יאיר האט געשריבן: איך קויף זייער שווער אפ מח שליט'ס אויסרייד אז מען האט פארגעסן די פונקטליכע לשונות פון משנה וברייתא'ס. אויב זענען זיי טאקע אזוי פעלערדיג, דעמאלט שטייט תורה שבעל פה אויף הינערישע פיס. בכלל דארף מען וויסן אז מיר זעען דא א טרענד, כמעט יעדער וואס לערנט גמרא שטויסט זיך אן אין יעדע פאר שורות אין דרשות און אוקימתות וואס זענען נישט לויט די היינטיגע פארשטאנד. ווי האט בריסקער רב געזאגט, אז א פרוי'ס מאן שטארבט איין מאל איז עס צוליב א הארץ אטאקע, א צווייטן מאל איז עס צוליב קענסער, א דריטער מאל איז מסתבר אז ס'איז דא איין סיבה צו אלע מיתות, די פרוי איז א קטלנית.
קינד אין קייט ווייסט אז עס איז דא א געוואלדיגע שכחת התורה מדור דור. אנגעהויבען פין פארלירען נבואה וואס דאס האט אוועקגענומען די דביקות צום אייבערשטען וואס דאס איז באמת די גאנצע מכווין פין אלסדינג, ביז די שכחה פין דאס אז מיר האבען פארלוירען דעם "לעצטען גדול משרידי דור הישן" וואס מען זאגט ביי יעדע דריטע לווי'. אין נישט פארגעסען אז ראשונים כמלאכים, אין די מה נעני אנן אבתריה, אין לבם פתוח כאולם ועוד ועוד.
מיט דעם אלעם איז די תורה שבעל פה בכלל נישט אויף הינערישע פיס. די גאנצע סיסטעם פין תורה שבעל פה אין איר קיום איז אין לך אלא כהן שבימיך. יפתח בדורו כשמואל בדורו, אתם אפי' מוטעים, אפי' אומר לך על ימים שהוא שמאל. אין ווי איך האב אויבען געברענגט בשם די גר"א אז נצחוני בני, אז נאר דורך פארשטיין אז מיר גייען ארבעטן מיט וואס מיר האבען אין מיר ווילען זיך אפי' נישט רעכנען מיט בת קול אדער גילוי אלי', נאר אזוי איז דא נצחיות התורה. דאס איז די איינציגע סיסטעם אין אויך גאר א לאגישער צוגאנג. ווייל וואס איז די אנדער אפציע, צו הייבן הענט אין פארטיג? נאך דערצו אז מען פארשטייט אז די אלע פרטים איז נישט אזא נפק"מ פאר גאט. ער וויל אז דו זאלסט זיין ערענסט אין וועלען טון וואס ער הייסט. אין דאס געשעט מיטן ערענסט פרובירין צו כאפען וואס ער האט געזאגט מיט די כלים אין חומר וואס די פארמאגסט.
גארנישט אויף די וועלט איז פערפעקט. קאפיטאליזם איז גאר ווייט פין פערפעקט. דעמאקראסי איז גאר ווייט פין פערפעקט, וכמאמר החכם טשורטשיל,
Democracy is the worst form of government, except for all those other forms that have been tried from time to time
מיר ארבעטען מיט וואס מיר האבען. די זעלבע איז בנוגע תורה שבעל פה. צו האבען א קארפוס פין טעקסטס וואס פאר הונדערטער יארען איז געווען איבערגעגעבן נאר בעל פה, איז א רעצעפט פאר א חורבן. אבער דאס איז וואס מיר האבען.
ובלא כל הנ"ל, דארפסטו פארשטיין אז דיין רופען הינערישע פיס טוישט נישט דעם פאקט אז עס איז געווען גאר גאר גאר פעלערהאפטיג מיט גאר אסאך גרייזען. זאג דו מיר צו עס לייגט זיך דיר איין מינוט אויפען שכל אנדערש. כזה ראה וקדש. ליוו וויט איט.
אויך פארשטיי אז בסך הכל וואס זענען די טעותים? די אמוראים האבען דאך בדרך כלל נישט אקצעפטירט זאכען וואס איז זיי געווען נגד זייער הבנה. אז זיי האבען פארשטאנען קלאר אנדערש האבען זיי טאקע גשפילט מיטן טעקסט כפי העולה על רוחם. איז דעם נישט דא טויזענטער הלכות וואס איז בכלל נישט דא קיין גיידענס פין א משנה אדער ברייתא וויאזוי זיך צו פירען? ווען זיי האבען געהאט א משנה אדער ברייתא וואס האט נישט געשטימט האבען זיי געטון די ריכטיגע זאך. זיי האבען געזאגט, ליסטען, מיר האבען גאר א שוואכע סיסטעם פין כתיבה ומסירה מדור דור, מיר ווייסען נישט וויפיל ווערטער פעלען פין די משנה אדער ברייתא, מיר גייען דעריבער נישט אוועקגיין פין אונזער הבנה אינעם נושא, מיר וועלן ליבערשט זאגען אז די טעקסט איז קאמפראמייסד, ווי איידער מיר זאלען טון זאכען וואס מיר האלטען אנדערש. וועגן דעם האבען זיי טאקע געזאגט אז טאמער איינער לערנט נאר משנה איז ער פין די מבלי העולם.
איך פארשטיי אינגאנצען נישט דיין פארבלעם מיט דעם.