (וואס איז טאקע אמת), און זיין כיבוד אב,

און נאך מער איז מיר א חידוש וויאזוי מ'קען נעמען מענטשען, בחרים, יונגעלייט וועלכע זענען יארן לאנג געפרעדיגט געווארן דורך אלע משפיעים ביז'ן רבין אליינס ווי פסול ער איז, און אין איין מינוט אריבער דרייען אויף פארקערט. צו פאטשען און טאנצען אויף זיינע טאקטן וכו'.


ברצות ה׳ דרכי איש גם אויביו ישלים אתו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איחוד פעלד, ער האט נישט געקענט אויפהענגען א גרויסער צעטל אין בית המדרש אז קיינער זאל נישט בארגן פאר ר' ישראל? איך פארשטיי אז ס'איז מאדנע, אבער ארויסווארפן א זון פון שטאט איז נאכמער מאדנע.
האדם לא נברא אלא להתענג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

יאיר האט געשריבן:איחוד פעלד, ער האט נישט געקענט אויפהענגען א גרויסער צעטל אין בית המדרש אז קיינער זאל נישט בארגן פאר ר' ישראל? איך פארשטיי אז ס'איז מאדנע, אבער ארויסווארפן א זון פון שטאט איז נאכמער מאדנע.


פארשטייסט אליין אז מען קען נישט אויפהענגען א צעטעל כעין זה. נארוואסדען? מען קען אפשר טוהן אנדערע פעולות צ.ב.ש. נישט באצאלען, אנזאגען די גבירים וכו'.

ועוד והוא העיקר, אז עס איז געוועהן אנדערע מאטיווען, ווי דער פאקט אז דער ר' ישראל איז געוועהן א גרויסע מקשה לדעת.... ער פלעגט פרעגען אסאך קשיות, שוין אלץ יונגעל, ווי דער ישועת משה האט געזאגט ביי די גרויסע דרשה, און ער האט אים בכלל געוואלט לערנען א לעסאן, און ווען די סיבה איז געוועהן בארעכטיגט האט ער עס געטוהן. והראי' ביים סדר האט זיך עס אזוי אויך אויסגעלאזט "איך בין נישט אינטרעסירט אין דיינע קשיות", זעהט אויס אז דאס איז געוועהן א שטארקע פראבלעם, זיינע קשיות. קען זיין זיינע קשיות זענען גראדע געוועהן גאר גוט, און דאס האט נאך מער געבאדערט. ווער ווייסט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

יוי יוי יוי, וויפיל שטותים איך זעה דא צאמגעשריבן. איך וויל אזוי שטארק שרייבן וואס איך ווייס, אבער איך קום פלעין נישט אן. כ'בעט ענק זייט מיר מוחל. איך קום קוים אן צו ליינען, איך זעה עפעס האצעך געריקט אין דעם אשכול קום איך אריין האפענדיג אז איינער האט דא געשריבן עפעס דברי טעם, אבער איך בין אזוי דיסעפוינטעד. איך האף דער אויבערשטער ווען מיר העלפן אין וועל האבן אביסל מער צייט און ישוב הדעת צו שרייבן אביסל מער וועל איך אביסל מרחיב הדיבור זיין איבער די וויזניץ'ער היסטאריע.
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך ענדע צדיק »

הדד, מיר קענען קוים ווארטן.
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

ענדע צדיק האט געשריבן:הדד, מיר קענען קוים ווארטן.

גם אני מצטרף לכל הקהל ה'ווארטערס" לדברי הדד בן בדד, אונז פארגעסן נישט אזוי שנעל די דברים של טעם ביים אשכול פון די נידחים [וואס איז אגב געוועזן נאר אן הקדמה, און אויפן המשך ווארטן מיר נאך מיט אויסגעשטרעקטע מיילער! ]…
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
פארשפארט