נולד מאוחר האט געשריבן:איך בין נישט קלאר וואס די שרייבסט. האבן חז"ל באמת געהאלטן אז סאיז געווען א מלאך גבריאל אדער סאיז א משל אויף עפס?
לויט חז"ל מלאך גבראיל מיינט א מיסטישע בריאה. פרעג דיין צען יעריג אינגעל וואס מיינט א מלאך. איך ווייס פון אלע שיינע תורת הועשה מלאכיו רוחות. און אבן עזרא די שכל איז א מלאך. חז"ל זענען נישט געווען אזוי סעפיסטיקעטעד.מוח שליט האט געשריבן:וואס מיינט א מלאך?
נולד מאוחר האט געשריבן:דרך אגב חז"ל האבן זייער גוט געקענט מסביר וואס זיי ווילן זאגן. אויב ווילן זיי לערנען דיין לימוד וואלט זיי גארנישט אפגעהאלטן זיי זאלן דאס ארויס שרייבען. אז די תלמוד וואלט געווען פופציג בענדער אנשטאט צוואנציג וואלטן זיי נישט געהאט א פראבלעם. להגדיל תורה ולהאדיר.
מוח שליט האט געשריבן:קאם אן, זיי אויפריכטיג, לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה. אמאל אמאל ווען עס איז גאר שיינע טיפע זאכען אפי' ס'איז נישט נוגע למעשה האט די גמרא דאך געוואלט שרייבען טיפע הגדרות אין שור בור מבעה הבער וכדו'. אבער דאס איז אוודאי נישט על הכלל כולו יצאה.
די לימוד וואס די לערענסט אפ לגבי הנהגת הבורא איז נאך אזוי וויכטיג ווי אלע אנדרע אגדתא'ס וואס חז"ל געבען אוועק א דריטעל ש"ס דערויף.