הונדערט יאר פאר וועבערמאן רשעות און טפשות ביזן הימל!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

הונדערט יאר פאר וועבערמאן רשעות און טפשות ביזן הימל!

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב עס געשריבן אין די סומאטאכע, אבער חברים האבן מיר גע'אישי'ט אז איך זאל עס מפרסם זיין עקסטער, ווייל עס פאדערט אטענשאן, וכן עשיתי

רבותי, עס איז היינט א ביטערע טרויעריגע טאג פאר אמעריקע! יא, נישט בלויז פאר נחמי', נישט בלויז פאר משפחת וועברמאן, נישט בלויז פאר סאטמאר זאלונים, נישט בלויז פאר סאטמאר, נישט בלויז פאר וויליאמסבורג, נישט בלויז פאר "היימישע" נישט בלויז פאר חסידים, נישט בלויז פאר ארטאדאקסן, נישט בלויז פאר אידן, נאר פאר גאנץ אמעריקע.
עס איז א טרויעריגע טאג ווען א שופט, א מענטש וואס דארף צו רעפרעזענטירן יושר און צדק, חכמה און משפט האט געטון אזא טיפשות און נארישקייט, אזא רשעות און בלינדקייט ווי געבן פאר א מענטש הונדערט און דריי יאר.
וואספארא טפשות איז דאס?
ואס איז פשט פון געבן א מענטש מער יארן קנס, ווי וויפיל יארן גאט האט אים בכלל געשאנקען?
ענטפערט מיר נישט אז די ביכער זאגן אזוי, געט מיר נישט טעכנישע טערמינען, פוינטס, און לעגאלע הארטע ליינס. איז דאס עפעס אן אומפארשטענדליכע אלטע רעליגיע? איז נישט שכל הישר די שטארקסטע כח?
עס איז א בושה פאר יוסטיץ ארויסצוגעבן אזא טיפשות!
די דאזיגע פסק דינט קיינעם נישט, יעדער איינער גייט ארויס א פארלירער!

ווען די דזשורי האט געזאגט גילטי אויף וועבערמאן האב איך גארנישט געזאגט איר קענט קוקן מיינע פריערדיגע תגובות. איך האב פארשטאנען אז זיי גלייבן די מיידל און איר טעראפיסטקע וואס האט מעיד געווען. שוין, די עמך מענטשן אין די דזשורי האבן געגלייבט, זאל זיין.
אבער דער שופט, א קלוגער, איש מכובד, געט אזא טפשות'דיגע פסק?!
און ענטפערט מיר נישט "ער האט נישט גענומען א פליע בארגן". וואספארא טענה איז דאס? איז דאס א פערזענליכע קאנקורענץ צווישן דעם באשולדיגטער און דעם שופט, און ווייל דער באשולדיגטער האט פרובירט זיין בעסטע, גייט אים דער שופט צופיקסן?
איז עס בכלל א געהעריגע קאנקורענץ צווישן א אינטעלעקטואלער מענטש וועמען אמעריקע האט אוועקגעשטעלט אויף אזא פאזיציע צו דינען גאט און פארשרייבן לחיים ולמוות, ער איז דער צד שכנגד פון דעם אראגאנטן, טפשות'דיגן אומגעלערנטער חסיד?
י-ע-ד-ע-ר איז דא ארויס א פארלירער, לאמיר זעהן:
די יוסטיץ סיסטעם: אז מענטשן פארלירן זייער צוטרוי אין די יוסטיץ סיסטעם. לאמיר זאגן אז נאר חסידים שעלטן די יוסטיץ סיסטעם, איר ווייסט וואס דאס מיינט? א מיליאן נפשות אין אמעריקע האסן שנאת מוות די יוסטיץ סיסטעם און קוקן עס אן ווי עפעס א מלכות הרשעה פון רוסלאנד אדער דייטשלאנד?!
איר ווייסט וואס דאס מיינט אז טאטעס לערנען אויס די קינדער אז פאליציי, עף בי איי און ריכטער זענען רשעים און שלעכטע מענטשן?!
און לאמיר זיך נישט נארן, עס איז נישט נאר חסידים, עס איז אסאך ברייטער פון דעם. רעכט-דענקענדע מענטשן האסן די יוסטיץ סיסטעם. איז דאס א טובה? קען א יוסטיץ סיסטעם אנהאלטן נאר מיט א כח הזרוע אן קיין צוטרוי?
די וויקטימס: די אלע וויקטימס אין אונזער געמיינדע, די געפייניגטע, די דמעת העשוקים האבן יעצט געכאפט זייער גרעסטע פראסק. און איך מיין עס ערנסט. איך שפעט נישט אפ פון וויקטימס, און איך זאג נישט אז עס איז פינסטערע קאמף פון OTD וואס ווילן אונז אונטערברענגען, ניין, עס איז באמת דא וויקטימס וואס ווערן פארשוויגן, און יעצט איז געשעהן די גרעסטע טראגעדיע צו זיי!
איך וויל אייך זאגן א מעשה שהיה, איך קען א וויקטים וואס שפילט זיך שוין ארום מיט די געדאנק פון יא אדער נישט מסרן זיין מעלעסטערס, האב איך אים היינט געשיקט א טעקסט מעסעדזש "ער האט באקומען הונדערט און דריי יאר....... עטליכע טויזנט חדשים, א האלב מיליאן וואכן... זאג מיר די ווילסטו דאס טון צו דיין מעלעסטער?!" צען מינוט שפעטער האב איך באקומען פון אים א מעסעדזש "איך גיי נישט מסרן מיין מעלעסטערער, ניין, איך שווער אז איך וועל נישט!"
און די טעקסט האט מיר וויי געטון, ווייל דער וויקטים, מיין חבר, וועט ווייטער טראגן די וויטאג אין זיין הארץ. הלוואי קען ער זיך נוקם זיין אין זיין מעלעסטער און אים געבן א נארמאלע עונש, פון לאמיר זאגן א ריזן געלט קנס, א טורמע טערמין וואס זיין משפחה וועט נישט ליידן דערפון וכדומה.
מרת דייטש און אירע אלע פריינט: איך האב מיטגעפיל מיט די דאזיגע געליטן קינד, (איך נעם אן אז זי איז אמת'דיג געליטן, איך וועל די אמתע אמת קיינמאל נישט וויסן), אבער זי האט היינט געליטן א שרעקליכע מפלה, יא, עס קען זיין אז זי יובילירט, זי פרייט זיך, אבער זי האט היינט געליטן א שרעקליכע זאך! שטעלט אייך פאר אין צוואנציג יאר ארום, ווען די ביוטיפול בלאנד וועט שוין זיין א מיטליעריגע פרוי, מיט א שטוב מיט קינדער, פארקנייטשט און אביסל ערליך, און זי וועט הערן אין די נייעס אז וועבערמאן איז אין א שפיטאל פאר זיין הארץ פראבלעמען, און ער האט נאך נאך גאנצע אכציג יאר צוגיין..... אדער שטעלט אייך פאר אז זי באגענט אין דרייסיג יאר ארום מרת וועבערמאן אין גאס, אן אלטע צובראכענע באבע, גייט זי זיין פרייליך??
ווען דער שופט האט ווען א טראפ שכל, יא, דער גרויסער חכם וואס קען אויסנווייניג טויזנט לעגאלע ביכער האט אזויפיל שכל ווי יעדן נארישן קופערניקוס אין קאווע שטיבל, און ער געט נחמי' פון צען צו צוואנציג יאר, באגלייט מיט א פייערדיגע דרשה, אז עכט קומט אים מער, און עכט דארף ער שיקן א שארפע מעסעדזש צו די קאמיוניטי, אבער ער האט רחמנות אויף זיין משפחה, און ער וויל אז נאך וויקטימס זאלן ארויסקומען און ער געט דרייצן יאר וכדומה.
אבער אז דער שופט איז זייער געלערנט, אבער א טראפ שכל האט ער נישט, און די גאנצע יוסטיץ סיסטעם זעהט פאר א זכייה צו געבן ווי מער יארן, טראגן מיר אזא פנים, און מיר קענען נישט טון גארנישט מער ווי זיך אריינגראבן די פנים אין דער ערד און וויינען.
און טאקע נוצן די וויינענדיגע ווערטער פון דעם רבן של כל הפייטנים והבלשנים, ישעיה הנביא:
וַיְקַו לְמִשְׁפָּט וְהִנֵּה מִשְׂפָּח, לִצְדָקָה וְהִנֵּה צְעָקָה.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

יושר, חכמה און צדק וועסטו נישט טרעפן אין אמעריקע.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס נישט פארוואס די "וויקטימס אדוואקאט" מענטשן, אויב זיי זענען מענטשן, ערקלערן נישט דעם די-עי און די יוסטיץ געמיינדע אז אזא שארפע פסק איז די סתימת הגולל אויף סיי וועלכע פרואוו צו ברענגען די וויקטימס צו מסרן'. איך בין זיכער אז אפאר מעלעסטארס לאזן זיך צוריק ארויס אויף א ווילדע מעלעסטעישאן מיסיע, און העכסטנס וועט ער שרייען צום וויקטאם "וואס, די ווילסט מיר ארעסטירן אויף הונדערט און דריי יאר, ביסטו משוגע?"
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

בן תמליון האט געשריבן:מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.

לץ. :like :like
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

sunbar האט געשריבן:

איך מיין עס זייער ערנסט.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קופערניקוס האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס די "וויקטימס אדוואקאט" מענטשן, אויב זיי זענען מענטשן, ערקלערן נישט דעם די-עי און די יוסטיץ געמיינדע אז אזא שארפע פסק איז די סתימת הגולל אויף סיי וועלכע פרואוו צו ברענגען די וויקטימס צו מסרן'. איך בין זיכער אז אפאר מעלעסטארס לאזן זיך צוריק ארויס אויף א ווילדע מעלעסטעישאן מיסיע, און העכסטנס וועט ער שרייען צום וויקטאם "וואס, די ווילסט מיר ארעסטירן אויף הונדערט און דריי יאר, ביסטו משוגע?"

איר זענט 100% גערעכט. דער היינטיקער פסק וועט פארשפארן די מיילער פון אמת'ע וויקטימס אין אונזער געמיינדע אויף א פיל ערגערן אויפן ווי פארדעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

א גוטן פורים!!! האסטעך יעצט אויפגעוועקט???

דו באוויינסט אזאך וואס קינד און קייט ווייסט אז דאס איז דער סיסטעם אין אמעריקא און ס'גייט זיך נישט טוישן צוליב וועבערמאן,

טאקע פארפוילט, טאקע קאראפט, טאקע דום,
אבער האסטעך נישט קיין ברירה, דו ברויכסטו שפילן מיט די קארטלעך וואס מ'געבט דיר נישט וואס דו וואלסט געוואלט,
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בן תמליון האט געשריבן:מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים וואס ווילען נישט העכערען די פ.ס. און חלק 8. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא, לויט די מצב וואס אונז האמיר זיך געשאפן און באקוועם געמאכט, איז נישט גוט.

אמת.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן תמליון האט געשריבן:מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.

ניין, די ביסטו נישט גערעכט, אויפציען א דור מיט שנאה און ווייטאג איז נישט קיין עסק.
מיר מוזן אויפקומען מיט נייע חידושים, מען דארף מחנך זיין אינגאנצן נייע מושגים צו די קינדער, איבער מאכן כשר געלט - דורך לערנען א פאך אויב נויטיג- נישט אריינצופאלן אין א לעגאלע פלאנטער. זיך פארליבן אין א איין און איינציגע און חתונה האבן מיט איר, און נישט זיין א קראנקער מענטש. אויב איז מען יא האורני נאך די חתונה, מוז מען תיכף אראפנעמען די פילטער פון די אינטערנעט, און אפירזוכן א "יעשה מה שלבו חפץ" און מקיים זיין ילבש שחורים ויתעטף שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו ויעשה מה שלבו חפץ ולא יחלל ש"ש ברבים און אזוי ווייטער.
ווי זאלן מיר לויפן?
איך האב נעכטן געזעהן אין בחדרי אז רבי דוד סאלאווייטישיג האט געזאגט אז אויב די מדינה וועט ווייטער משוגע מאכן די חרדים צו גיין ארבעטן און שטודירן און אפלאזן די כוללים וועט מען מוזן אנטלויפן קיין אמעריקע. וואס, אמעריקע איז יעצט זייער נייטיג אין א האלב מיליאן קינדער מאשינען באנק קוועטשער. והוא הדין להצעתך, ווי זאלן מיר לויפן? קיין באליוויע?
קיין נארמאלע לאנד דארף אונז נישט האבן די וועג וויאזוי מיר עקזיסטירן יעצט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך האב נעכטן געזעהן אין בחדרי אז רבי דוד סאלאווייטישיג האט געזאגט אז אויב די מדינה וועט ווייטער משוגע מאכן די חרדים צו גיין ארבעטן און שטודירן און אפלאזן די כוללים וועט מען מוזן אנטלויפן קיין אמעריקע.

YAY פליישיגע לאונטשע'ס
און די גאנצע משולחים ביזנעס וועט זיין אויס
קרן הצלה גייט זיך פארמאכן
ס'צרות
Under influence
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בן תמליון האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.

לץ. :like :like

איך מיין עס זייער ערנסט.

נעבעך.

אין אונזער לאנגע ביטערע גלות האבן מיר נישט געהאט אזא פרייע יושרדיגע אכסניה, די לאנד וואס איז געבויעט אויף יושר, גלייכע רעכטן פאר אלע, ווי "אלע מענטשען זענען באשאפן געווארן צוגלייך" און ווי יעדער האט די "רעכט" צו "לעבן, פרייהייט, און נאכלויפן דאס גליקליכקייט", די לאנד ווי נאך ווי די וועלט איז געשטאנען גלייכגילטיג ווען מ'האט פארטיליגט 6 מיליאן אידן, האבן זיך אידן געטראפן א מקום מנוחה דארט, ווי זיי קענען זיין שטאלצע אידן אן דארפן באהאלטן דאס אידישקייט, ווי אנשטאט וואס די אידן זאלן דארפן צאלן א קאפ-שטייער, אדער ליכט שטייער, איז דא טעקס עקזעמפשענן פארן געבן צדקה צו רעליגיעזע מוסדות, זיצט א אינגערמאן וואס באדט זיך אין די פרייהייט אז ער קען עפענטליך פראטעסטירן קעגן די גאווערמענט, און האט די חוצפה דאס אנצורופן "מלכות הרשעה"?
אפגעזען צי די פסק איז overzealous, אבער אויב איז עס יא, איז עס ווארשיינליך נאר וועגן די פראפאגאנדע פון עלילת 75, און א אומפראפעסיאנאלע טוויטער קאמפיין, אינטערהאקן ביזנעסער און אנטראגן שוחד, אפשר האט די שופט געוואלט שיקן א מעסעדזש צו די קאמיוניטי, אבער אפילו 40 יאר וואלט געווען א לעבענס לענגליכע אורטייל, האט ער געגעבן א גרעסערע נאמבער וואס וועט סייווי נישט אויסמאכן פארן דיפענדענט, כדי צו שיקן א מעסעדזש צו א קאמיוניטי וואס לאמיר זיך נישט נארן, נעמט נישט גענוג קעיר פון מאלעסטעישען, רשעות מצד השופט? לאמיר שוין זאגן אז יא, אבער צו זאגן מלכות הרשעה איז אווער ריעקטינג, און fear mongering.
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

קופערניקוס האט געשריבן: אויב איז מען יא האורני נאך די חתונה, מוז מען תיכף אראפנעמען די פילטער פון די אינטערנעט, און אפירזוכן א "יעשה מה שלבו חפץ" און מקיים זיין ילבש שחורים ויתעטף שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו ויעשה מה שלבו חפץ ולא יחלל ש"ש ברבים און אזוי ווייטער.

אויף דעים אופן קען מען אויך שטארק אריינפאלען מיטען געזעץ, כידוע די רעגירונג דרייט זיך אויך ביי די אלע מקומות, הם המסיתים והם המקטרגים והם הממיתים.

אפשר בעסער צו לערנען די תשובה פון יעב"ץ בענין הפלגשים...
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קופערניקוס האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס די "וויקטימס אדוואקאט" מענטשן, אויב זיי זענען מענטשן, ערקלערן נישט דעם די-עי און די יוסטיץ געמיינדע אז אזא שארפע פסק איז די סתימת הגולל אויף סיי וועלכע פרואוו צו ברענגען די וויקטימס צו מסרן'. איך בין זיכער אז אפאר מעלעסטארס לאזן זיך צוריק ארויס אויף א ווילדע מעלעסטעישאן מיסיע, און העכסטנס וועט ער שרייען צום וויקטאם "וואס, די ווילסט מיר ארעסטירן אויף הונדערט און דריי יאר, ביסטו משוגע?"

אן דיס וואן יו אר ראנג. קיין וויקטים וועט נישט מוחל זיין נאר ווייל "עס איז טו מאטש", ואדרבה.
זיי נישט נאאיוו, אין 'למען ישמעו וייראו' האט מען זייער אסאך אויפגעטוהן. מענטשן גייען שטיין טויזענט מייל אוועק פון יעדע הוי-אמינא פון אביוז.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געפילטע, די חסד לאומים מצד די רעגירונג טוט נישט פארענטפערן און מחפה זיין אויף די רשעות. געבן אזעלכע שטראפן איז אבסאלוט רשעות, נאריש און נידריג.
איך וואלט נישט געבלעימט דעם שופט אינגאנצן, אביסל איז אויך שולדיג דער נארישער יוסטיץ סיסטעם וועלכע לאזט ארויפשמירן 59 קלאגעס אויף איין חטא, און נוצן נישט דעם שכל'דיגן "אין איסור חל על איסור".
איך קען נישט שרייבן צופיל מער. איך בין נאך היבש צושאקעלט פונעם גאנצן פועל יוצא (אפילו נניח אז ער איז יא שולדיג), כאטש איך גלייב אז מיט השתדלות און תפלה קען מען גרינגער מאכן דעם עונש החמור בעז"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גוטע פינטעלך האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן: אויב איז מען יא האורני נאך די חתונה, מוז מען תיכף אראפנעמען די פילטער פון די אינטערנעט, און אפירזוכן א "יעשה מה שלבו חפץ" און מקיים זיין ילבש שחורים ויתעטף שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו ויעשה מה שלבו חפץ ולא יחלל ש"ש ברבים און אזוי ווייטער.

אויף דעים אופן קען מען אויך שטארק אריינפאלען מיטען געזעץ, כידוע די רעגירונג דרייט זיך אויך ביי די אלע מקומות, הם המסיתים והם המקטרגים והם הממיתים.

אפשר בעסער צו לערנען די תשובה פון יעב"ץ בענין הפלגשים...

די רעגירונג גייט נישט אן ווילאנג די מדובר\ת איז איבער 18 יאר אלט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך האב מורא אז איר זענט נכשל געווארען אין דער זעלבער נארישקייט אין וואס איר באשולדיגט דער ריכטער.
מווערט נתפעל פון דער נומבער 103 כאילו עס איז אקטואל. לאמיר זאגען פשוט אז דער געזעץ זאגט אז אזא פארברעך קומט זיך לעבנסלענגליכע תפיסה. וואלט עס נישט געהאט דער עפעקט פון דער מוגזמ'דיגע נומבער 103. מקען הערן אז אזא סארט פארברעיך קומט זיך דאס, און עס וואלט נישט געווען דא דער גאנצער געשריי. סך הכל איז דא דא א טעקניקעליטי אז מרופט דאס נישטש לעבנסלענגליך נאר 103 יאר. איז מה בכך? איר מאכט דער זעלבער נארישקייט אין ואוס איר זענט מאשים דער ריכטער אז אנשטאטס נוצען שכל הישר ניצא איר לעגאלע חשבונות. (בעצם הדבר די לעגאלע חשבונות האבען א געוויסע לאגיק פארוואס עס איז בעסער ווי גיין אלעמאל נאר מיט שכל הישר, ואכ"מ ענין זה. עכ"פ דער געשריי דא איז סך הכל אויף דער נאמבער וואס איז ס"ה א טעקניקעליטי, און בכלל נישט אויף דער מהות.)
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

די לאנד וואס איז געבויעט אויף יושר, גלייכע רעכטן פאר אלע, ווי "אלע מענטשען זענען באשאפן געווארן צוגלייך" און ווי יעדער האט די "רעכט" צו "לעבן, פרייהייט, און נאכלויפן דאס גליקליכקייט"

און האט פארט לאנגע יארן געהאלטן שווארצע פאר קנעכט און צווייטע קלאס בירגער.

די לאנד ווי נאך ווי די וועלט איז געשטאנען גלייכגילטיג ווען מ'האט פארטיליגט 6 מיליאן אידן, האבן זיך אידן געטראפן א מקום מנוחה דארט

האט אבער געוואוסט פון אוישוויץ פונקטליך און בשיטה איר נישט באמבארדירט חאטש זיי זענען געפלויגן העכער איר טעגליך.

א לאנד ווי א יושרדיק פראצעס עקזיסטירט נישט ווען דו ביזט א חסידישער איד בעת וואס אין טיסא עסלאר אפילו מענדל ביילוס אין רוסלאנד האט עס יא באקומען. א לאנד ווי יושר ענדיקט זיך ווען דער די עי לויפט פאר ריעלעקשאן און האט פרעשור פון אפאר קרעץ. א לאנד ווען די ביזט א איד מיט א סוקסעספולע שלאכט הויז וועט די רעגירונג דיר אפשפארן און אריינשליידערן אין תפיסה פאר 27 יאר אפילו די זשורי האט באפרייט די 9000 ליגנערישע קאונטס פון טשיילד לעבאר וועט מען טרעפן א פאלשן באנק סטעיטמענט און מאכן פארטיס מיט די זשאדש וחסל מיטן לויזיקן איד.

נאר אין אמעריקע עקזיסטירט יוסטיץ נוסח דוועק ווי פולע אומשולדיקע מענטשן ווערן אריינגשליידערט אין טורמע ווייל א אונטערגעשטעלטער רעגירונג מסור וויינט פאר א טובה און דו האסט רחמנות אויף איהם און קעשסט א טשעק.

די ליסטע איז אן ענד אן אמעריקע איז יושר און פריי ביז זי ענדיקט זיך פאר דיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

געפילטע פיש האט געשריבן:
גוטע פינטעלך האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן: אויב איז מען יא האורני נאך די חתונה, מוז מען תיכף אראפנעמען די פילטער פון די אינטערנעט, און אפירזוכן א "יעשה מה שלבו חפץ" און מקיים זיין ילבש שחורים ויתעטף שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו ויעשה מה שלבו חפץ ולא יחלל ש"ש ברבים און אזוי ווייטער.

אויף דעים אופן קען מען אויך שטארק אריינפאלען מיטען געזעץ, כידוע די רעגירונג דרייט זיך אויך ביי די אלע מקומות, הם המסיתים והם המקטרגים והם הממיתים.

אפשר בעסער צו לערנען די תשובה פון יעב"ץ בענין הפלגשים...

די רעגירונג גייט נישט אן ווילאנג די מדובר\ת איז איבער 18 יאר אלט.

ווען מען זוכט אויף די נעט קען מען אריינפאלען מיט באצלען דערפאר, וואס דאס איז 'פראסטיטושען' וואס איז נישט ערלויבט דאהי, און אסאך פעלער האבען זיי מסית געווען דערצו פארלאנגט עפעס א באלוינונג און דערנאך ארעסטירט. ווי אויך קען אלץ קומען די מדוברת און זאגען נאנסתי אפילו העכער 18 אונטער 18 איז אסור אפילו ברצון גמור
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ר' קופערניקוס,
דאס וואס איר שרייבט וועגן א פארליסט פאר וויקטימס וועגן סאיז צו א שטרענגער סענטענס, איז דערווייל נאר דברי רגש בעלמא. (א רגש וואס איך טוה אויך אוודאי אידענטיפיצירען דערמיט, נאר מיין שכל שרייט צוריק אז עס איז נישט גענוג רחמנות און זעזוע, אלס שיינע נאבלערע הרגשות, צו לאזען פסקנען אזא ערנסטע שאלה)
אלזא, אויב ווילט איר געבן צו דעם א משהו שכלדיגער תוקף איז אפשר שרייבט איר קלאר לפי דעת תורתכם הטהורה וויפיל יאר לדעתך קומט א מאלעסטער אדער א רעיפיסט, און לויט דעם וועלן מיר קענען באמת זעהן אויב איז דאס אויסגעהאלטן די גאנצע טענה דיינער.
וויפיל יאר קומט זיך לדעתך א איינמאליגע רעיפיסט? איין יאר? פינף יאר? צוואנציג יאר? לייף?
און וויפיל יאר קומט זיך א מולטיפאל רעיפיסט?
עס וואלט געווען כדאי אויך צוצוברענגען וואס די חכמי אומות העולם השומרים על מוראה של מלכות האלטן פאר ריכטיג אין אזעלכע פעלער בדרך כלל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך קען נישט זאגן פונקטליך וויפיל יאר, נאר אזויפיל אז איך וואלט איהם געגעבן נאך א שאנס אין לעבן, איך וואלט איהם נישט פארווארפן לנצח נצחים ואין לו תקוה ותקומה לעולם, ביי מיר איז כי לא ידח ממנו נידח, איך וואלט געגעבן פונקטליך וויפיל ער וואלט זיך געהאט זיין לערן געלט, נישט מער,
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גוטע פינטעלך האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
גוטע פינטעלך האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן: אויב איז מען יא האורני נאך די חתונה, מוז מען תיכף אראפנעמען די פילטער פון די אינטערנעט, און אפירזוכן א "יעשה מה שלבו חפץ" און מקיים זיין ילבש שחורים ויתעטף שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו ויעשה מה שלבו חפץ ולא יחלל ש"ש ברבים און אזוי ווייטער.

אויף דעים אופן קען מען אויך שטארק אריינפאלען מיטען געזעץ, כידוע די רעגירונג דרייט זיך אויך ביי די אלע מקומות, הם המסיתים והם המקטרגים והם הממיתים.

אפשר בעסער צו לערנען די תשובה פון יעב"ץ בענין הפלגשים...

די רעגירונג גייט נישט אן ווילאנג די מדובר\ת איז איבער 18 יאר אלט.

ווען מען זוכט אויף די נעט קען מען אריינפאלען מיט באצלען דערפאר, וואס דאס איז 'פראסטיטושען' וואס איז נישט ערלויבט דאהי, און אסאך פעלער האבען זיי מסית געווען דערצו פארלאנגט עפעס א באלוינונג און דערנאך ארעסטירט. ווי אויך קען אלץ קומען די מדוברת און זאגען נאנסתי אפילו העכער 18 אונטער 18 איז אסור אפילו ברצון גמור

מיר רעדן פון צוויי אנדערע זאכן, איך רעד פון וואס קופערניקוס שרייבט "מוז מען תיכף אראפנעמען די פילטער פון די אינטערנעט".
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

[left]According to the US Department of Justice, the average Sentence for convicted rapists depends how the conviction happened. If rapist was convicted by jury, the average sentence is 292 months [24.3
years]. If the rapist was convicted in a plea bargain process the average is 139 months, = 11.6 years

Table 14 here See

Please note: From the Judges perspective this is anything but your average case. It was a conviction of a very large amount of counts. He has not shown remorse at all. On the contrary there’s a sustained intimidation of the family of victim. The district attorney has given a sworn affidavit that 6 more victims have come forward, and are afraid to testify. This not only points to these 6 victims, it makes the judge assume that there are many more victims who are afraid to even go to DA.
The clear knowledge that this high profile case will be appealed, is an important element in the sentencing. The judge would want to make sure that even if they win certain reduction on technicalities, the prison sentence will still be severe enough to fit the crime.
For the record. I am inclined not to agree to these harsh prison terms, but what do I know about crime and the suffering of the victims.[/left]
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
פארשפארט