הונדערט יאר פאר וועבערמאן רשעות און טפשות ביזן הימל!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

און געדענקט, א ריכטער האט א רעכט צו נעמען אין באטראכט אוט-אוו-קאורט אינפארמאציע ווען ער סענטענסט. ממילא דאס האט ער זיכער אנגענומען פון דעם די.איי. און ער האט ווארשיינליך אויך געליינט צייטונגען צו כאפן א בליק אויף וויאזוי דער גאס קוקט דאס אן, האט ער זיך באגעגנט מיט י.הורוביץ'ס/פריעדלאנדער'ס אינפארמאציע. נו, לייגט ער צו א פאר יאהר.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

[left]It seems to me that life term sentences are given to approx 12 percent of jury convictions.
My approximation is based on the fact that life sentences are 2% of all convictions. Now I'm assuming that life sentences are hardly if ever given to those who plead guilty. Why would someone plead guilty to a life sentence? What is he gaining out of pleading guilty if he is getting life in prison? That take off 82% of convictions. we therefore remain with 18 percent of all convictions. 2 out this 18 are sentenced to life. 12 percent out of 18 is 2.[/left]
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

מוח שליט האט געשריבן:[left]According to the US Department of Justice, the average Sentence for convicted rapists depends how the conviction happened. If rapist was convicted by jury, the average sentence is 292 months [24.3
years]. If the rapist was convicted in a plea bargain process the average is 139 months, = 11.6 years

Table 14 here See

Please note: From the Judges perspective this is anything but your average case. It was a conviction of a very large amount of counts. He has not shown remorse at all. On the contrary there’s a sustained intimidation of the family of victim. The district attorney has given a sworn affidavit that 6 more victims have come forward, and are afraid to testify. This not only points to these 6 victims, it makes the judge assume that there are many more victims who are afraid to even go to DA.
The clear knowledge that this high profile case will be appealed, is an important element in the sentencing. The judge would want to make sure that even if they win certain reduction on technicalities, the prison sentence will still be severe enough to fit the crime.
For the record. I am inclined not to agree to these harsh prison terms, but what do I know about crime and the suffering of the victims.[/left]

מען דארף אבער נעמען אין באטראכט די מוספר פון קאונטס אין די קריים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בן תמליון האט געשריבן:
די לאנד וואס איז געבויעט אויף יושר, גלייכע רעכטן פאר אלע, ווי "אלע מענטשען זענען באשאפן געווארן צוגלייך" און ווי יעדער האט די "רעכט" צו "לעבן, פרייהייט, און נאכלויפן דאס גליקליכקייט"


און האט פארט לאנגע יארן געהאלטן שווארצע פאר קנעכט און צווייטע קלאס בירגער.

און איז אויך געווען פון די ערשטע לענדער צו מאכן געזעצן קעגן אימפארטירן קנעכט.
די לעכערליכקייט פון די טענה (אף טאפיק, איים סארי) איז אז בשעת'ן שרייבן די דעקלערעישען אוו אינדיפענדענס האט מען אנגעקוקט האלטן א קנעכט פונקט ווי מ'קוקט אן היינט האלטן א הינט אין שטוב קעגן זיין ווילן, געב עס אפאר יאר און FEMA וועט שרייען אז ווי אזוי קען מען זאגן אלל מען אר קריעטעד איקוועל ווען די הינט האבן נישט קיין רעכטן...
בן תמליון האט געשריבן:
די לאנד ווי נאך ווי די וועלט איז געשטאנען גלייכגילטיג ווען מ'האט פארטיליגט 6 מיליאן אידן, האבן זיך אידן געטראפן א מקום מנוחה דארט


האט אבער געוואוסט פון אוישוויץ פונקטליך און בשיטה איר נישט באמבארדירט חאטש זיי זענען געפלויגן העכער איר טעגליך.

פארשטייט זיך, זיי האבן געארבעט צוזאמען מיט די ציונים וואס האבן געוואלט אז ס'זאל זיין וואס מער קדושים אז זיי זאלן האבן א תירוץ אין זייער אויפשטעלן א מדינה און עס צונעמען פון די אומשולדיגע אראבער.

בן תמליון האט געשריבן:א לאנד ווי א יושרדיק פראצעס עקזיסטירט נישט ווען דו ביזט א חסידישער איד בעת וואס אין טיסא עסלאר אפילו מענדל ביילוס אין רוסלאנד האט עס יא באקומען. א לאנד ווי יושר ענדיקט זיך ווען דער די עי לויפט פאר ריעלעקשאן און האט פרעשור פון אפאר קרעץ. א לאנד ווען די ביזט א איד מיט א סוקסעספולע שלאכט הויז וועט די רעגירונג דיר אפשפארן און אריינשליידערן אין תפיסה פאר 27 יאר אפילו די זשורי האט באפרייט די 9000 ליגנערישע קאונטס פון טשיילד לעבאר וועט מען טרעפן א פאלשן באנק סטעיטמענט און מאכן פארטיס מיט די זשאדש וחסל מיטן לויזיקן איד.

נאר אין אמעריקע עקזיסטירט יוסטיץ נוסח דוועק ווי פולע אומשולדיקע מענטשן ווערן אריינגשליידערט אין טורמע ווייל א אונטערגעשטעלטער רעגירונג מסור וויינט פאר א טובה און דו האסט רחמנות אויף איהם און קעשסט א טשעק.

די ליסטע איז אן ענד אן אמעריקע איז יושר און פריי ביז זי ענדיקט זיך פאר דיר.

נעמסט איינצעלנע פעלער און דו פארוואנדעלסט א מדינה ווי 99% אידן לעבן א פרייען טאג וואס איז נישט געווען זינט דעם חורבן, (און אפילו פארדעם) אין א מלכות הרשעה, פליז מאך נישט קיין ליצנות.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

קופערניקוס האט געשריבן:מרת דייטש און אירע אלע פריינט: איך האב מיטגעפיל מיט די דאזיגע געליטן קינד, (איך נעם אן אז זי איז אמת'דיג געליטן, איך וועל די אמתע אמת קיינמאל נישט וויסן), אבער זי האט היינט געליטן א שרעקליכע מפלה, יא, עס קען זיין אז זי יובילירט, זי פרייט זיך, אבער זי האט היינט געליטן א שרעקליכע זאך! שטעלט אייך פאר אין צוואנציג יאר ארום, ווען די ביוטיפול בלאנד וועט שוין זיין א מיטליעריגע פרוי, מיט א שטוב מיט קינדער, פארקנייטשט און אביסל ערליך, און זי וועט הערן אין די נייעס אז וועבערמאן איז אין א שפיטאל פאר זיין הארץ פראבלעמען, און ער האט נאך נאך גאנצע אכציג יאר צוגיין..... אדער שטעלט אייך פאר אז זי באגענט אין דרייסיג יאר ארום מרת וועבערמאן אין גאס, אן אלטע צובראכענע באבע, גייט זי זיין פרייליך??

איך גלייב אז זי איז שוין אביסל באדאסט מיטן פסק. נאך אלע מעשה׳ס רעדט מען נישט פון א מיידל וואס איז געווען א אומשולדיגע שעפעלע ביז וועבערמאנס ססגונא (מלשון סומאטאכע -ששש ומתפאר בגוונין שלו). אה״נ עס איז א גרויסע חילוק צו עס איז באונס צו ברצון, דאך איז נישט קיין פארגלייך ווען איינער צוברעכט א פריש באטל וואס איז נאך פארמאכט מיטן חותם, צו איינער וואס צוברעכט א באטל וואס אנדערע האבן שוין געטרינקען דערפון.
און אפילו ווען די רעדע איז פון א אומשולדיג שעפעלע וואס האט נאכקיינמאל קיין טעם בעילה נישט טועם געווען, לייגט זיך אויך נישט אויפן שכל אז דער באטראפענער זאל זיך פילן גוט מיט אזא הארבע אורטייל. נקמה געפילן איז געשמאק ווי לאנג עס איז שוה בשוה מיט א שמיץ אריבער, איינמאל דער נוקם שפירט אז ער האט געהארגעט זיין שלעגער אויף אייביג איז עס זייער א שווערע געפיל אפגעזען ווי שטארק יענער האט אים צושלאגען.
פארשטייט זיך, דאס איז אלעס אפילו אויפן צד אז איר ווערסיע איז אמת. אויב די גאנצע מעשה איז נאר א נקמה אויף דעם וואס ער האט איר אפגעטעיפט, איז איבריג צו באטאנען ווי שלעכט זי שפירט מיט אזא הארבע אורטייל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

דיין ערשטע פאראגראף איז אכזריות'דיג און אוממענטשליך. ביטע רעדאגיר און מעק עס אויס - לכבודך.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

משה געציל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:מרת דייטש און אירע אלע פריינט: איך האב מיטגעפיל מיט די דאזיגע געליטן קינד, (איך נעם אן אז זי איז אמת'דיג געליטן, איך וועל די אמתע אמת קיינמאל נישט וויסן), אבער זי האט היינט געליטן א שרעקליכע מפלה, יא, עס קען זיין אז זי יובילירט, זי פרייט זיך, אבער זי האט היינט געליטן א שרעקליכע זאך! שטעלט אייך פאר אין צוואנציג יאר ארום, ווען די ביוטיפול בלאנד וועט שוין זיין א מיטליעריגע פרוי, מיט א שטוב מיט קינדער, פארקנייטשט און אביסל ערליך, און זי וועט הערן אין די נייעס אז וועבערמאן איז אין א שפיטאל פאר זיין הארץ פראבלעמען, און ער האט נאך נאך גאנצע אכציג יאר צוגיין..... אדער שטעלט אייך פאר אז זי באגענט אין דרייסיג יאר ארום מרת וועבערמאן אין גאס, אן אלטע צובראכענע באבע, גייט זי זיין פרייליך??

איך גלייב אז זי איז שוין אביסל באדאסט מיטן פסק. נאך אלע מעשה׳ס רעדט מען נישט פון א מיידל וואס איז געווען א אומשולדיגע שעפעלע ביז וועבערמאנס ססגונא (מלשון סומאטאכע -ששש ומתפאר בגוונין שלו). אה״נ עס איז א גרויסע חילוק צו עס איז באונס צו ברצון, דאך איז נישט קיין פארגלייך ווען איינער צוברעכט א פריש באטל וואס איז נאך פארמאכט מיטן חותם, צו איינער וואס צוברעכט א באטל וואס אנדערע האבן שוין געטרינקען דערפון.
און אפילו ווען די רעדע איז פון א אומשולדיג שעפעלע וואס האט נאכקיינמאל קיין טעם בעילה נישט טועם געווען, לייגט זיך אויך נישט אויפן שכל אז דער באטראפענער זאל זיך פילן גוט מיט אזא הארבע אורטייל. נקמה געפילן איז געשמאק ווי לאנג עס איז שוה בשוה מיט א שמיץ אריבער, איינמאל דער נוקם שפירט אז ער האט געהארגעט זיין שלעגער אויף אייביג איז עס זייער א שווערע געפיל אפגעזען ווי שטארק יענער האט אים צושלאגען.
פארשטייט זיך, דאס איז אלעס אפילו אויפן צד אז איר ווערסיע איז אמת. אויב די גאנצע מעשה איז נאר א נקמה אויף דעם וואס ער האט איר אפגעטעיפט, איז איבריג צו באטאנען ווי שלעכט זי שפירט מיט אזא הארבע אורטייל.

דיין הסבר וואלט מסתמא געווען פעליג, ווען נישט די חיות האבען געמאכט אן עלילה-75 קאמפיין און אוועקגענומען יעדעס ביסל מענטשליכקייט פון די פרשה. אפילו געוויסע ביי-סטענדערס האבען געטוישט זייער מיינונג נאכן זעהן די ווילדע שטיק (פארשטייט זיך אז איך רעד פון די וואס ווערן נישט נתפעל פון דעת הקהל (Daas Ha'kool) און זענען ביכולת צו דורכקוקען די סמאוק.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אין אזא שווארצן טרויעריגען טאג איז פארט דא מיט וואס זיך עטוואס זיך צו טרייסטן: צו זעהן ווי דער עולם האט פלוצליג זיך אנגעהויבן זארגן אז "וויקטימס וועלן יעצט נישט וועלן קלאגן זייערע מאלעסטערס אין געריכט." ביז היינט האט דא רוב עולם געהאלטן אז מ'טאר קיינמאל נישט קלאגן אין געריכט. יעצט הערט זיך א נייע תנועה, נעמליך אז פאר א פארהעלטענסמעסיגע צאל יארן תפיסה ברויך מען יא אנקלאגן. א שינו לטובה.


***

דרך אגב, די סענטענסינג אין אמעריקע איז רשעות'דיג, שכל'-לאז, און נישט פון היינט. דאס איז א רעזולטאט פון ערוועלטע פאליטישענס, מיינסטענס קאנערוואטיווע, וועלכע זיכן צו געפעלן פאר די וויילער און האלטן און איין צולייגן יארן צו די און יענע קריים, בעיקר קעגן פעדעפיילס ווייל דאס רעדט צו יעדע מאמע און טאטע. נאכדעם לויפן זיי ביי די וואלן און פראפאגאנדירן אז "כ'האב דורכגעפירט די טאפעסט געזעצן קעגן פעדעפיילס." זיי זאגן נישט אויז אז זיי האבן גענימען א הונדערט יאר סענטענס און עס געדאפעלט צו צוויי הונדערט.

כ'געדענק ווען כ'האב מיט יארן צוריק געטענה'ט מיט א קאנסארוואטיווע חבר וועלכער האט געגליכן קאנדידאטן וועלכע רעדן "טאף אן קריים" אז די תפיסות זענען איבערגעפילט אין אמעריקע מער פון יעדע ציוויליזירטע לאנד אויפן כדור הארץ, אלעס צוליב די זינלאזע קאנסערוואטיווע זינלאזע צוגאנג. מיין חבר האט געהאט א טוץ מיט טענות, און לאו דוקא אין די פאלגענדע רייע: ביסט א ליבעראל, כ'בין נישט אינטערעסירט וואס די ליבעראלע איירופע לענדער טוהן, רוב אינמעטס זענען שווארצע, קיינער זיצט נישט אומזינסט, קריים פאלט למעשה פון יאר צו יאר, וואס גייט מיך אן אז, לאמיר זאגן, אין קאלאפארניע זיצן מיליאנען ארעסטאנטן.

די טענות זענען געגיינגן אהין און צוריק, אבער אויף זיין לעצטע טענה האב איך אים דאן געזאגט: דיר איז א פראבלעם א פראבלעם נאר אויב ס'רירט אן דיך אדער דיין משפחה. ביי מיר איז א פראבלעם אייניג צו עס בא'עולה'ט מיך אדער א מענטש אפגעריקט פון מיר מיט דריי טויזענט מייל. און אפי' אויב די זארגסט זיך נאר פאר דיר, זיי וויסן אז די קענסט נישט אויסרעכענען ווען די טאג וועט אנקומען וואס דו וועסט פאלן א קרבן צו די זעלבע פארפוילטע סיסטעם.

ס'איז כדי צו ציטירן די באקאנטע מאמר החכם:
First they came for the socialists,
and I didn't speak out because I wasn't a socialist.
Then they came for the trade unionists,
and I didn't speak out because I wasn't a trade unionist.
Then they came for the Jews,
and I didn't speak out because I wasn't a Jew.
Then they came for me,
and there was no one left to speak for me.



כ'בין זיכער מיין חבר איז זייער אנגעווייטאגט היינט אויף די יוסטיץ סיסטעם, און ס'גליסט זיך מיר אים צו דערמאנען: די סענטענסינג איז נישט קיין אידישע פראבלעם. ס'איז א הומאנטארישע פראבלעם. ווען א 23-יעריגע אלוועראז ראדריגעז פון סעקראמענטא איז מאנס א מיידל (ערשטע אפענס) און דער ריכטער טיילט אים צו 40 יאר, איז עס אויך א הימל געשריי. אויב דיך אינטערעסירט עס נישט און ס'איז נישט "דיין" פראבלעם, דאס איז דיין רעכט. אבער געדענק אז ווען וועבערמאן ווערט נעבעך פאר'משפט פאר 103 יאר, איז מעגליך דא 299 מיליאן אמעריקאנער וועם ס'אינטערעסירט אויך נישט און ס'איז נישט "זייער" פראבלעם.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דער פראבלעם מיט'ן יוסטיץ סיסטעם איז אז קיינער ארבעט נישט לשם מצוה. די פראקורארן אין אמעריקע זענען געדינגענע מענטשן וואס דארפן אויספירן זייער דזשאב פון טרעפן פארברעכערס און זיי גיבן דעם שטראף וואס קומט זיי, און דער פראקוראר און ריכטער וויל זיין סוקסעספול אין זייער ארבעט, סיי כדי מען זאל זיי ווידערערוועלן (איי אי: בלייבן ביי זייער זשאב) און סיי צוליב זייער געברויך פאר פרעסטיזש וואס די פראקורארן האבן נישט פארפעלט צו נעמען ווען מען האט עס געטיילט פאר אלע באשעפענישן. היות זיין סוקסעס ווענדט זיך לויט וויפיל קרימינאלן ער באשולדיגט און לויט ווי א הארבערע שטראף ער גיבט אים, וועט ער זוכן דאס צו ערפילן, און עס איז זייער שווער צו האבן טענות אויף אים ווען מיר ווייסן אליין אז מיר וואלטן נישט געווען קיין סאך בעסער. עס קען זיין אז דער די עי וויל זיך סתם נוקם זיין, און עס קען אויך זיין אז דער ריכטער וויל אנלערנען דעם חרדי'שן ציבור, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען אכזרים, דאס מיינט אז זיי זענען מענטשן אזוי ווי איך און דו, וואס האבן די זעלבע חסרונות וואס מיר אלע האבן. אויב איר ווילט גיין ארבעטן לשם מצוה, נישט פאר געלט און נישט פאר כבוד, ביטע מעלדט איין פאר דעם אטוירני דזשענעראל, אזוי לאנג ווי איר טוט דאס נישט, וועט זיך די רעגירונג מוזן באנוצן מיט פשוט'ע מענטשן וואס זוכן כבוד און געלט פאר זייער ארבעט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארדינען געלט און כבוד אויף יענעמס בלוט? ווי זעמיר דא, אין שפאניע? סיביר?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פרוביר דיך אריינצולייגן אין זיין מצב. אין זיינע אויגן שטייט דא איינער וואס האט אנגעבליך געטון א שרעקליכע פארברעכן, און זיין אויפגאבע איז צו געבן אזא שטראף אז קיינער זאל זיך נישט וואגן צו טון אזוינס נאכאמאל. די כבוד און געלט שפילט געווענליך אונטער'ן באוואוסטזיין, אזוי ווי ביי יעדער ערליכער מענטש. פארשטיי אויך אז מען נעמט לכתחילה א הארטער מענטש פאר אזא אויפגאבע, א ווייכער און איידעלער שמעקעדיג וואלט קיינמאל נישט געקענט זיין קיין פראקוראר אדער ריכטער. וואס זאל מען טון, מענטשליכע באשעפענישן זענען די איינציגע וואס קענען אויספירן יוסטיץ אין די מענטשליכע ראסע, און מענטשן האבן חסרונות.
(איך בארעכטיג נישט דעם פסק, איך ברענג נאר ארויס אן אנדערע זייט פונ'ם פערספעקטיוו).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

אמעריקע איז געבויט אויף שיינע אידיאלן און סלאגאנען אבער למעשה שטייט זי הינטערשטעליג פון רוב פארגעשריטענעם וועלט, אין כבוד הבריות, יוסטיץ, יושר און פשוטע מענטשליכקייט. אפשר אז מ'וועט אפשטעלן דאס איינפלוס פון געלט ביי די פאליטיקאנער און מ'וועט ערוויילן ליבעראלן וועמער במשך אפאר דורות קענען ערנסט טוהן צו דערזאך און פארקלענערן די מרחק פון די אמעריקאנער אידיאלען ביז'ן ריאליטעט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Starbucks, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:דיין ערשטע פאראגראף איז אכזריות'דיג און אוממענטשליך. ביטע רעדאגיר און מעק עס אויס - לכבודך.

כבודי אין א זייט געלייגט, וואס פונקטליך איז אכזורית׳דיג און אוממענטשליך?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לגבי די פערזעהליכע באשולדיגונג אויף דעם שופט, דארף מען וויסען דער מציאות, וואס זענען געוועהן זיינע אפציעס, וויפיל זענען געוועהן די גיידליינס אים צו באשולדיגען, צווישען וויפיל יאר און וויפיל יאר האט ער געהאט דער ברירה צו זיין א עולה ויורד.

סתם באשולדיגען א שופט פאר געבען אסאך יאר מאכט נישט קיין סענס, אויב דער געזעץ איז דאס מחייב.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

משה געציל האט געשריבן:איך גלייב אז זי איז שוין אביסל באדאסט מיטן פסק. נאך אלע מעשה׳ס רעדט מען נישט פון א מיידל וואס איז געווען א אומשולדיגע שעפעלע ביז וועבערמאנס ססגונא (מלשון סומאטאכע -ששש ומתפאר בגוונין שלו). אה״נ עס איז א גרויסע חילוק צו עס איז באונס צו ברצון, דאך איז נישט קיין פארגלייך ווען איינער צוברעכט א פריש באטל וואס איז נאך פארמאכט מיטן חותם, צו איינער וואס צוברעכט א באטל וואס אנדערע האבן שוין געטרינקען דערפון.
און אפילו ווען די רעדע איז פון א אומשולדיג שעפעלע וואס האט נאכקיינמאל קיין טעם בעילה נישט טועם געווען, לייגט זיך אויך נישט אויפן שכל אז דער באטראפענער זאל זיך פילן גוט מיט אזא הארבע אורטייל.

משה געציל האט געשריבן:כבודי אין א זייט געלייגט, וואס פונקטליך איז אכזורית׳דיג און אוממענטשליך?

צוגלייכן אונס צו רצון איז ווי זאגן אז איינער וואס באגאנבעט איינער וואס געט סייווי צדקה אמאל אמאל דארף מען נישט אזוי הארב באשטראפן, דאס איז נישט די זעלבע מעשה נאר די פרט פון קאנסענט איז אנדערש, נאר לא קרב זה אל זה, דאס איז רציחה, און דאס איז נישט.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

קופערניקוס האט געשריבן:איך וויל אייך זאגן א מעשה שהיה, איך קען א וויקטים וואס שפילט זיך שוין ארום מיט די געדאנק פון יא אדער נישט מסרן זיין מעלעסטערס, האב איך אים היינט געשיקט א טעקסט מעסעדזש "ער האט באקומען הונדערט און דריי יאר....... עטליכע טויזנט חדשים, א האלב מיליאן וואכן... זאג מיר די ווילסטו דאס טון צו דיין מעלעסטער?!" צען מינוט שפעטער האב איך באקומען פון אים א מעסעדזש "איך גיי נישט מסרן מיין מעלעסטערער, ניין, איך שווער אז איך וועל נישט!"
און די טעקסט האט מיר וויי געטון, ווייל דער וויקטים, מיין חבר, וועט ווייטער טראגן די וויטאג אין זיין הארץ. הלוואי קען ער זיך נוקם זיין אין זיין מעלעסטער און אים געבן א נארמאלע עונש, פון לאמיר זאגן א ריזן געלט קנס, א טורמע טערמין וואס זיין משפחה וועט נישט ליידן דערפון וכדומה.
און טאקע נוצן די וויינענדיגע ווערטער פון דעם רבן של כל הפייטנים והבלשנים, ישעיה הנביא:
וַיְקַו לְמִשְׁפָּט וְהִנֵּה מִשְׂפָּח, לִצְדָקָה וְהִנֵּה צְעָקָה.


זאג דיין חבר וואס איז געווארען מאלעסטעט, אז ער האט א חוב קדוש צו גיין מסר'ן זיין מאלעסטערער, צוליב צוויי סיבות.

איינס, ווער ווייסט אויב ער מאלעסטערט נישט אנדערע אומשילדיגע קינדער ל"ע.

צוויי, אויב וו"מ איז באשולדיגט געווארען פאר 60 מאל מאלעסטען אויף 100 יאר, זאל ער נאר זאגען אז ער האט אים מאלעסטעט פינעף מאל, וועט ער נאר זיצען דריי פיר יאר, און נאך אראפ נעמען הויז ארעסט אין פראבעישען, וועט ער האבען דער פערפעקט סענטענס פאר צוויי דריי יאר כמו שכתוב בתורת החרדים. און אזוי וועט דיין חבר האבען אויף געטוהן, אז ער וועט זיין א גוטע וועג ווייזער פאר אלע נפגעים ל"ע, אז זיי קענען טאקע יא רואיג גיין אין מסר'ן די רשעים די מאלעסטערערס אהן א חשש אז מען וועט זיי געבען לעבענס לענגליכע תפיסה!! ממש א בליץ רעיון.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געפילטע פיש האט געשריבן:צוגלייכן אונס צו רצון איז ווי זאגן אז איינער וואס באגאנבעט איינער וואס געט סייווי צדקה אמאל אמאל דארף מען נישט אזוי הארב באשטראפן, דאס איז נישט די זעלבע מעשה נאר די פרט פון קאנסענט איז אנדערש, נאר לא קרב זה אל זה, דאס איז רציחה, און דאס איז נישט.

דו פארשטייסט א חילוק פון איינער וואס איז מאנס א פראסטעטאט ביז איינער וואס איז מאנס א פשוטע פרוי?
(נעם נישט ארויס פון מיינע ווערטער אז איך האב געזאגט אז זי איז א פראסטעטאט).
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

איך זעה נישט קיין חילוק, חוץ ביי בושת...
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

משה געציל האט געשריבן:דו פארשטייסט א חילוק פון איינער וואס איז מאנס א פראסטעטאט ביז איינער וואס איז מאנס א פשוטע פרוי?
(נעם נישט ארויס פון מיינע ווערטער אז איך האב געזאגט אז זי איז א פראסטעטאט).


הער אויף מיט די עקלדיגקייט און מאך נישט קיין שאלעשידעס תורות מיט אזעליכע ערענסטע עניינים. ביי געוויסע עלעמענטן איז משה רחל'ס שנור (יענע מיט די דינע בענד אויף איר שייטל) אויך א זונה! אפשר מעגן יענע עלעמענטן איר מאנס זיין?!
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

Starbucks האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:דו פארשטייסט א חילוק פון איינער וואס איז מאנס א פראסטעטאט ביז איינער וואס איז מאנס א פשוטע פרוי?
(נעם נישט ארויס פון מיינע ווערטער אז איך האב געזאגט אז זי איז א פראסטעטאט).


הער אויף מיט די עקלדיגקייט און מאך נישט קיין שאלעשידעס תורות מיט אזעליכע ערענסטע עניינים. ביי געוויסע עלעמענטן איז משה רחל'ס שנור (יענע מיט די דינע בענד אויף איר שייטל) אויך א זונה! אפשר מעגן יענע עלעמענטן איר מאנס זיין?!

איך האב געזאגט אז מען מעג? איך פרעג ס״ה צו דו פארשטייסט א חילוק, יא אדער ניין.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

געציל, דו זעסט א חילוק צווישן איינעם וואס האט מאנס געווען א פופציג יעריגע פרוי וואס האט שוין טועם געווען דרייסיג יאר ביאות און איינעם וואס האט מאנס געווען א צוואנציג יעריגע ווייבל?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יאיר האט געשריבן:געציל, דו זעסט א חילוק צווישן איינעם וואס האט מאנס געווען א פופציג יעריגע פרוי וואס האט שוין טועם געווען דרייסיג יאר ביאות און איינעם וואס האט מאנס געווען א צוואנציג יעריגע ווייבל?

ניין, אבער איך זע א חילוק פון איינער וואס איז מאנס א בתולה צו איינער וואס איז מאנס איינער וואס האט שוין טועם געווען.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דו מיינסט צו זאגן אז כאטש מאנס זיין א בעולה איז איינעם פון די שוידערליכסטע קרימינאלע אקטן, איז מאנס זיין א בתולה נאך ערגער. מיט דעם ביסטו גערעכט, אבער איך זע נישט ווי אזוי דאס קומט דא אריין. רוב רעפיסטס זענען מאנס בעולות, און קיינעם פאלט נישט איין צו זאגן אז עס איז נישט אזוי געפערליך ווייל זי איז נישט קיין בתולה. לגבי די עולה וואס מען האט אנגעבליך געטון צו איר איז בכלל נישט נוגע אויב זי איז געווען אן אומשולדיגע שעפעלע אדער נישט.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט