קאווע טרינקער האט געשריבן:דארף מען דאס מודיע זיין פאר פותח האשכול ז"ל
I didn't have patience but now I understand
לאל
עוד מישהו האט געשריבן:נאך א גאר לאנגע און שווערע רייזע איבערן ים, איז קריסטאפער קאלאמבוס ענדליך צוריק קיין אייראפע, מיט א דערקלערונג וואס האט איבערגעדרייט א וועלט. ער האט אנדעקט א נייע קאנטינענט.
אידן שפעקולירן, אז דאס וועט זיי ראטעווען פון די פילע שווערע און ביטערע גזירות, וואס קומען פאר אין שפאניע.
ראשעקאל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:א טעלעגראם יעצט אנגעקומען מיט די בשורה טובה אז דער סאקמאר רב הרב יואל ט"ב נ"י איז ארויס מאפילה לאורה, אנגעקומען יעצט אין די שווייץ.
אוך הער אויך אז בשעת אריינפארן אין שווייץ האט ער געזינגען א ניגון אויף "בך בטחו". זאך קענער זאגן אז די ניגון וועט זיכער זיין א היט און מ'וועט עס זיכער זינגען ביי אלע כ"א כסלו מסיבות אין די ארמערי
ראשעקאל האט געשריבן:מ'האט איר געטראפען!!!
זי איז געוועהן אין א ווינקעל אין וואלד און געהאלטען אינמיטען דאווענען ווען א פאליסמאן האט איר געזעהן!!!
מ'קען יעצט הערן אויף די רעידיא די ריקודים פון חסדי ה' דארטען אין קאנעטיקאט ביים וואלד
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!
שמעקעדיג האט געשריבן:איך הער א נייע משוגעת אז מען גייט אנהויבן אריינשטעלן ביי די אריינגאנג פון די מקואות טורנסטייל טירן, וועלכע וועט נישט אריבערלאזן נאר די באצאלטע!
שומו שמים! וואס איז נעקסט? א קאווע שטיבל מיט א טורנסטייל טיר און נאר ווער עס ווארפט אריין 50 צענט איז ערלויבט צו מאכן א קאווע?