גוטע פינטעלך האט געשריבן:סאו מיר האבען מיין 'מיינען' + קופערניקעס חבר'ס טעקסט - א וויקטים - וואס שווערט אז צוליב דעם אורטייל וועט ער נישט גייט צו אוטאריטטען .vs דיין 'מיינונג' = 1\0
היפש ארומגעדרייט. די גאנצע מגילה איז נישט מער ווי א חד גדיא. דיין מיינען איז געבויט אויף אן איינציגע טעקס וואס דו און איך קענען אים נישט. אויב ווען א פּרעסטיזשפולע צייטונג (דעילי ניוס), א פּרעסטיזשפולע ראביי\עסקן (פון מאנסי) און א פּרעסטיזשפולע רעגירונג (דיסטריקט אטורני טשארלעס היינס) זאגען אלע אז עס איז דא כמה וכמה וויקטימס וואס זאגען אויף נ.וו. אלעס בייז נאר האבען מורא צו ארויסקומען, זאגסטו (וכת דילך) אז ווילאנג זיי ווייזען נישט קיין נאמען און קיין פנים בעהיינד די מעשה נעמט עטץ עס נישט אן. על אחת כמה וכמה ווען א ניק זאגט אז א טעקסט זאגט עפעס, זאל איך דאס קויפען?! טענקס באט נאו טענקס.
אהה, איך האב שיער נישט פארגעסען אז די טעקסט האט נאך געשוואוירען...
און צו אייך ר' קופערניקוס און אייער טעקסטער האב איך א קשיא. נעמליך עטץ שרייטס דאך חי וקיים אז ווען איינער קומט ארויס מיט אן אלעגעשאן אבער גייט נישט צו די פאליציי טשעפעט מען אים נישט און מער הערט אים נישט אויס. יעצט דו זאגסט אז דו טעקסט דיך מיט א איד וואס איז מאלעסטעד געווארען און ער שפילט זיך שוין ארום מיט די געדאנק פון יא אדער נישט מסרן זיין מעלעסטערס, נאר יעצט אז די פאנישמענט איז אזוי הארב, שווער ער אז ער וועט נישט גיין. איר זאגט נאך אז הלוואי קען ער זיך נוקם זיין אין זיין מעלעסטער און אים געבן א נארמאלע עונש, פון לאמיר זאגן א ריזן געלט קנס, בלשונך.
איר האלט מיט? פרעג איך א פראגע.
יעצט אז ער גייט נישט מסור'ן, זאל ער גיין צו די"ת? לשוטתך אז עס עקזעסטירט באמת אזא אפציע, זאל ער טרעפען דזשאסטעס ע"פ תורה? ממה נפשך. איז פארהאן אזא אפציע ווי גיין צו רבנים וואס וועלען ערענסט אויסהערן און מענש זיין דעם רשע? לאמיך זעהן! לייג דיין געלט ווי דיין מויל איז! איז נישט פארהאן אזא אפציע, דאן וואס איז די גאנצע סומאטאכע דא?