הדד בן בדד האט געשריבן:ליידער איז עס גארנישט קיין נייעס אז א מאמע זאל פיינט האבן אן אייגן קינד. און אדרבה, פרעג זיך נאך ביי די אלע עלטערע וויזניצער תלמידים, די וואס געדענקען נאך יענע תקופה פון די י' און אנהייב כ' יארן, זיי וועלן דיר אלע מעיד זיין און פארציילן כמה מעשיות איבער דעם ווי זי האט פיינט געהאט ר' ישראל'ן. (און אז מען רעדט שוין, האט זי אויך פיינט געהאט דעם בעלזא רביצין, און אויך ווייל זי איז געווען צו פרום און ערליך פאר איר).
אז מען רעדט שוין, נאך א מעשה, געהערט פון א עד ראיה.
אין וויזניץ איז כידוע געווען איינגעפירט אז דער רבי האט געפירט טיש, נאכ'ן טיש איז געווען 'די צווייטע טיש' (וואס מען רופט אין אנדערע פלעצער פירות טיש, אין וויזניץ איז דאס אבער געווען א טיש פאר זיך) אויך געפירט על פי רוב ביים רבי'ן.
אין בני ברק, אין יענע יארן פאר די מרידה (בעיקר אין די י' און אנפאנג כ' יארן) פלעגט זיין א 'דריטע טיש' וואו די פרומע חניוקע'ס זענען געזיצען עד עלות השחר און פארברענגט (און אויב האט זיי די מזל געשפילט, פלעגט זיך דער רבי -וואס איז ממילא אויף געווען א גאנץ שבת- אויך צוזעצן).
דערציילט דער איד: איין וואך איז ר' ישראל אויך אפגעזיצן דארט ביז שפעט, ווען ער איז אהיימגעקומען, האט זיך די מאמע אויפגערעגט, און באהאלטן זיין קאלפיק.
צופרי צום דאוונען, איז ער געקומען מיט די הוט. ווען די רבי האט דאס באמערקט און געפרעגט דערויף, האט ער נאר געוויזן אז זיין מאמע....
ביי קידוש, פלעגט זי אלץ אריבערקומען צום שווער, האט איר דער רבי געפרעגט, וואס איז עפעס געווען מיט ישראל'יקל היינט? ענטפערט זי, ער איז זיך אפגעזעצען מיט די 'משוגעים' ביז צופרי, האב איך אים באהאלטן דעם קאלפיק....
די רבי איז צוקאכט געווארן, און ער האט זיך אונטערגעברימט א ניגון וואס ער פלעגט זינגען ווען ער האט געוואלט איינהאלטן זיין כעס (די ראפשיצער שלום עליכם) און רופט זיך אהן: מען זאגט, אז דאס ביסל וואס די לבנה שיינט איז נאר ווייל ער האט נישט קיין ווייב....