געפילטע פיש האט געשריבן:קודם הבהרה, מ'רעדט דא פון חיוב כרת, נישט מיתת בי"ד.
און לויט געוויסע ראשונים איז נגיעה לשם חיבה אויך א דאורייתא, (לענין חיוב כרת אצטרך לעיין, ואין עמי ספרים במטה) ווי אויך האלטן טייל פוסקים אז בפיה הייסט שלא כדרכה, אבער קיין מיתת בי"ד וואלט ער זיכער נישט באקומען ווייל ס'נישט דא קיין עדות, אבער אפשר וואלט עם בי"ד מכניס געווען לקופה, כדי שלא יהיו בנות ישראל הפקר.
איך שרייב מיתה, נישט מיתות בי"ד. די פוינט איז די תורה זאגט אז די עונש אויף די מעשים וואס מען האט אים קאנוויקטעד איז צו שטארבען. איך רעד נישט אין פראקטיק. איך רעד אז אין ענין איז דאס א חיוב מיתה, איז אויב אזוי על מה יצא כל הקצף הזה אויף די רשעות פינעם פסק. די תורה האלט דאך אז די עונש איז אז מען דארף שטארבען [נישט קיין חילוק צו בכרת צו בבי"ד. כידוע אז דאס שטארבען איז נישט אזוי געפערליך, ס'איז דאס באגראבען וואס לייגט איינעם אין דער ערד
].
וועלכע פוסקים רעדן וועגן בפיה? אויב זאגען זיי אז דאס הייסט שלא כדרכה דעמאלטס איז דאך דאס א ביאה גמורה. די גמרא איז שטארק משמע אנדערש. סנהדרין דף נד. "משכבי אשה - מגיד לך הכתוב ששני משכבות באשה. אמר רבי ישמעאל: הרי זה בא ללמד ונמצא למד" רשי איז מפרש. ונמצא למד: - למשכב זכור לא איצטריך קרא, דפשיטא לן דכל משכב זכר שלא כדרכו הוא, אלא האי משכבי לאשמועינן אתא דהבא על אשה בין כדרכה בין שלא כדרכה - חייב.
זעהט מען פין דעם אז שלא כדרכו דארף מען א פסוק. אין מען האט דאך נישט קיין פסוק אויף פיה. אויך, איז דאך די לשון הגמרא "מגיד לך הכתוב ששני משכבות באשה". נו, איז דאך נישט מער ווי צוויי.