נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נעכטן איז געשטארבן די עלטסטע נאבעל פרייז געווינער, ריטע מאלטעטשיני, א אידישע פרוי אין איטאליע, אין עלטער פון 103 יאר. זי האט דערגרייכט דעם נאבעל פרייז אין מעדיצין צוליב איר פארש ארבעט אין נערוון צעלן, וואס האט געברענגט פארשריט אין אזעלכע מחלות ווי פארקינסאנ'ס און אלצהיימער'ס. עס איז וואונדערליך אז איר מח איז געווען פריש און קלאר ביז'ן לעצטן טאג, און זי האט געטון פארש ארבעט יעדן טאג, אריינגערעכנט א טאג פאר זי איז געשטארבן! זי האט געארבעט אין א קליין צימער אין איר הויז, ארומגענומען מיט סייענטיפישע ביכער און זשורנאלן. לעצטנס האט זי געשריבן אויף איר פעיסבוק בלאט, "מיין זעה און הער קראפט איז שוין זייער אפגעשוואכט, אבער מיין מח איז קלארער ווי ווען איך בין געווען 20 יאר אלט(!) וויבאלד איך האב שוין אזויפיל מער עקספיריענס זייט דעמאלט..."
מאלטעטשיני האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, און זי האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. זי האט מורא געהאט אז חתונה האבן וועט איר מאכן ווייניגער זעלבסטשטענדיג, און זי זאגט אז זי האט קיינמאל נישט חרטה געהאט אויף דעם באשלוס.

בילד
(איך מיין מען זאל מאכן א תקנה אז מען מעג לייגן בילדער פון פרויען פון הונדערט יאר און העכער)
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

בטרם אצרך בבטן ידעתיך

שליחה דורך יאיר »

א שטודיע ווייזט אז ניי געבוירענע קינדער הייבן שוין אן זיך צו אויסלערנען די שפראך פון זייערע עלטערן נאך איידער זיי ווערן געבוירן. פון עטליכע חדשים בעפאר די געבורט הערן זיי זיך צו צו די קלאנגען פון די מאמע, און ווען זיי ווערן געבוירן קענען זיי דערקענען די עלטערנ'ס שפראך. מען האט געשטעלט קינדער וואס זענען געבוירן געווארן ביי ענגלישע מאמעס קעגן קינדער וואס זענען געבוירן ביי שוועדישע מאמעס, און מען האט זיי געלאזט הערן ענגלישע קלאנגען און שוועדישע קלאנגען, בשעת זיי האבן געזייגט א געוויסע מאשין. ווען זיי האבן געהערט א פרעמדע קלאנג האבן זיי געזייגט לענגער, וואס איז באקאנט אלס א סימן פון עפעס וואס איז אומבאקאנט און פרעמד פאר זיי.
איך קלער אויב דאס קען האבן א השפעה אויף די אומצאליגע הפלות וואס מען פירט כסדר דורך, וויבאלד לשיטתם איז אן עובר נאכנישט קיין מענטש.
האדם לא נברא אלא להתענג
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אפשר דאס האט גורם געוואן מאנכע צו גלייבן אז פון זיך אליין וועט א קינד רעדן לשון קודש....
אולי יש דברים בגו באופן וואס די עלטערען האבן אזוי גערעדט
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דער לינקער ענווייראמענטאליסט מארק לינאס האט יארן לאנג אנגעפירט מיט צוויי מערכות. איינס, איבער גלאבעל אנווארעמונג און די צווייטע אנטקעגן גענעטיש מאדיפיצירטע געוואוקסן. אבער נאכן שרייבן א בוך איבער גלאבאלע אנווארעמונג איז ער געוקמען צום הכרה אז זיין אנטי-GMO מערכה איז פונקט אזוי אנטי-סייענס ווי די מיינונג פון די קאנזערוואטיווע אנטי-קלימאט-טויש געמיינדע. דאס האט אים געברענגט צו דורכטון די עסק פון אן אקאדעמישער שטאנדפונקט, און ער איז צוגעקומען צום מסקנא אז סייענטיפיש אז נישט נאר GMO נישט קיין סכנה, נאר גאר א טובה פאר די וועלט. פאריגע וואך האט לינאס זיך אויפגעשטעלט און געטון עפעס וואס ווייניג וואלט געהאט די קוראזש צו טאן: ער האט זיך מתודה געווען ברבים און גערופן זיינע קאלעגע ענווייראמענטאליסטן אויפצוהערן אטאקירן סייענס און GMO.
http://www.marklynas.org/2013/01/lectur ... uary-2013/
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אין 1980 האט דער בארימטער אסטראנאם, אסטראפיזיקער, און קאסמאלאגיסט קארל סעיגן (נישט דער ניק) רעקארדירט א 13 חלקים'דיגער טעלעוויזיע סעריע מיטן נאמען "קאסמאס: א פערזענליכע רייזע". (ווערט דא דערמאנט - מיט לינקס - דורך הציץ ונפגע און ונבנתה העיר). די סעריע האט געהאלטן די רעקארד פאר די מערסט געקוקטע טעלעוויזיע סעריע פאר צען יאר, ביז 1990! עס ווערט געשאצט אז עס איז שוין געזען געווארן דורך איבע 500 מיליאן מענטשן. סעיגן האט אויך ארויסגעגעבן א בוך מיטן נאמען קאסמאס, באזירט אויפן טעלעוויזיע סעריע, וועלכע איז תיכף געווארן א בעסטסעללער.

א צייט צוריק איז געמאלדן געווארן אז א המשך צו סעיגן'ס קאסמאס וועט נאכאמאל רעקארדירט ווערן, און דאס מאל וועט דאס געהאוסט ווערן דורך אן אסטראפיזיקער וועלכער האט באקומען דעם צונאמען "קארל סעיגן'ס יורש", ניעל דעגרעס טייסען. טייסען איז גאר פאפולער און פארמאגט איבער 900,000 טוויטער פאללאוערס (א נומער וועלכע וועט זיכער שטייגן ווען די טעלעוויזיע שוי וועט אנהייבן לויפן).

ליינט אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט טייסען איבער דעם ערווארטעטן טעלעוויזיע שוי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פיזיקער אנדרעי לעבעד האט אויפגעשאקלט דער עולם הפיזיקס ווען ער האט לעצטנס פארגעשלאגן אין א פארש פאפיר אז איינשטיין'ס באקאנטע איקוועיזשאן E=mc² איז נישט ריכטיג אין געוויסע פעלער. אסאך טעכנעלאגיעס, אריינגערעכנט סעלפאונס און דזשי פי עס מאשינקעס ארבעטן אויף דעם פרינציפ וועלכע מיינט אז ענערגיע און מאסע זענען די זעלבע זאך.
http://www.dailygalaxy.com/my_weblog/20 ... .html#more
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יידל האט געשריבן:דער לינקער ענווייראמענטאליסט מארק לינאס האט יארן לאנג אנגעפירט מיט צוויי מערכות. איינס, איבער גלאבעל אנווארעמונג און די צווייטע אנטקעגן גענעטיש מאדיפיצירטע געוואוקסן. אבער נאכן שרייבן א בוך איבער גלאבאלע אנווארעמונג איז ער געוקמען צום הכרה אז זיין אנטי-GMO מערכה איז פונקט אזוי אנטי-סייענס ווי די מיינונג פון די קאנזערוואטיווע אנטי-קלימאט-טויש געמיינדע. דאס האט אים געברענגט צו דורכטון די עסק פון אן אקאדעמישער שטאנדפונקט, און ער איז צוגעקומען צום מסקנא אז סייענטיפיש אז נישט נאר GMO נישט קיין סכנה, נאר גאר א טובה פאר די וועלט. פאריגע וואך האט לינאס זיך אויפגעשטעלט און געטון עפעס וואס ווייניג וואלט געהאט די קוראזש צו טאן: ער האט זיך מתודה געווען ברבים און גערופן זיינע קאלעגע ענווייראמענטאליסטן אויפצוהערן אטאקירן סייענס און GMO.
http://www.marklynas.org/2013/01/lectur ... uary-2013/

סייענס דזשורנאליסטן אפלאדירן לינאס פאר האבן די גאטס מודה צו זיין על האמת.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ער איז נישט קיין סייענטיסט נאר א ענווייראמענטאליסט און בוך-שרייבער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יידל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:דער לינקער ענווייראמענטאליסט מארק לינאס האט יארן לאנג אנגעפירט מיט צוויי מערכות. איינס, איבער גלאבעל אנווארעמונג און די צווייטע אנטקעגן גענעטיש מאדיפיצירטע געוואוקסן. אבער נאכן שרייבן א בוך איבער גלאבאלע אנווארעמונג איז ער געוקמען צום הכרה אז זיין אנטי-GMO מערכה איז פונקט אזוי אנטי-סייענס ווי די מיינונג פון די קאנזערוואטיווע אנטי-קלימאט-טויש געמיינדע. דאס האט אים געברענגט צו דורכטון די עסק פון אן אקאדעמישער שטאנדפונקט, און ער איז צוגעקומען צום מסקנא אז סייענטיפיש אז נישט נאר GMO נישט קיין סכנה, נאר גאר א טובה פאר די וועלט. פאריגע וואך האט לינאס זיך אויפגעשטעלט און געטון עפעס וואס ווייניג וואלט געהאט די קוראזש צו טאן: ער האט זיך מתודה געווען ברבים און גערופן זיינע קאלעגע ענווייראמענטאליסטן אויפצוהערן אטאקירן סייענס און GMO.
http://www.marklynas.org/2013/01/lectur ... uary-2013/

סייענס דזשורנאליסטן אפלאדירן לינאס פאר האבן די גאטס מודה צו זיין על האמת.

דער גיט אים קרעדיט, אבער רעדט זיך אפ אז מ'האט שוין אסאך פארלוירן צוליב זיין געוועזענע ארבעט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יאנקל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ער איז נישט קיין סייענטיסט נאר א ענווייראמענטאליסט און בוך-שרייבער.

די וואס זאגן מיין פריערדערמאנטן סטעיטמענט ווייסן דען דעם חילוק...?

די וואס זאגן דעם סטעיטמענט ליינען נישט דעם אשכול.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

זינט 1990 קומען זיך יעדע יאר צוזאם די מעמבערס פון די "אמעריקאנע דיאלעקט סאסייעטי" צו וועלן פארן "ווארט פון יאר". די מעמבערס פונעם סאסייעטי רעכענען אריין לינגוויסטן, לעקסיקאגראפיקערס, היסטאריקער, שרייבער, און אנדערע. היי יאר זענען, צווישן אנדערע, ארויסגעשטאנען די ווערטער YOLO, גאנגנאם סטייל , פיסקעל קליף, הייראט עקוואליטעט און 47 פראצענט. אבער דער געוואנער איז געווען די ווארט "העשטעג". העשטעג איז די "#" סימבאל וועלכע מ'נוצט אויף טוויטער צו באצייכענען א טעמע אדער אן אויסדרוק.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

2012 אנאנסירט אלץ ווארעמעסטע יאר אויפן רעקארד אין די פאראייניגטע שטאטן. http://www.livescience.com/26075-2012-w ... ecord.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יידל האט געשריבן:זינט 1990 קומען זיך יעדע יאר צוזאם די מעמבערס פון די "אמעריקאנע דיאלעקט סאסייעטי" צו וועלן פארן "ווארט פון יאר". די מעמבערס פונעם סאסייעטי רעכענען אריין לינגוויסטן, לעקסיקאגראפיקערס, היסטאריקער, שרייבער, און אנדערע. היי יאר זענען, צווישן אנדערע, ארויסגעשטאנען די ווערטער YOLO, גאנגנאם סטייל , פיסקעל קליף, הייראט עקוואליטעט און 47 פראצענט. אבער דער געוואנער איז געווען די ווארט "העשטעג". העשטעג איז די "#" סימבאל וועלכע מ'נוצט אויף טוויטער צו באצייכענען א טעמע אדער אן אויסדרוק.

זיי האבן פארשידענע ליסטעס, איינס פון די ליסטעס זענען נייע אינטערעסאנטע ווערטער וואס מען האט זיך באנוצט אין די פאליטישע וועלט. דאס יאר זענען די ערשטע צוויי אויף די ליסטע געווען, ״עטש-עי-סקעטש״ דאס איז די באקאנטע שפיל ווי מען מאלט א בילד און מען מעקט עס אויס. אבאמא האט זיך באצויגן צו מיט ראמני ווי דער ״עטש-עי-סקעטש קאנידאט״ וואס האלט און איין טוישן מיינונגען.
דאס צווייטע ווארט איז געווען ״די זיבן און פערציג פראצענט״, באציענדיג זיך צום ווידיא רעקאדירינג ווי מען האט אויפגעכאפט מיט ראמני ביי א פאנדרעיזער, זאגענדיג אז 47% אמעריקאנע גיין ממילא וועלן פאר אבאמא, ווייל זיי גלייכן ענדערשט א לעבן וואס מען איז אנגעוויזן אין די רעגירונג.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פראפעסאר פאול ברוקס פון די אוניווערזיטעט פון ראטעשעסטער פירט שוין אפאר יאר אן אנאנימערהייט א סייט מיט נאמען "סייענס פראוד" ווי ער דעקט אויף פעלשערייען אין סייענטיפישע ליטעראטור. די פראבלעם פון ברוקס איז אבער געווען אז אנשטאט זיך באפאסן בלויז מיט פאלשע אינפארמאציע אין וויסנשאפטליכע ליטעראטור האט ער אפט מאל אראפגעריסן די שרייבער פון די געפעלשטע ארטיקלן. דאס האט, ווי אסאך האבן פאראויס געזען, געברענגט אז איינער פון די וויסנשאפטלער וועלכע זענען געווארן אראפגעריסן פאר פראוד אויף "סייענס פראוד" האט געסטראשעט אז אויב פארמאכט זיך נישט די סייט, וועט ער קלאגן די סייט באלעבאטים אין געריכט פאר "דיפעמעישאן" און "לייבעל". די אנגעזעענע סייט "ריטרעקשאן וואטש" וועלכע פארנעמט זיך אויך מיט זוכן פאר געפעלטשטע אינפארמאציע און דאטא אין וויסנשאפטליכע דזשורנאלן, האט פון איין זייט באוויינט אז דער סייט האט זיך געדארפט פארמאכן אבער פון צווייטן זייט ארויסגעברענגט אז ברוקס האט געהאנדלט אומפראפעסיאנאל מיטן אפט פערזענליך אראפרייסן די שרייבער פון די ארטיקלן מיט פאלשע דאטא.

נעכטן איז ערשינען אן ארטיקל אין "קאסמאס" איבער די פראבלעם פון קאווער-אפס אין וויסנשאפטליכע ליטעראטור, און היינט האט פארבס געהאט א בייסנדע ארטיקל איבער די מעשה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אין יוני 19 2004 האבן אסטראנאמער אנדעקט אן אסטראויד וועלכע מ'האט א נאמען געגעבן עפאפיס, וואס לויט חשבונות איז אויסגעקומען אז עס איז דא 2.7% שאנס (איינס פון 45) אז עס וועט אריינקראכן אין אונזער וועלט אין 2029. א קורצע צייט שפעטער האט מען אויסגערעכנט אז אין 2029 וועט עס נישט אריינקראכן, אבער עס איז דא א שאנס איינס פון 250,000 אז עס וועט צוריקקומען אין אפריל 13, 2036 און דעמאלטס אריינקראכן. לויט די חשבונות וואס האבן געוויזן אז עס וועט אריינקראכן אין 2036, איז אויסגעקומען אז עס וועט אריינפאלן אינעם פאסיפיק אקעאן, וואס דאס מיינט אז דורכן עוואקואירן דעם פאסיפיק קאוסט וועט מען קענען פארמיידן סיי וואספארא פאטאליטעטן, כאטשיג די געלט שאדענעס פון צונאמיס וואס דער קראך וואלט פאראורזאכט וואלטן געווען אומגעהויער גרויס.
נעכטן האבן נאסא וויסנשאפטלער געמאלדן אז לויט נייע חשבונות פון אינפארמאציע וואס מ'האט צוזאם געקליבן אין 2011 און אין 2012 קומט אויס אז די שאנסן אז עפאפיס זאל אריינקראכן אינעם וועלט זענען ווייניגער ווי איינס אין א מיליאן.
עס וועט נאך אלס זיין גאר אן אינטערעסאנטער פענאמענאן וועט אין 2029 וועט דער אסטראויד פארבייפליען די וועלט אזוי נאענט ווי 30,000 קילאמעטער. אין פארגלייך, די לבנה איז 385,000 קילאמעטער אוועק און קאמוניקאציע סאטעליטען זענען 35,000 קילאמעטער אוועק. קאסמאס מאגאזין האט שוין אפילו אנגעגרייט א וועב בלאט וואו מ'וועט קענען מיטהאלטן לייוו ווי עס פליעט פארביי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דאס איז גאר אינטערעסאנטע נייעס וויבאלד עס טוט לכאורה פארשוועכן איינע פון די יסודות פון קאסמאלאגיע, "די קאסמאלאגישע פרינציפ" (http://en.wikipedia.org/wiki/Cosmological_principle).

צו פארגלייכן די ניי-געפינענע סטרוקטור צו אונזער מילקי וועג גאלאקסיע איז כדי אנצומערקן אז אונזער גאלאקסיע איז "בלויז" 100,000 ליכט-יארן פון איין עק צום צווייטן, דאס הייסט אז די סטרוקטור איז 4000 מאל אזוי גרויס ווי אונזער ריזיגער גאלאקסיע!! צו ברענגן נאך מער קרוב אל השכל: ווען אונזער וועלט איז אזוי גרויס ווי א ברעקל זאלץ, (0.004 אינטשעס) איז די מילקי וועג גאלאקסיע 5.1 מיליאן מייל, און די ניי געפינענע סטרוקטור 24 ביליאן 400 מיליאן מייל גרויס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פארשער האבן געמאכט א שאקירנדע אויפדעקונג אז געוויסע מענטשן פארמאגן אין זיך בנוסף צו געווענליכע דאבל-היליקס דנא שטריקן, ספעציעלע קוואדראפללטע-היליקס שטראנדן וואס קען גורם זיין קענסער http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-21091066
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:פראפעסאר פאול ברוקס פון די אוניווערזיטעט פון ראטעשעסטער פירט שוין אפאר יאר אן אנאנימערהייט א סייט מיט נאמען "סייענס פראוד" ווי ער דעקט אויף פעלשערייען אין סייענטיפישע ליטעראטור. די פראבלעם פון ברוקס איז אבער געווען אז אנשטאט זיך באפאסן בלויז מיט פאלשע אינפארמאציע אין וויסנשאפטליכע ליטעראטור האט ער אפט מאל אראפגעריסן די שרייבער פון די געפעלשטע ארטיקלן. דאס האט, ווי אסאך האבן פאראויס געזען, געברענגט אז איינער פון די וויסנשאפטלער וועלכע זענען געווארן אראפגעריסן פאר פראוד אויף "סייענס פראוד" האט געסטראשעט אז אויב פארמאכט זיך נישט די סייט, וועט ער קלאגן די סייט באלעבאטים אין געריכט פאר "דיפעמעישאן" און "לייבעל". די אנגעזעענע סייט "ריטרעקשאן וואטש" וועלכע פארנעמט זיך אויך מיט זוכן פאר געפעלטשטע אינפארמאציע און דאטא אין וויסנשאפטליכע דזשורנאלן, האט פון איין זייט באוויינט אז דער סייט האט זיך געדארפט פארמאכן אבער פון צווייטן זייט ארויסגעברענגט אז ברוקס האט געהאנדלט אומפראפעסיאנאל מיטן אפט פערזענליך אראפרייסן די שרייבער פון די ארטיקלן מיט פאלשע דאטא.

נעכטן איז ערשינען אן ארטיקל אין "קאסמאס" איבער די פראבלעם פון קאווער-אפס אין וויסנשאפטליכע ליטעראטור, און היינט האט פארבס געהאט א בייסנדע ארטיקל איבער די מעשה.

דאס איז א גוטער שטאך פאר די וואס פארגעטערן סייענס און סייענטיסטן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אמת. אבער למעשה ווער פירט די מערכה אנטקעגן קאווער אפס? סייענטיסטן! דאס מיינט אז סייענס בעצם איז אין א גוטע ריכטונג כאטש אינדיווידואלע סייענטיסן האבן די זעלבע מידות מישחתות ווי סיי וועלכע אנדערע גרופע מענטשן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

רעקאמאנדירט פאר דאקטוירים: פרעגטס פרויען איבער די מצב אינדערהיים http://www.cnn.com/2013/01/21/health/ta ... ?hpt=hp_t4
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דאקטוירים אנטדעקן ווער איז געווען בראקא'ס מוח
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

א שטודיע ווייזט אז ווי ווייניגער מענטשן זענען עמפאטיש און עמפינדעלך צו א צווייטנס געפילן, אלס גרעסערע שאנס איז דא אז זיי זאלן זיין ווייניגער גלויביג. כופרים פארשטייען ווייניגער צו א צווייטנס געפילן. http://epiphenom.fieldofscience.com/201 ... nding.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

זייער אינטערעסאנט, יידל. דארפן מיר נאר דערגיין וואס איז די סיבה פון די שייכות צווישן די צוויי זאכן. איך טראכט פון צוויי סיבות. איינס, ווייל געפילן קען אסאך מאל ברענגען א מענטש צו האבן רעליגיעזע עקספיריענסעס, געפילן קען ברענגען א געברויך פאר א גאט, בפרט א פערזענליכער גאט וועלכער האט רצונות און פארלאנגען און צו וועמען מען קען דאווענען. דאס איז אויך ווארשיינליך די סיבה פארוואס פרויען זענען מער רעליגיעז ווי מענער. והשנית, געפילן פון סימפאטיע פאר א צווייטן ווייזט אויף א כוח הדמיון מפותח, איינער וואס האט א גוטע אימעזשינעשאן פארשטייט ווי אזוי זיין חבר שפירט ווען ער האט עפעס א צרה וכדו', און א כוח הדמיון קען אויך ביישטייערן צו גלויבונגען, דורך דעם וואס מען איז זיך מצייר ווער עס פירט די וועלט און וואס זיינע מאטיוון זענען וכדו'. דער סברא לייגט זיך אויפ'ן שכל, ווייל דער שטודיע איז געווארן אויסגעפירט אויף מענטשן וואס ליידן פון אוטיזם, און אוטיסטיק מענטשן זענען לאו דוקא אן קיין הרגשים, נאר זיי פילן הרגשים אבער זיי ווייסן נישט ווי אזוי עס ארויסצוברענגען, און אודאי ווייסן זיי נישט ווי אזוי א צווייטער פילט, זיי לעבן אין זייער אייגענעם וועלטל. דערפאר איז שטארק מסתבר, לדעתי, אז דאס איז דער גורם פארוואס זיי האבן נישט קיין רעליגיעזע עקספיריענסעס.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט